שירי ידידות

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

שירי ידידות

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג אפריל 26, 2015 2:28 pm

איך עפען דעם אשכול אז מען זאל קענען דא אריינלייגן "שירי ידידות", פון אלע ערליי, דאס הייסט שירים של קודש, געזינגען פאר הקב"ה, שירים געזינגען פאר אידישע פערזענליכקייטן (כדוגמת רשב"י ושאר צדיקים, אדער פאר אידישע פילאנטראפען, לדוגמא פאר השר ר' משה מונטפיורו וכדומה), און שירים פאר חסידי אומות העולם וואס זענען נתחבר געווארען דורך ערליכע מחברים.

שיר ידידות מהו?

מיר געפונען דאס שוין אין תהילים (מזמור מ"ה) "למנצח על שושנים לבני קורח משכיל שיר ידידות", רש"י איז מסביר וואס איז דאס שיר ידידות: שיר אהובים, שיר של שבח להם להאהיבם על הבריות, ולהאהיב תורתם עליהם".

פארשטייט זיך אז רש"י רעדט פון שירים של קודש, ווי למשל פון כנסת ישראל צו קב"ה אדער פון תלמידים צו א רבי ( - ולהאהיב תורתם עליהם) כדוגמת השירים שנתחברו לרבי שמעון בר יוחאי.

אזוי אויך געפינט מען שירים וואס ברענגט ארויס זיי די פריינדשאפט צו וועם מען זינגט דאס און סיי די פריינדשאפט פון וועם מען זינגט דאס צו דעם זינגער. אזוי ווי עס שטייט אין זוהר חדש (פרשת חקת) קב"ה וכנסת ישראל איקרון דודים הה"ד שתו ושכרו דודים בגין כך שיר ידידות דאינון דודים דא משבחא לדא ודא משבחא לדא.

אזוי אויך געפיט מען שירים וואס ווענדט זיך בעיקר צו דעם פערזאן וואס מען זינגט דאס.

געוונעדליך זענען שירי ידידות צוזאם געשטעלט פון עטליכע בתים וואס יעדע בית האט עטליכע שורות חרוזים וואס גראמען.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

שיר ידידות מאת רבי שלמה כהן - בתי נפש, להשר "אנטאן פיקטאר"

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג אפריל 26, 2015 3:20 pm

בייגעלייגט א "שיר ידידות" געשריבן דורך רבי שלמה כהן ז"ל מח"ס בתי נפש ואב"ד שנייטאך מערגענטהיים וצילץ, די שיר האט ער מחבר געווען ווען ער איז געווען רב אין מערגענטהיים, בשנת תקע"א, אלס א פאטריאטישער לויבזאנג, ווען דער שר דער הויך דייטש-מייסטער ערן הערצאג "אנטאן וויקטאר" איז געקומען באזוכען אין שטאט, אנשטאט דעם קייסר פראנץ, אין די שיר ברענגט ארויס שבח והודאה פאר הקב"ה פאר די חסדים וואס ער האט געטון מיט זיי אז ער האט געוועלטיגט אויף זיי אזא איש החסד, ווי אויך ברענגט ער ארויס דא חשיבות פונעם שר און דער פריינדשאפאט פון די אידן צו אים, און אזוי אויך פארקערט די פריינדשאפט פון אים צו זיי.

די שיר באשטייט פון 11 בתים, יעדע בית באשטייט פון 6 שורות, די ערשטע צוויי שורות זענען גראמען, און די דריטע שורה מיט די זעקעסטע שורה גראמען, און די פערטע מיט די פיפטע.

נאך יעדער בית האט דער גאנצער עולם געזינגן די פסוק אין תהילים (ס"ו ב) " זמרו כבוד שמו שימו כבוד תהלתו".

און צום סוף האט ער חותם געווען דעם שיר מיט זיין נאמען און טאטע'ס נאמען (בלי הכינוי "זלמן" שהוסיפו לו) "שלמה בן משלם הכהן", און א מוראדיגע בקשה:

שפע לרוב משמים הורד בימינו נא ממרום שמע למלאות משאלותינו הן כל היום נרון


שיר-ידידות-מרבי-שלמה-כהן_Page-1.jpg


שיר-ידידות-מרבי-שלמה-כהן_Page_2.jpg


שיר-ידידות-מרבי-שלמה-כהן_Page_3.jpg
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט