בלאט 1 פון 1

ביים שפיטאל בעט (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #34)

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 22, 2015 8:31 pm
דורך נישט
געדענקט אפצוגעבן א יישר כח און רעיטן די ארטיקל, די שרייבער'ס ווארטן צו הערן אן אמת'ע אפשאצונג פון אייך.



איר פנים ווייס ווי א מלאך
שטייט זי אין א צימער אהן קאלאך
אויפען בעטל ליגט ער דארט
און רירט זיך נישט פון ארט

די דאקטורים האבען שוין אויפגעגעבן
אבער אהן איהם.. ואס האב איך פון מיין לעבן
אטעמען ...מיט ווייערן און מאשינען
ליגט ער דארט צוזאמגעבונדען

מיט וואסער אירע אויגן ווערט פיל
א מחוצפדיגע טרער'ל גליטשט זיך
אבער אהן קיין גבול
איר געוויין פארמערט זיך

אירע הענט זי שטרעקט אויס
דעם תהילים'ל נעמט זי ארויס
אויסגעניצטע בלעטער מישען
דאס בלאסען געזיכט אויפען קישען

אנא ד' הושיעה נא
אנא ד' הצליחה נא
זי הערט נישט פון מאשינען זייערע פייפערייען
צו אן אנדערע פלאנעט איר געטאן באפרייען

און דאן פון אירע מחשבות ארויס
געשטארקט ביז גאר
זכרני השם ברצון עמך

אויף די אייגענע פיס ארויס
פון דא וועט ער נאך די יאר
כי אנו בטוחים על רחמיך.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 22, 2015 8:39 pm
דורך וואסערפאל
ס'ווערט ליידער קאלעמוטנע אויפן הארצן, ס'שפיגלט אפ וואס ס'קומט ליידער פאר, אבער דער אויספיר פונעם שיינעם שריפט איז שטערקער ווי אלעם, ווייל תהלים מיט בטחון העלפט ווי און ווען אימער. יש''כ פאר די הארציגע פאעזיע.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 22, 2015 9:13 pm
דורך נישט
יא, נאר מיט ביטחון!

גאר גוט צולייגט

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 22, 2015 9:27 pm
דורך גערעכטער
זייער הארציג און שיין!

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 22, 2015 9:31 pm
דורך לכתחילה אריבער
זייער שיין און הארציג געשריבן. אביסעל קורץ, כ'וואלט געוואלט נאך אביסל פון די פעדער.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 22, 2015 9:44 pm
דורך א גראם מיט טעם
אוי רפאנו ה' ונרפא
הער דעם געשריי
חולים און זייער וויי
קרובים, שטארק זיי
זאג שוין די
ווייל עד מתי
הייל אויס געטריי
הבט וראה
פאר דיר א שפיי
ותחתוך חיים לחי .

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 22, 2015 11:19 pm
דורך געלעגער
עםם.. קוים געקומען צום טעם און שוין א שארט סטאפ?? פארוואס..?? שרייב נאך!

געשריבן: מוצ"ש ינואר 24, 2015 8:53 pm
דורך ידיד
גערעכטער האט געשריבן:זייער הארציג און שיין!

געשריבן: מוצ"ש ינואר 24, 2015 9:35 pm
דורך שלום אויש
ידיד האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:זייער הארציג און שיין!

געשריבן: זונטאג ינואר 25, 2015 11:47 am
דורך אנעים זמירות
אמן כיה"ר.

געשריבן: דינסטאג ינואר 27, 2015 11:03 am
דורך יאנקעלע קליגער
זייער הארציג!!
קודם די צובראכענקייט און דערנאך די טרייסט, זייער שיין!