מיין באבע'ס פוס בענקעלע

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הארציגער דענקער
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 4:21 am
לאקאציע: ביים שרייב טישל

מיין באבע'ס פוס בענקעלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארציגער דענקער »

א דומם, א קלאץ
וואס רעדט מער פון טויזנט ווערטער
שרייט מיט א שטורם
וואס קען נישט איינגעשטילט ווערן

דאס שטומע געשריי פון מיליאנען
וואס ווערן פארברענט
בלוט גיסן טאנען
פון גרויזאמע הענט

די טרערען רינען
זיי ברענען
אויף דעם דומע'ן קלאץ
און ער ווערט נישט צושפרינגען

די פוס... געגאנגען טויזנטער קילאמעטער
געזען ווי עס פאלן שטיקער פון סאמע הארץ
טאטע. מאמע, ברודער, שוועסטער, מומע און פעטער
די זון פינסטער, קוילן שווארץ

שטומע תפילות, בענקעניש און צער
נחת, פרייד און האפענונג
ביים תהילימ'ל
אנגעשפארט אויפ'ן פוס בענקעלע
הארציגער דענקער
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 4:21 am
לאקאציע: ביים שרייב טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארציגער דענקער »

אני הקטן וויל אויך צוגעבן אביסעלע. ליינט און האט הנאה.
(זייט מוחל אז עס איז נישט אזוי אדר'דיג, אבער... ווי זאגט דער וועלט שרייבן קען מען נאר ווען עס עפנט זיך דאס הארץ און עס גיסט ארויס).
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

WOW, כי כשמך כן תהלתך, אזוי הארציג און איבערנעמענד!
יישר כח, און וועלקאם צו אונזער וועלטל.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

בין שוין מבושם'דיג, נישט עכט אין די גיסטע אויף האר אויפשטעלנדע פאעזיע, אבער ההערלעך לא יגרינע ולא ישובח?

דאנציגער הענקער!

נאט אייך גרינע, מיט קאמפלעמענטארן, ווירקליך, די דאזיגע האנט טישלאך, פיסנס בענקלעך, פארציילן אסאך.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”