איך בין דיינס (פאעזיע, אין שאטן פון א שמחה)

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

איך בין דיינס (פאעזיע, אין שאטן פון א שמחה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

(געשריבן געווארן אינטערן רושם פון א שמחה צוריק קומענדיג פון שפיטאל נאכן באקומען א מתנה פון הימל א לעכטיג קינד, באותו זמן ווען דער מוח איז אפן און זוכט ווערטער צו דאנקען און לויבן דעם באשעפער פאר די חסדים, זענען מיר אריינגעקומען אין מידן מוח די פאלגענדע שורות פפון שבח והודאה, לייענט און פארשטייט, און האט הנאה)

איך בין דיינס
ווער איז מיינס
מיינס איז דיינס
וואס איז מיינס
אלעס איז דיינס
וויפיל איז מיינס

נישטא קיין מיינס
נאר א דיינס
א קינד א קליינס
זיך רופן מיינס
פארט איז דיינס
ווער נעמט אליינס

דערפאר טאטע מיינס
א לויב א שיינס
דו לאזט דיינס
זיך רופן מיינס
א נפש א ריינס
א נשמה א שיינס

טאטע מיינס
לאמיך האלטן דיינס
דאס קינד דאס קליינס
מיט פרייד און שיין'ס
און שטענדיג זיך פרייען מיט אים און מיט אלע, בסימן טוב ובמזל טוב אמן.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

מזל טוב!! זאלט איר זעהן אסאך נחת פון דעם און אלע אנדערע געזונטערהייט,מיט פרנסה בשפע.

זייער קריעטיוו איידיע, הגם כ'בין אביסעל צומישט....
איין פיצי הערה,לדעתי פעהלט נישט אויס אלע ס ביים סוף, וואלט געווען פונקט אזוי גוט און אפשר גאר בעסער אן דעם, אבער ש'כח עניוועי.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

מזל טוב!

דער בוית"ש זאל דיר בענטשן מיט פרייליכע אידיש נחת.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מזל טוב
נחת לרוב
לכל הבית אב.

קענטיג געשריבן מעומק הלב, שיין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

farshlufen האט געשריבן:מזל טוב
נחת לרוב
לכל הבית אב.

קענטיג געשריבן מעומק הלב, שיין.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

זייער שיין, זאלסטו זעהן אסאך נחת!

נ.ב. אז דו פרעגסט שוין...... יא, עס איז פאעזיע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

farshlufen האט געשריבן:מזל טוב
נחת לרוב
לכל הבית אב.

קענטיג געשריבן מעומק הלב, שיין.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

מזל טוב, זייער געפיליש, פול מיט דאנק און לויב צום בורא.

די בענער דערינטער איבער צעטל מאכער, זאגט "דו קענסט אליינס" .....
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

מזל טוב! זאלסט זעהן אסאך נחת געזונטערהייט

הערליכע שיינע שטיקל פאעזיע
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:מזל טוב!! זאלט איר זעהן אסאך נחת פון דעם און אלע אנדערע געזונטערהייט,מיט פרנסה בשפע.

זייער קריעטיוו איידיע, הגם כ'בין אביסעל צומישט....
איין פיצי הערה,לדעתי פעהלט נישט אויס אלע ס ביים סוף, וואלט געווען פונקט אזוי גוט און אפשר גאר בעסער אן דעם, אבער ש'כח עניוועי.

איך ווייס נישט פארוואס איך באמערק הערשט יעצט דיין הגה.

ביזט נאך אלס צומישט? אויב יא לייען עס ביטע שטייטעלעך. איך ברענג ארויס א נקודה וואס דארף ווען נישט זיין שווער צו כאפן.

לגבי די מיינס און דיינס איז ביי אונז אזוי געוואוינט אז ווען מ'ענדיגט מיט אזא ווארט לייגט מען צו דעם סמ"ך, פרעג מיך נישט פארוואס.

למעשה פאר דעם שורה וואס ענדיגט זיך "א קינד א שיינס" האט זיך עס געלוינט ווייל דארט קומט זיכער א סמ"ך.

לעומת זה ביי די שורה פון "אמן" וואלט אפשר יא בעסער געווען אנדערש.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”