אנכי - ווער בין איך (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #26)

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אויף וואס וואויט איר; אויף א סקעיל פון 1-5 וועלכע שטעלט איר עס?

די וואלן האבן זיך פארמאכט פרייטאג ינואר 30, 2015 8:25 pm

פאעזיע
17
19%
אדער גראמען
4
4%
1)קריעטיוו
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
2)
3
3%
3)
2
2%
4)
2
2%
5)
15
17%
1)פליסיקייט פון גראמען/פאעזיע
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
2)
3
3%
3)
2
2%
4)
7
8%
5)
11
12%
1)אווער אל רעיטינג
1
1%
2)
1
1%
3)
2
2%
4)
2
2%
5)
17
19%
 
סך הכול שטימען: 89

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

אנכי - ווער בין איך (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #26)

תגובהדורך נישט » מיטוואך ינואר 21, 2015 8:25 pm

געדענקט אפצוגעבן א יישר כח און רעיטן די ארטיקל, די שרייבער'ס ווארטן צו הערן אן אמת'ע אפשאצונג פון אייך.



מיין קערפער, מיין געוויכט
מיינע אויגן, מיין געזיכט
איברים מיינע, צוויי הונדערט אכט און פערציג
מיין הארץ עס קלאפט אזוי הארציג.


אלס איז מיינס, איך קלער צו זיך
אזויפיל צו פארמאגן, אבער ווער בין איך


אפשר דער נפש דאס בין איך אליינס
אבער ניין, דאס נפש איז אויך מיינס
קען זיין די נשמה, דער יצור כפו דער שיינס
אבער ניין, עס איז אויך נאר מיינס.


אלס איז מיינס, איך קלער צו זיך
אזויפיל צו פארמאגן, אבער ווער בין איך


אין שפיגל איך בליק, איך זעה דארט מיך
איך קוק דורכגרינדליך, איך זעה נישט זיך
אלס וואס איך זעה, געהער צו מיר
איך זוך און נישטער, ווער זענט איר.



אלעס איז מיינס, איך קלער צו זיך
אזויפיל צו פארמאגן, אבער ווער בין איך.


----
אנכי אנכי, נאר דא איינער
אלעס איז זיינס, גארנישט דיינער
מיינע אויגן, מיינע הענט, מיינע פוס, מיינע ציינער
מיין נפש, מיין נשמה, אלס נאר מיינער.


אבער ווען מיט מחשבה, איך נישטער און זוך
ווער באמת איז דאס דער איך
צו זאגן "איך" שעם איך זיך
"איך" לאך פארשעמט, ווייל איך זוך מיך.
לעצט פאראכטן דורך נישט אום דאנארשטאג ינואר 29, 2015 5:33 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3477
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך ינואר 21, 2015 8:37 pm

פון מיינע טאפ 10.

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מיטוואך ינואר 21, 2015 8:40 pm

זייער פאכמאניש ארויסגעברענגט!

איימעניט... ווער רעדט יעצט?

#ווער בין איך?

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך ינואר 21, 2015 8:47 pm

דאס איז ארבעט פון א פראפעשענאל!!!
טאפ אוו די טאפ, פאזיע, גראמען פליסעגקייט,קריעטיוו, *****
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך ינואר 21, 2015 9:26 pm

העסט פראפעסענאל! שטארק דענקעריש!! גאר גוטע ארבייט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך ינואר 21, 2015 10:41 pm

א דיכטער!
עס איז פאעטיע מיט גראם
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך ינואר 21, 2015 10:43 pm

כ'האב דאך געוויסט אז דאס גייט געשען. כ'לויף אויס פון WOW'ס כ'לויף אויס פון ווערטער און דא אזאנס??
גיימיר וואוטן און עטליעסט דארט ווייזן מיין באגייסטערונג

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך ינואר 21, 2015 11:01 pm

זייער שיין! פיינע איידיע!

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך ינואר 21, 2015 11:33 pm

WOW! עכט טאלאנטפול! באגייסטערט צו ווערן!

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 2:13 am

זייער שיין און קינצלעך געלייענט מיט פארגאפונג.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21719
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 8:56 am

הערליך, הארציג, א געלונגען שטיקל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5578
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 11:09 am

איך זעה א קלוגער איד שטיין דערונטער, מיט טאלאנט צו די זייט! (זאלצי?)
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 12:27 pm

א מייסטער שטיקעל! הערליך שיין!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » פרייטאג ינואר 23, 2015 12:27 am

אפשר ווייל איך בין מיד, אפשר ווייל איך האב א שוואכע קאפ אדער אפשר ווייל דער פאעזיע איז שוואך, אבער איך מוז מודה זיין אז איך פארשטיי אינגאנצען נישט וואס דער פייטן וויל. אפשר קען איינער ערקלערען?

(קוואוט אוו דע דעי: 'דער הארץ קלאפט הארציג'...)
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3477
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » פרייטאג ינואר 23, 2015 7:38 am

אנעים זמירות האט געשריבן:אפשר ווייל איך בין מיד, אפשר ווייל איך האב א שוואכע קאפ אדער אפשר ווייל דער פאעזיע איז שוואך, אבער איך מוז מודה זיין אז איך פארשטיי אינגאנצען נישט וואס דער פייטן וויל. אפשר קען איינער ערקלערען?

(קוואוט אוו דע דעי: 'דער הארץ קלאפט הארציג'...)


אין איין ווארט, דער פייטן ברענגט ארויס אז סעקזעסטירט נישט קיין 'איך' (אדער עכ"פ דער 'איך' איז גאר ארעם).

דיין גוף, איז נישט דיין עצם, סאיז א חפץ וואס באלאנגט פאר דיר.

אפי' דיין נשמה איז אויך א זאך וואס באלאנגט פאר דיר (כאילו א גוף אין א רוחניות'דיגע פארעם).

סא וואס איז דיין עצם וואס צו אים באלאנגען די אלע זאכן?

זאגט ער אז א עצם איז נאר דער באשעפער, און אין אמת'ן אלע דיינע זאכן באלאנגען פאר אים.

{כמיין אז דער 'איך' איז די פינטעלע שכל, (קען זיין אז דאס איז די נשמה), ווייל די שכל דאס מאכט דעם איך, למשל מזאל מאכן פאר א מענטש א הארץ טראנספלעט, לונגען טראנספלענט וכו' מזאל אים איבערפלאנצן אלע איברים, אויב די שכל איז די זעלבע, איז ער די זעלבע מענטש, עניוועי, א טיפערע שמועס, באלאנגט נישט דא}

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1786
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » פרייטאג ינואר 23, 2015 8:47 am

און כדי דאס צו זאגן וועסטו אויך זאגן "מיין שכל זאגט". האלט מיר ביי אלף.

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » פרייטאג ינואר 23, 2015 8:49 am

זאלץוואסער האט געשריבן:און כדי דאס צו זאגן וועסטו אויך זאגן "מיין שכל זאגט". האלט מיר ביי אלף.


יא, ריכטיג ארויסגעברענט, איך האב אויך אזוי געלערנט פשט בדברי הפאעזיטער.

איין פינטל, איין נקודה. נישט דא קיין איך! פיריעט!

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3477
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » פרייטאג ינואר 23, 2015 9:20 am

זאלץוואסער האט געשריבן:און כדי דאס צו זאגן וועסטו אויך זאגן "מיין שכל זאגט". האלט מיר ביי אלף.


סאיז אבער קלאר נישט ריכטיג, פארוואס זאל די נשמה כאפן אויף יענע וועלט פאר מיר?

ווער באקומט שכר ועונש אויב נישט 'איך'?

וואס גייט מאכן אז ווען משטייט אויף תחיית המתים זאל יענער מענטש זיין 'איך'?

וואס מיינט כח הבחירה? ווער באשליסט?

דער 'איך' איז א געטליכע כח, וואס דער אייבישטער האט כביכול פון זיך אפגעשיידט, און אריינגעבלאזן אינעם מענטש, דאס איז ערגעץ צווישן די 'שכל', נשמה, וכו'.

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » פרייטאג ינואר 23, 2015 9:26 am

איך האב אמאל געהאט געשריבן איבער די נושא

קוק דא

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » פרייטאג ינואר 23, 2015 10:12 am

צווייפעל האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:אפשר ווייל איך בין מיד, אפשר ווייל איך האב א שוואכע קאפ אדער אפשר ווייל דער פאעזיע איז שוואך, אבער איך מוז מודה זיין אז איך פארשטיי אינגאנצען נישט וואס דער פייטן וויל. אפשר קען איינער ערקלערען?

(קוואוט אוו דע דעי: 'דער הארץ קלאפט הארציג'...)


אין איין ווארט, דער פייטן ברענגט ארויס אז סעקזעסטירט נישט קיין 'איך' (אדער עכ"פ דער 'איך' איז גאר ארעם).

דיין גוף, איז נישט דיין עצם, סאיז א חפץ וואס באלאנגט פאר דיר.

אפי' דיין נשמה איז אויך א זאך וואס באלאנגט פאר דיר (כאילו א גוף אין א רוחניות'דיגע פארעם).

סא וואס איז דיין עצם וואס צו אים באלאנגען די אלע זאכן?

זאגט ער אז א עצם איז נאר דער באשעפער, און אין אמת'ן אלע דיינע זאכן באלאנגען פאר אים.

{כמיין אז דער 'איך' איז די פינטעלע שכל, (קען זיין אז דאס איז די נשמה), ווייל די שכל דאס מאכט דעם איך, למשל מזאל מאכן פאר א מענטש א הארץ טראנספלעט, לונגען טראנספלענט וכו' מזאל אים איבערפלאנצן אלע איברים, אויב די שכל איז די זעלבע, איז ער די זעלבע מענטש, עניוועי, א טיפערע שמועס, באלאנגט נישט דא}



דאס איז דאך אבער נישט ריכטיג, ווייל 'איך' (וואטעווער איט מיענס) איז דער הרכב פון אלע באשטאנדטיילען. פונקט אזוי ווי א טיש איז נישט א פוס אדער פיהר, אויך נישט א ברעט, נאר דעם צוזאמשטעל פון פיהר פיס מיט א ברעט. אזוי אויך איז א מענטש דעם צוזאמשטעל פון גוף ונשמה.

אויסער דעם, אפילו לויטען פייטן אז עס עקזיסטירט נישט קיין 'איך', איז ערשטענס מאן יימר אז יא? צווייטענס ומה בכך אז נישט? דריטענס וואס איז דער איך בכלל? פערטענס וואס איז די משמעות הענין אז עס עקזיסטירט נישט קיין 'איך'?

(די שאלות זענען אפשר אייינס איבערגעחזרט מיט אנדערע לשונות.)
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג ינואר 27, 2015 11:24 am

שוין היינט אליינס געליינט עטליכע פאעזיעס און זיי גערעיטעט, אבער דאס איז דאס ערשטע וואס איך שפיר פאר נויטיג צוצושרייבן אפאר ווערטער, צוליב דו פראפעסיאנאלקייט פונעם שרייבער.

גאר גוטע אויסזיכטן צו געווינען דעם פארמעסט!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט