גריס מיך מיין קינד (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #37)

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אויף וואס וואויט איר; אויף א סקעיל פון 1-5 וועלכע שטעלט איר עס?

די וואלן האבן זיך פארמאכט פרייטאג ינואר 30, 2015 8:21 am

פאעזיע
3
3%
אדער גראמען
19
21%
1)קריעטיוו
1
1%
2)
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
3)
4
4%
4)
7
8%
5)
11
12%
1)פליסיקייט פון גראמען/פאעזיע
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
2)
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
3)
5
5%
4)
5
5%
5)
13
14%
1)אווער אל רעיטינג
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
2)
1
1%
3)
4
4%
4)
7
8%
5)
11
12%
 
סך הכול שטימען: 91

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

גריס מיך מיין קינד (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #37)

תגובהדורך נישט » פרייטאג ינואר 23, 2015 8:21 am

געדענקט אפצוגעבן א יישר כח און רעיטן די ארטיקל, די שרייבער'ס ווארטן צו הערן אן אמת'ע אפשאצונג פון אייך.



מיטן געלט אין שיסל
אינעם שלאס דעם שליסעל
נאך א טאג אין געשעפט
דעם ארימאן ער טרעפט


ער בעט אים חסדים
גיב מיר א פאדעם
דאס אלעס נישט מער
בעט דער עני גיב אהער


מיטן פאדעם א פיינעם
נאך א בקשה א קליינעם
בעט דעם עושר הגדול
גיב ניר נאר א נאדל


צו נייען מיין געוואנט
זאל איך קענען מיט די האנט
א זעקל נאדלען דערלאנגט
אבער דער ארימאן פארלאנגט


נוצט אייער קעפל
א געוואנט אן קיין קנעפל
וואס קען דאס דינען
לאז דער געוואנט מיך דינען


מיין טייערער גביר
קנעפלעך דארף איך נאר פיר
א טוץ קנעפלען מיט א שמייכל
ר' איד, בעט ער ווייטער מיט שכל


א ברעטעלע א ברייטן
דעם געוואנט אויסצושפרייטן
איך דארף דאך נייען אקוראט
א מעסטער צו די זייט


א הענגער און א שטעקעלע
צו הענגן דערויף מיין רעקעלע
אלעס געפאקט אין א זעקעלע
אבער דער ארימאן האט איין בקשה'לע


מיין טייערער גביר
דעם אמת זאג איך דיר
איך קען גאר נישט נייען
איך האב ניטאמאל פון וואו צו לייען


גיב מיר א געוואנט א שיינעם
אלס א נדבה'לע א קליינעם
דער עושר מיט געפיל
אהין געגעבן א שענקל מיט קליידער פוהל


אינעם קומענדיגן טאג ביים שליסען
זעהט דעם ארימאן אינגאנצן צעשליסען
מיט קליידער ווי אמאל צעריסען
דער גביר וויל וויסען


פארוואס אזא קליידונג א מיאוס'ן
איך האב דיר אויסגעקליידט פון קאפ ביז פוס'ן
דער ארימאן מאכט זיך אומוויסען
און טוט אפי' נישט צוריק גריסען

- - - -
דער ארימאן ברענגט ארויף איבל
אזוי טיעף אין א בלאטע גרוב'ל
אבער צו זענען מיר נישט גענוי
ווי דער ארימאן פרעך אזוי


באשעפער גיב מיר נאר אביסעלע
ער גיבט א פילע שיסעלע
באשעפער איך קען נישט אליין
ער טוט זיך אויף אונז מרחם זיין


באשעפער לאמיך פרובירן
ער גיבט אונז מאטריאל זיך צו רירן
באשעפער נאך א טראפקעלע
ער גיבט אונז א גאנצע שאפקעלע


קינד מיינס וואו זענען די בגדים
פרעגט דער יוצר אדם
סיי די מאטריאל און סיי דעם געוואנט
אלעס דיר געגעבן צו דער האנט


געבעטן האסטו קודם ווי איינער וואס קען
דערנאך דיין אוממעגליכקייטן איינגעזעהן
נישט נאר דעם פאדעם נאר דאס גאנץ קליידל
מיט אלע צוגעהערן א גאנץ שיידל


פרעג איך דיך מיין קינד, גריס מיך נאר אזויפיל
ווען דו ביזט אין מיין סביבה ביי מיר אין שוהל
תפלה בכוונה, אמן יהא שמיה רבא
איך וויל דיר געבן נאך, בזה ובבא

נעם פון מיר וואס דו ברויך
גריס מיך אבער אויך
מיטן אויסשרייען הויך
אמן יהא שמי' רבא מברך...

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3757
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » פרייטאג ינואר 23, 2015 8:54 am

ברויך ארויף גיין אויפען נעקסטען אמן אלבום!!
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » פרייטאג ינואר 23, 2015 8:56 am

שיין שטיקל מוסר. גאר גוט און שטארק ארויסגעברענגט!

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » פרייטאג ינואר 23, 2015 11:36 am

זייער שטארקע משל, פיין אראפגעגעבן!

אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

תגובהדורך קרוץ מחומר » פרייטאג ינואר 23, 2015 1:38 pm

א געוואלדיגע איידיע
צו פארשטיין די זכי'
דאווענען תפלה הראוי'
פארן מלך מצמיח ישועה

הערליך!!!!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג ינואר 23, 2015 2:14 pm

קונצליך געשריבן!! געבויט אויפן משל פון חפץ חיים מיט אהבה רבה און די ארימאן?

שיינע ארבייט! באגייסטערט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג ינואר 23, 2015 3:06 pm

געמיינט האב איך אז די אויספיר גייט זיין די באקאנטע משל מיטן יישר הרע וואס מאכט זיך שטאטערהייט באקוועם אינעם מענטש און דערנאך ווערט ער פולשטענדיג בעל הבית. אבער דער האט מיך געכאפט אין א סורפרייז, געפארן אין א צווייטע ריכטונג.

גוט שטיקל מוסר און זייער שיין

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » פרייטאג ינואר 23, 2015 3:10 pm

גערעכטער האט געשריבן:זייער שטארקע משל, פיין אראפגעגעבן!

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג ינואר 25, 2015 11:59 am

שיינע משל ונמשל. נחשפה דרכינו ונחקורה. ייש"כ
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5590
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג ינואר 25, 2015 12:06 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:שיינע משל ונמשל. נחשפה דרכינו ונחקורה. ייש"כ
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » זונטאג ינואר 25, 2015 6:23 pm

אייזן גוט, ליינט זיך געשמאק.
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
מוזיקאליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 17, 2013 8:33 pm
לאקאציע: מיט העדפאונס אויפען קאפ

תגובהדורך מוזיקאליש » זונטאג ינואר 25, 2015 6:29 pm

גוטע גראמען שיין געזעצט,גראם?
ויש היכל שאינו נפתח אלא בניגון....

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » זונטאג ינואר 25, 2015 10:51 pm

זייער שיין און באלערנד

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג ינואר 27, 2015 10:40 am

הערליך שיין!
סיי די גראמען און די משל ונמשל!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט