פאעזיע פארמעסט סוב-פארום - ליינט און האט הנאה

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

פאעזיע פארמעסט סוב-פארום - ליינט און האט הנאה

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג ינואר 23, 2015 10:56 am

צוליב די איבערפלוס פון פאעזיע ארטיקלען וואס זענען אריינגעקומען ביים פארמעסט און געשטעלט געווארן אין קרעטשמע, האבן מיר דערווייל געמאכט א באזונדערע "סוב-פארום" אונטער היימישע קרעטשמע ווי מיר שטעלן דערווייל אריין אלע פאעזיע'ס פונעם לעצטן פאעזיע פארמעסט כדאי עס זאל זיך נישט אויסמישן מיט די אלגעמיינע ארטיקלן פון קרעטשמע.

מיר נעמען אין באטראכט אריינצושטעלן אין דעם דאזיגן סוב-פארום פאעזיע, פאעמעס, פיוטים וכדו' פון אייוועלט בכלל, אזעלעכע וואס זענען געשריבן געווארן אינעם עבר און וועלן בעז"ה געשריבן ווערן אינעם עתיד. אלזא, מאכן מיר אויף נאך אן אשכול דא ווי דער עולם קען שטעלן לינקס צו אלטע פאעזיע אשכולות וואס וועלן מעגליך במשך די צייט אריינגעברענגט ווערן דא.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » פרייטאג ינואר 23, 2015 2:14 pm

א גרויסן דאנק פאר די מנהלים וואס האבן געארבעט דערויף צו מהנה זיין דעם ציבור.

היות ביים פארלאנגען פון די הנהלה אן עקסטערן פארום, בין אויך אויך געווען פון די בעטערס, אלזא איז נישט מער ווי יושר אז ווען מ'האט נאכגעגבן דעם פארלאנג זאל איך זיין פון די באדאנקער (און טאקע פון די ערשטע...)
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג ינואר 23, 2015 2:26 pm

קומט טאקע א דאנק!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » מוצ"ש ינואר 24, 2015 6:40 pm

שעינע שעניע זאך, א גרויסן דאנק אייך!
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש ינואר 24, 2015 8:03 pm

יישר כח צייטליך גוטער געדאנק.
דער ווארט פיוטים איז מיינעך רעזערווירט פאר יוצרות ופיוטים פון די ראשונים.
אויב איך מעג בעטן צו טוישן צו 'גראמען און פאעזיע'
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4177
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מוצ"ש ינואר 24, 2015 8:05 pm

שוועמל האט געשריבן:יישר כח צייטליך גוטער געדאנק.
דער ווארט פיוטים איז מיינעך רעזערווירט פאר יוצרות ופיוטים פון די ראשונים.
אויב איך מעג בעטן צו טוישן צו 'גראמען און פאעזיע'

דעתי כדעת שוועמל, ופשוט

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6992
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מוצ"ש ינואר 24, 2015 8:11 pm

קאנגראטולעישאן'ס אייוועלט! און א דאנק פאר די מנהלים!

די היימישע קרעטשמע האט שוין באלד פינעף טויזענט אשכולות, און מ'וואלט שוין לאנג געדארפט האבן סוב פארום'ס. ענדליך האב מיר שוין איין סוב פארום.

ס'דא נאך אפאר טאפיקס וואס דארפן סוב פארום'ס. למשל סייענס, היסטארי...

... אה אה, פאר איך פארגעס, אוודאי, פארדעם דארף מען א סוב פארום, נו, ווייסט אוודאי פון וואס איך רעדט...


דירות!


די מנהלים וועלן נישט האבן אזא שווערע ארבייט ווייל כמעט אלע אשכולות זענען שוין געלינקט דא.

viewtopic.php?t=22551
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מוצ"ש ינואר 24, 2015 8:34 pm

א ריזן דאנק אייך מנהלים, פאר'ן אוועקגעבן אזויפיהל צייט און מיה, אפצוטיילן די פאעזיע'ס אין אן עקסטערע סוב פארום.

השי"ת זאל אייך באצאלן מכל טוב וטוב

--
דעתי כדעת שוועמל, אז שענער וואלט געווען 'פאעזיע און גראמען'

--
איך וואלט מציע געווען, אז אז אסותא ביאור אויף פאעזיע זאל מען ארויף סטיקען פון אויבן

אוועטאר
טשייניק
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:03 pm
לאקאציע: אויפן געז רענדזש

תגובהדורך טשייניק » זונטאג ינואר 25, 2015 12:24 am

אזוי ווי איך האב געשטימט ברבים פארן אפטיילן, באדאנק איך מיר טאקע ברבים פאר די מנהלים פארן אפטיילן אין א עקסטערע סוב פארום

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4858
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג ינואר 25, 2015 11:43 am

אזוי ווי עס שטייט אויפן קעפל "פאעזיע פארמעסט סוב פארום", וויל איך טאקע פערזענליך בעטן אז גראד נאכן פארמעסט זאל מען דעם פארום מעביר זיין.

די געדאנק אויף וואס אסאך פון אונז האבן געבעטן אן עקסטערן פארום איז געווען צוליב די פארמעסט וואס האט ממש אוועקגענומען די אטטענטשן פון היימישע קרעטשמע און רינואירט די רואיגקייט דארט, אבער אלס א פערמענאנטע זאך, לדעתי הענייה וועט עס ברענגען ווייניגער פאעזיע צום וועלט.

און צו מיין איבעראשונג זעה איך שוין אז איינע פון מיינע זאכן זענען שוין אריינגעשליידערט געווארן אהער...

דאס איז וואס איך און געלעגער האבן געשריבן און א צווייטע אשכול:
Capture.JPG


א הערצליכע דאנק פאר די אחראים און מנהלים פארן ארבעטן לטובת הציבור.. ע"כ אדרבה, לאמיר הערן נאך מיינונגען!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » זונטאג ינואר 25, 2015 12:28 pm

קודם כל א אמת'ן דאנק פאר די מנהלים און אחראים וואס שטייען גרייט צו העלפען יעדען ניק און אז יעדער זאל זיין צופרידען,כה לחי !

יעצט ,אויב האט מיין דעה עפעס קראפט,וואלט איך געבעטען אז נאכען פארמעסט זאל אלעס צוריק גיין געהעריג אין קרעטשמע,איך האב קע''ה אפגעשריבען בערך 30 גראמטיקליך פאר אייוועלט,און איך באקום געווענטליך ציווישען צעהן און פופצען תגובות,און איך ווייס אז אויב וועט עס ליגען און א עקסטער סובפארום וועט עס באקומען נאך ווייניגער,ס'נישט אז איך ברויך וויכטיג די קאמפלימענטס,אבער כ'בין דאך א מענטש און אז איך מיטשע מיך אפ צו שרייבען א גראם ,וואלט איך געקענט ביישטיין אז מענטשען זאלען עס ליינען ,ממילא בעהט איך ,אז נאכען פארמעסט זאל מען אלעס צוריקשטעלען במקומם הראוי' אין קרעטשמע,ווי מער מענטשען קומען אן צו ליינען,און פאלען אריין בטעות אין מיינע אשכולות.....

אבער אויב די מנהלים פארשטייען בעסער ,וועלען מיר זיך מכניע זיין ,אבער אלס א שרייבער האב איך געזאגט מיין מיינונג.

מיט דאנק,
א גראם מיט טעם.

(בדרך אגב,קרוץ מחומר האט געשריבען א שיין שטיקעל אין קרעטשמע וועגען 'טשענידזש' ,איך שאץ אז ווען עס ליגט ווען אין די סובפארום וואלט עס מסתמא באקומען האלב די תגובות ווי עס האט היינט.)
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג ינואר 25, 2015 12:57 pm

די לעצטערע תגובות ברענגט אונז צוריק צום אלטן פראגע, ווי אזוי קומט איר אן צו נייע הודעות, דורך גיין פון פארום צום פארום, אדער דורך דריקן איינע פון די לינק'ס "אומגעליינטע אשכולות • נייע הודעות זינט דיין לעצטע באזוך • זוך אקטיווע אשכולות". אויב די תשובה איז די צווייטע, איז נישטא קיין סיבה פארוואס מען זאל עס יעצט ווייניגער זען.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4858
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג ינואר 25, 2015 1:04 pm

זייער אסאך מאל דורך די אומעליינטע תגובות קנעפל, ופעמים להיפך. ווען איך בין נישט אין די גיסטע גיי איך נאר צו גראפיק - היימישע קרעטשמע - און נייעס פארום.

למעלה משבעים האט געשריבן:אויב די תשובה איז די צווייטע, איז נישטא קיין סיבה פארוואס מען זאל עס יעצט ווייניגער זען.

און אויך נישט מען זאל מאכן א באזונדערע פארום. ודוק
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג ינואר 25, 2015 1:05 pm

איך וואלט געהאלטן אז אלע ארטיקלעך זאלן זיין אין קרעטשמע ביז 30 טעג.

נאך 30 טעג זאל עס אריינגיין אין א פורום וואס זאל הייסן ארכיוון.

די ארכיוון זאל זיין שיין מסודר, פאעזיע, קאמישע ארטיקלעך, התעוררות, עצות, מהלך החיים דיסקוסיעס, וכדו'.

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » זונטאג ינואר 25, 2015 3:20 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:זייער אסאך מאל דורך די אומעליינטע תגובות קנעפל, ופעמים להיפך. ווען איך בין נישט אין די גיסטע גיי איך נאר צו גראפיק - היימישע קרעטשמע - און נייעס פארום.

למעלה משבעים האט געשריבן:אויב די תשובה איז די צווייטע, איז נישטא קיין סיבה פארוואס מען זאל עס יעצט ווייניגער זען.

און אויך נישט מען זאל מאכן א באזונדערע פארום. ודוק

באזונדערע פארום וועט מיר קומען צוניץ
זע דא
viewtopic.php?p=864857#p864857
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » זונטאג ינואר 25, 2015 4:13 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:אזוי ווי עס שטייט אויפן קעפל "פאעזיע פארמעסט סוב פארום", וויל איך טאקע פערזענליך בעטן אז גראד נאכן פארמעסט זאל מען דעם פארום מעביר זיין.

די געדאנק אויף וואס אסאך פון אונז האבן געבעטן אן עקסטערן פארום איז געווען צוליב די פארמעסט וואס האט ממש אוועקגענומען די אטטענטשן פון היימישע קרעטשמע און רינואירט די רואיגקייט דארט, אבער אלס א פערמענאנטע זאך, לדעתי הענייה וועט עס ברענגען ווייניגער פאעזיע צום וועלט.

און צו מיין איבעראשונג זעה איך שוין אז איינע פון מיינע זאכן זענען שוין אריינגעשליידערט געווארן אהער...

דאס איז וואס איך און געלעגער האבן געשריבן און א צווייטע אשכול:
Capture.JPG


א הערצליכע דאנק פאר די אחראים און מנהלים פארן ארבעטן לטובת הציבור.. ע"כ אדרבה, לאמיר הערן נאך מיינונגען!
איך מיין אז די בעסטע וועט זיין אז מען זאל מאכן וואלן און יעדער וועט קענען רוהיג שטימען פאר דאס וואס ער האלט.
לעצט פאראכטן דורך שלום אויש אום זונטאג ינואר 25, 2015 4:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4858
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג ינואר 25, 2015 4:23 pm

אויב שטייט אויפן קעפל אנקעטע ווייסעך נישט צו איך פאר נאך דארט אריין... אבער עס אפעקטירט נישט בעצם אזויפיהל שרייבער, זאלן די אלע שרייבער פון גראמען קומען לאזן הערן מיינונגען און עס דעבאטירן מיט די אחראים /מנהלים.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג ינואר 25, 2015 5:31 pm

מ'זאל זיכער לאזן דעם סובפארום, און נישט דרייען א קאפ אינעם קעטשמיך (קרעטשמע) ווער ס'איז אינטערסירט אין פאביע'ס (פאעזיע) זאל דאס זוכן דא. (סאררי ספצקר)

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:30 pm

לדעתי, האלט איך אז אפי' דעם היימישע זשורנאל, וואס כאטש עס איז אין א געוויסע זין א מעדאל ווען אן ארטיקל גייט אהין, אבער דאך, אין די אנדערע האנט, פארלירט עס היבש אסאך צפיות און תגובות. ממילא וואס איך וואלט געזאגט איז מען זאל עס טאקע אריבערפירן אזוי ווי מען האט יעצט געטון מיט ענדעס פאום 'אוועק אוועק', וואס געפינט זיך טאקע אין די פאעיזיע פארום אבער געפינט זיך אין די זעלבע צייט אויף אין קרעטשמע. דאס וואלט איך ג'עצה'ט אויך אויף דזשורנאל ארטיקלען.

און למעלה, איך ווייס נישט פארוואס, אבער ביי מיר איז די ערשטע די תשובה...

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6030
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:38 pm

ריתגוב אסותא, יעדעס ווארט.
וואו איז דָוִי?


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט