שובבי"ם (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #35)

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אויף וואס וואויט איר; אויף א סקעיל פון 1-5 וועלכע שטעלט איר עס?

די וואלן האבן זיך פארמאכט פרייטאג ינואר 30, 2015 9:19 pm

פאעזיע
3
4%
אדער גראמען
15
19%
1)קריעטיוו
2
3%
2)
5
6%
3)
7
9%
4)
5
6%
5)
1
1%
1)פליסיקייט פון גראמען/פאעזיע
3
4%
2)
3
4%
3)
3
4%
4)
6
8%
5)
6
8%
1)אווער אל רעיטינג
3
4%
2)
5
6%
3)
3
4%
4)
6
8%
5)
4
5%
 
סך הכול שטימען: 80

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

שובבי"ם (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #35)

תגובהדורך נישט » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 9:19 pm

געדענקט אפצוגעבן א יישר כח און רעיטן די ארטיקל, די שרייבער'ס ווארטן צו הערן אן אמת'ע אפשאצונג פון אייך.



די ימי השובבי"ם תשע"ה,
טוהן מיר דערלעבן.

דארף מען א חשבון הנפש,
אין די טעג אפגעבן.

וויפל האב איך באצאלט,
גאט ב"ה אויף אלעס גוט.

וואס ער געט מיר שטענדיג,
און וואס ער טוט.



שווערע צייטן,
אדורך געגאנגען.

און די ריכטיגע ישועה,
געטון שטענדיג דערלאנגען.

די שטוב איז פיל ב"ה,
מיט זיסע קינדער.

מיר פארמאגן ב"ה,
אלעס גוט'ס אצינדער.



מיט וואס קען מען עפעס,
אביסעלע כאטש באצאלן.

ווען ס'איז אפי' נישט מעגליך,
מיט א פענע אלעס אפמאלן.

אויף יעדע ריר און טריט,
טוהט ער מיר באגלייטן.

שטענדיג אין די מינוט,
ער נישט קיין צווייטען.



די ווערטער זענען ארים,
צו קענען ארויסברענגען.

געפילן זענען צושטורעמט,
אויף דאס צו פארנעמען.

פארוואס האב איך דערצו,
זוכה געווען.

דעם יד ה',
שטענדיג צו זעהן.



אפי' איך ווייס ביי מיר,
אז איך בין דאס נישט ווערד.

ווען איך ליג באגראבן,
טיעף אין דער ערד.

אבער דאס איז זיכער,
אז מיר זענען קרוים בנים.

דעריבער פארשטיי איך,
אז איך באקום א מתנת חינם.



איז לאמיר דאנקען,
דעם גאט פון אויבן.

מיט א שבח והודיה,
איהם טוהן לויבן.

מיט פשוטע ווערטער,
זאגן א דאנק.

און זיך אונטער נעמען,
איהם צו געבן א געשאנק.



זיך אין די יעצטיגע טעג,
ווערן עטוואס בעסער.

און דערפרייען דערמיט,
דעם גרויסן באשעפער.

אין מיט א תחינה א קליינע,
ענדיגן מיינע ווערטער.

מיר זאלן אינגיכן דערלעבן משיח'ן,
בעת קיבוץ הנפוצות פון אלע ערטער.
לעצט פאראכטן דורך נישט אום דאנארשטאג ינואר 29, 2015 1:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 9:25 pm

זייער ווארעם, און הערליך שיין, פיינע געדאנק!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 9:46 pm

ווארימע הארציגע רייד!! פאדערט אויף למעשה, שיין אראפגעלייגט!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 9:50 pm

איי שובו בנים שובבים איי איי איי...
דיבורים וויכטיג
אין זמנים ריכטיג
מעורר די מחשבה
פארעכטען דעם עבר
מיט קבלות פרישע
בטהרה וקדושה.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 11:05 pm

סזאל עכט האבן א השפעה אויף מיר וועל איך עס מוזן איבערליינען נאכן פארמעסט.

יעצט רעדט מען נאר פון די געלונגענקייט פון די ארטיקל.

קיין פאעזיע איז עס נישט, אבער גוטע ווארימע גראמען איז עס יא.

יישר כח.

אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

תגובהדורך קרוץ מחומר » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 11:13 pm

זייער שיין און הערליך צולייגט.
ווי אויך א געוואלדיגע רעיון ארויסגעברענגט, אז דער שובו בנים קומט מחמת אהבה צום בורא עולם על כל החסד אשר עשה עמנו.

יא יא אידעלעך, ימים נשגבים
געשמאקע טעג נעימים ונאהבים
ולהטיב מעשינו אנחנו חייבים
כמו שנ' "שובו בנים שובבים"

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11720
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 11:15 pm

צווייפל, איך רוק אים יא נענטער צו פאעזיע. ווארעם, געפיליש, שיינע גראמען

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 11:20 pm

גערעכטער האט געשריבן:זייער ווארעם, און הערליך שיין, פיינע געדאנק!

יעצט געלייענט, זייער שיין.

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » פרייטאג ינואר 23, 2015 12:53 pm

זייער גוט געשריבן. א שיין שטיקל מוסר, אראפגעגעבן אויף א בא'טעמ'טן אופן. (כ'האב מיך געטראפן דערין)

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » פרייטאג ינואר 23, 2015 1:56 pm

ידיד האט געשריבן:זייער גוט געשריבן. א שיין שטיקל מוסר, אראפגעגעבן אויף א בא'טעמ'טן אופן. (כ'האב מיך געטראפן דערין)

זיך אויך געטראפן, בה

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3742
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג ינואר 25, 2015 11:51 am

מה אשיב לה', אויף זיינע חסדים אזא פארנעם, גויל אילו רקיע, און יעדער וואלט געמאכט א יגיעה, איז פארט ידועה, אוממעגליך צו באשרייבען יעדע ישועה, וואס גאט ב"ה איז משפיע.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג ינואר 27, 2015 10:35 am

זייער שיין און ווארים !!
הלואי זאל מיר קענען שיקן עפעס א געשאנק פאר אונזער פאטער אין הימל.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

שלאק שמש
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2016 6:57 pm

תגובהדורך שלאק שמש » מיטוואך ינואר 27, 2016 9:21 am

א גראם מיט טעם האט געשריבן:איי שובו בנים שובבים איי איי איי...
דיבורים וויכטיג
אין זמנים ריכטיג
מעורר די מחשבה
פארעכטען דעם עבר
מיט קבלות פרישע
בטהרה וקדושה.


קוק דא וויאזוי צדיקים האבן אראפגעלייגט א שובבי"ם
viewtopic.php?f=5&t=29247&hilit=%D7%A9%D7%95%D7%91%D7%91%D7%99+%D7%9D#p1173263


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט