דיימאנטעלעך מארשירן (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #28)

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אויף וואס וואויט איר; אויף א סקעיל פון 1-5 וועלכע שטעלט איר עס?

די וואלן האבן זיך פארמאכט פרייטאג ינואר 30, 2015 8:49 am

פאעזיע
13
15%
אדער גראמען
8
10%
1)קריעטיוו
1
1%
2)
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
3)
3
4%
4)
4
5%
5)
13
15%
1)פליסיקייט פון גראמען/פאעזיע
1
1%
2)
1
1%
3)
3
4%
4)
5
6%
5)
12
14%
1)אווער אל רעיטינג
1
1%
2)
1
1%
3)
2
2%
4)
7
8%
5)
9
11%
 
סך הכול שטימען: 84

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

דיימאנטעלעך מארשירן (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #28)

תגובהדורך נישט » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 8:49 am

געדענקט אפצוגעבן א יישר כח און רעיטן די ארטיקל, די שרייבער'ס ווארטן צו הערן אן אמת'ע אפשאצונג פון אייך.



א שטיין א קאלטער,
א דיימאנט האלטער.
וואס דער אינטערשיד,
אפשאצן מ'טוט.

די שטיין א דומם,
באנעצט דורך יתומים.
נאך א טרערל בגניבה,
אויפן פאטערס מציבה.

אפשר דארט,
אויפן שטילן ארט.
א שטיינדל א יחוס,
אויך נישט באריכות.

די צייט טרייבט,
דאס שטיינדל בלייבט.
אוי ווי ס'צייגט,
א נצחיות מ'לייגט.

ולהחזירה בי,
נשמה בקרבי.
אלע מיט טליתים,
צו תחיית המתים.


א שטיין א קאלטער,
א דיימאנט האלטער.
וואס דער אינטערשיד,
מען שאצט גוט.


די דיימאנד שאכטל,
שטראלן עס שיינט.
ווען כ'גיב א באטראכטל,
איר באגראבן דיימאנט.

א פרייז א הויכער,
ענדליך אדורך געקומען.
עובר לסוחר,
דאס אהיימגענומען.

אין האנט ליגט,
די צורינג נאך אין האלטער.
אשת חיל דערקוויקט,
פון שמחה שטראלטער.

אויך זי רירט נישט,
איבעראשט מען בליקט.
זיי שטייען ווי פארחושט,
א רינגל אריינגעדרוקט.

ענדליך ארויסגענומען,
א פראכט א גלוסט.
אוואו איז דאס שאכטל אהין געקומען,
שוין לאנג אין מיסט.

די גאנצע חשיבות,
צוליב איר אינהאלט.
ארויסגענומען מיט חביבות,
שאכטל פארווארפן באלד.


א שטיין א קאלטער,
א דיימאנד האלטער.
א שטארקע צווישנשייד,
אבער נאך טיפער איר באדייט.


די ריכטיג השלמה,
א מענטש מיט זיין אויפירונג.
א שאכטל פארן נשמה,
די איידעלסטע צירונג.

די גוף א שאכטל,
די נשמה בריליאנט.
בלייבט ניטאמאל אן אכטל
דעם גוף באקאנט.

נשמה'לה ברילאנטעלע,
האלט איר נאר ריין.
וועסט צוריק אנטוהן דיין מאנטעלע,
קוק מען לייגט א שטיין.

קברים טוען זיך רירן,
שטיינדלעך קענט שוין צופליען.
דיימאנטעלעך מארשירן,
ועלו מושיעים בהר ציון.
לעצט פאראכטן דורך נישט אום דאנארשטאג ינואר 29, 2015 5:35 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 8:53 am

אויסנאם שיינע געדאנק!
הערליך באשריבן.

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 9:14 am

WOW!

גאר א גוטע געדאנק, און גאר גוט אראפגעלייגט

יישר כוח

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 9:15 am

גערעכטער האט געשריבן:אויסנאם שיינע געדאנק!
הערליך באשריבן.

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 10:50 am

זאלצי? וואסערפאל?
געלונגענע גראמען, פאכמאניש געשריבען, פארמאגט רגש.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5657
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 11:29 am

א גראם מיט טעם האט געשריבן:געלונגענע גראמען, פאכמאניש געשריבען, פארמאגט רגש.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 11:59 am

גיוואלדיק.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 5:48 pm

שטארקע שטארקע געדאנק! שטארק שטארק אראפגעלייגט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 7:29 pm

יאפ, דאס איז מלא רגש! ס'שניידט שטיקער!
דאס האט איינער מיט ווארימע געפילן און טיפע מחשבות געשריבן

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג ינואר 25, 2015 11:26 am

קונצליכע גראמען. ייש"כ.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1786
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג ינואר 25, 2015 3:48 pm

זייער זייער שיין. גענומען אביסל עפפערט צו פארטייטשן ריכטיג. קלאסישע ארבייט.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג ינואר 27, 2015 10:45 am

זייער שיין די גראמען און די נקודה!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11368
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך ינואר 28, 2015 3:06 pm

פארשלאפן סטיל?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט