קינדערלעך זיסע (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #23)

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אויף וואס וואויט איר; אויף א סקעיל פון 1-5 וועלכע שטעלט איר עס?

די וואלן האבן זיך פארמאכט פרייטאג ינואר 30, 2015 9:19 am

פאעזיע
3
3%
אדער גראמען
21
21%
1)קריעטיוו
5
5%
2)
4
4%
3)
5
5%
4)
3
3%
5)
8
8%
1)פליסיקייט פון גראמען/פאעזיע
4
4%
2)
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
3)
4
4%
4)
5
5%
5)
13
13%
1)אווער אל רעיטינג
2
2%
2)
4
4%
3)
4
4%
4)
5
5%
5)
11
11%
 
סך הכול שטימען: 101

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

קינדערלעך זיסע (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #23)

תגובהדורך נישט » מיטוואך ינואר 21, 2015 9:19 am

געדענקט אפצוגעבן א יישר כח און רעיטן די ארטיקל, די שרייבער'ס ווארטן צו הערן אן אמת'ע אפשאצונג פון אייך.



אין א דינסטאג איז עס געווען
ווען די אייביגע טויש איז געשען
איך טוה יעצט אויפדעקן מיינע געפילן
איך טוה מיין אינערליכע פינטל צילן

ווען די ערשטע געוויין האט זיך געהערט
אזא גליקליכע טאג פאר אונז געווען דאן באשערט
די ערשטע קינד אין אונזער שטוב
א זאך וואס יעדער האט שטענדיג ליב

טרערן מיט שמחה ביי יעדעם איינעם
די מציאות טוט נישט אויסלאזן קיינעם
אין מינוטן געטוישט אונזער גאנצן לעבן
וויפיל וואלטן פאר דעם אלעס אוועקגעגעבן

ביי א שטילע הויז פון צוויי
אלעס טוט מען אזוי געטריי
דאס גיבט זיך א שנעלע ענדיג
ווען עס טוישט זיך אויף שטענדיג


ווען מען טוט בשטומ"צ א בית נאמן אויפשטעלן
די קאפל טוט אזוי שטארק קוועלן
מען טוט דאך אליין דאס לעבן פירן
דער אייגענע בעה"ב מען טוט זיך שפירן

זיי טוען זייער אייגען לעבן פירן
די שמחה טוט מען שטארק שפירן
אביסל טוט מען זיך נאך אנפאנג שעמען
צום סוף זעהט מען אז ס'נישטא פון וועמען


אבער איין טאג טוט זיך דאס אלעס אפשטעלן
צו מען וויל צו עס טוט געפעלן
צו עס טוט פריער צו שפעטער זיין
אלעס וויאזוי השי"ת וויל אליין

א פרישע נאז טוט זיך אין שטוב אריינשטעקן
ווי דערמיט טוט מען די ווארט שנה ראשונה אויסמעקן
א דריטער קומט אין די קליינע שטוב אריין
נאך איינער איז דא אפי' ער איז נאך קליין

די רואיגע נעכט קומט צו אן ענד
עס איז שוין נישט זיין די הויז מיט די שטילע ווענט
פון דארט און ווייטער טוט אנדערש די לעבן גיין
נישט אלעס ווענדט זיך אין זיך אליין

מען דארף פאר נאך איינעם זארגן
אויסשטעלן א געהעריגע פלאן פאר מארגן
אזוי קענט איר ווייטער די מציאות שפינען
איר קענט עס אין מיינע ווערטער געפינען

איך האב מיינע שטערקסטע געפילן געטון שפירן
אין די טאג וואס השי"ת האט געטון פירן
ווען די ערשטע געוויין מען האט געטון הערן
האט זיך עס אויסגעמישט מיט מיינע טרערן

ווען מען קען די געפילן ליינען
דער טאטע און קינד צוזאמען וויינען
מען האט די זכי' די קייט ווייטער צו ציען
די משפחה הייבט אן צובליען

מען ווערט שוין אנגערופן טאטע
מען ארבעט שוין ב"ה ווי א שמאטע..
איך האב די אמת'ע געפילן קורץ אראפגעלייגט
אין פאקט אסאך מער עס צייגט


איך וועל ענדיגען מיט א קליין פעולה
א ברכה און צו השי"ת א תפילה
אז די וואס ווארטן אויף א קינדער'שע קול
זאל השי"ת פון זיי אראפנעמען די עול

מען זאל שוין די בשורה הערן
אז א קינד טוט זייערע נעכט צושטערן
עס זאל זיך שיינע דורות מערן
נאר גוטס זאל ה' באשערן

ווייטער זוכה זיין צו פירן די קייט
און זען שטענדיג נחת געזונטערהייט
און השי"ת זאל שוין אינגיכן
שיקן פאר אונז משיח'ן
לעצט פאראכטן דורך נישט אום דאנארשטאג ינואר 29, 2015 5:32 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » מיטוואך ינואר 21, 2015 9:42 am

זייער שיין אראפגעלייגט, וואו יעדנס ווואונטש

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך ינואר 21, 2015 10:06 am

זייער שיין ארויסגעברענגט דעם טאטנ'ס געפילן. שיינע גראמען!

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך ינואר 21, 2015 11:11 am

סימפעל גראמען ,אבער רעדט פון הארץ צום הארץ.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך ינואר 21, 2015 11:13 am

זייער שיין!

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מיטוואך ינואר 21, 2015 1:15 pm

גוט אראפגעלייגט מיט הערליכע גראמען

יישר כוח

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך ינואר 21, 2015 1:54 pm

זייער שיין און הארציג! גוט אראפגעלייגט מיט שיינע גראמען!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך ינואר 21, 2015 2:29 pm

ווי אנדערע צייגן אן, זייער ווארימע און הארציגע גראמען וואס יעדע טאטע מעג ליינען.

ס'איז נישט אזוי ווייט פאעטיש אדער קריעטיוו, ס'פשוט א ווארימע שטיקל געפיל אראפגעשריבן פון הארץ

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך ינואר 21, 2015 5:30 pm

א טאטענס הארץ!! פאר אלע אידן! שיינע ארבייט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך ינואר 21, 2015 5:45 pm

א טאטנס הארטץ!!

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » מיטוואך ינואר 21, 2015 9:42 pm

שיינע גראמען!
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » מיטוואך ינואר 21, 2015 10:47 pm

שיינע גראמען מיט א הארציגע צוגעפאסט תפילה צום סוף.
על מי מנוחות ינהלנו

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 1:02 am

רט געלעגער.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 7:04 pm

אה, ווער קען דען ארויסברענגען די געפילען פון א מאן ווען ער ווערט א טאטע...


ייש"כ
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט