כדי אביסעל אויף צו לעבען דעם פאעזיע פארום, וויל איך פארשלאגען א פסח פאעזיע פראיעקט ווי דער עולם זאל זיך לאזען שרייבען שטיקלעך פאעזיע צו גראמען בעניני דעם פסח סיעזען הבעל"ט,נישט קיין פארמעסט, נאר א געלעגענהייט ארויסצוגעבען וואס קוועטשט אייך אדער דערהויבענע געפילען צום ליל התקדש החג.
אויב איינער וויל לייגען בעילום שם קען מען עס שיקען צו מיר אין אישי, און כ'וועל עס שטעלען.
פאלעגענד איז א ליסטע פון נושאים (וכל המרבה הרי זה משובח) אדער ניצט די אייגענע אימעדזשענעישען.
בדיקת חמץ
ביעור חמץ
מצות באקען
מצות פרייזען
הכנה לסדר
סדר ביי יענעם
סדר אליינס
עשר מכות
שעובד מצרים
אפיקומן
ד' כוסות
גאולה
ליל שמורים
חול המועד האלטען
צווייטע טעג
בין הזמנים
ועוד ועוד.....
צו מיט הומאר צו מיט התרוממת, צו סתם ארויס געבען די אנגעצויגענקייט...
נעמטס אייך שרייבען.
נ.ב.
ביטע ,אויב שרייבט איר לייגט אין א באזונדערע אשכול, כדי צו באקומען דעם אנערקענונג, און לאזען די אשכול אויף דוריך צו טון דעם פראיעקט. ש'כח.