א מצוה! (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #22)

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אויף וואס וואויט איר; אויף א סקעיל פון 1-5 וועלכע שטעלט איר עס?

די וואלן האבן זיך פארמאכט פרייטאג ינואר 30, 2015 8:54 am

פאעזיע
26
23%
אדער גראמען
2
2%
1)קריעטיוו
2
2%
2)
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
3)
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
4)
2
2%
5)
24
21%
1)פליסיקייט פון גראמען/פאעזיע
2
2%
2)
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
3)
2
2%
4)
7
6%
5)
18
16%
1)אווער אל רעיטינג
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
2)
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
3)
3
3%
4)
4
4%
5)
22
19%
 
סך הכול שטימען: 114

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

א מצוה! (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #22)

תגובהדורך נישט » מיטוואך ינואר 21, 2015 8:54 am

געדענקט אפצוגעבן א יישר כח און רעיטן די ארטיקל, די שרייבער'ס ווארטן צו הערן אן אמת'ע אפשאצונג פון אייך.



האמער, האקען.
נעגלעך,קלאפן.
אויפשטעלן.
א מצוה!

אויפנייען.
קניפן, טייען.
אנטוהן.
א מצוה!

וויין, רויטע.
באלעבט, טויטע.
טרינקן.
א מצוה!

ליכט'ליך, ברענען.
שיינען, ס'קענען.
אנצינדן.
א מצוה!

קנעטן. באקן.
גאפלען. קנאקן.
אויפעסן.
א מצוה!

ביינאכט. שפעט.
זיצן, בעט.
ליינען.
א מצוה!

טעפל. לעוואר.
אויפשטיין, גאר.
אנגיסן.
א מצוה!

געבעהטן. תפלות.
הייליגע, מילות.
זאגן.
א מצוה!

ברעקלעך, פארלענדן.
קיין צייט, ספענדן.
פארברענען.
א מצוה!

שמע, ישראל.
כלל, ישראל.
אויסשרייען.
א מצוה!

עסן, פארשידן.
סארטן. מינים.
שיקן.
א מצוה!

געהל, גרין.
אהער, אהין.
שאקלן.
א מצוה!

דיים. קוואדער.
ניקל. דאלער.
אויסטיילן.
א מצוה!

געדרייטע, הארן.
נייע, יארן.
בלאזן.
א מצוה!

פריילעך. לעבעדיג.
שמחה, קלעבעדיג.
טאנצן.
א מצוה!

אלעס, פארגעסן.
המן. מרדכי.
שיכור'ן.
א מצוה!

געפאקט, פעק.
נעבעך, אוועק.
באוויינען.
א מצוה!

ביטער, קראנק.
ווייליג, לאנג.
באזוכן.
א מצוה!

אייז, קאלטע.
האנטוך, אלטע.
איינטינקן.
א מצוה!

א שמחה, ס'פרייט.
מזל-טוב, מ'שרייט.
געבוירן.
א מצוה!

אלעס, אויסוואשן.
קלינען, טאשן.
אויסרייניגן.
א מצוה!

בענק. טישן.
הענט, קושן.
פירן.
א מצוה!

געים, שפילן.
געוואונען. פארלירן.
דרייען.
א מצוה!

שטיקעלע, קליינע.
אראפ-פון. טייגעלע.
אפשיידן.
א מצוה!

מאמע, קינד.
נעסט, שפינד.
פארשיקן.
א מצוה!


רבותי!

וואס איר טוט.
שפירט. פילט.
אלעס.
א מצוה!

עסט. טרונקט.
שמייכל. געזונט.
ווידער.
א מצוה!

גראסערי. קליידער.
פארמאסי, חיידער.
ווידעראום.
א מצוה!

רבותי!

ס'ווערט,
ס'מערט,
ס'יערט,
א מצוה!

אין הימל,
א טימל,
א געזעמעל,
א מצוה!

לאמיר...

נאכלויפן.
איינקויפן.
בכל אופן.
א מצוה!

כ'האב ליב.
נישט מיד.
צו טוהן.
א מצוה!

מיט לעבן.
צו קלעבן.
און שטרעבן.
צו א מצוה!

באטעמט.
ס'שיינט.
נישט פון היינט.
א מצוה!

וועלן.
קוועלן.
אהערשטעלן.
א מצוה!

טייער,
זייער.
אין פייער.
פאר א מצוה!

שטענדיג.
שטרעביג.
אייביג.
צו א מצוה!

לאמיר כאפן.
צוזאמקלאפען.
אריינהאקן.
א מצוה!

דאדורך...

א ציגל.
א ריגל.
צום וויגל.
דורך א מצוה!

נאכאנאנד.
דער וואנט.
ווערט לאנג.
דורך א מצוה!

דערפאר...

שבח והודיה.
דעם בורא.
פאר די תורה.
מלא אורה.
הדרך להורה.
בחיים שורה.

*

ר' חנניא בן עקשיא אומר:
רצה הקב"ה,
לזכות את ישראל.
לפיכך הרבה להם,
תורה ומצוות.
שנאמר:
ה' חפץ,
למען צדקו תורה ויאדיר.

*

נו, רבותי! לעטס גאו!
לעצט פאראכטן דורך נישט אום דאנארשטאג ינואר 29, 2015 5:32 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21973
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך ינואר 21, 2015 9:02 am

זיס ווי העניג
מתוק מדבש ונופת
מצוות פונעם גרויסן קעניג
פאר כל הון דעלמא קויף עס.

א גרויסן דאנק אייך
איר קאנט גוט דעם פאך
ברכות זאלט איר האבן אסאך
שפרינגען ביי א מצוה ביזן דאך.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » מיטוואך ינואר 21, 2015 9:05 am

כפארשלאפן ועוד ל...

זייער שיין רייך און צום זאך

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך ינואר 21, 2015 9:27 am

WOW ווער האט דעס געמאכט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך ינואר 21, 2015 9:35 am

געקנאטן פון די "געווינער טייג" מאטריאל, אויסנאם שיין.

5 שטערנס אויף אלעם.

נאכאלץ פאר א געווינער וואלט איך געשטימט אויף איינער וואס קריכט אריין אין מיין מחשבה.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5663
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך ינואר 21, 2015 10:11 am

א שטיק קריעטיוועטי! אנריעל! צוקער זיס אראפגעלייגט! (אביסעל קלענער און אפאר נשיט וויכטיגע גראמען וואלט צוגעגעבן צום שלימות, געגעבן א 4'ער ביי פליסיגקייט צוליב דעם)
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך ינואר 21, 2015 10:18 am

די איידיע איז געוואלדיג! הערליך שיין און קונצליך געפלאכטן!

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך ינואר 21, 2015 11:11 am

ידיד האט געשריבן:די איידיע איז געוואלדיג! הערליך שיין און קונצליך געפלאכטן!

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך ינואר 21, 2015 11:17 am

אזא מצוה צעטיל וויל איך הענגען אויף מיין פרידזשעדער,
אט דאס איז פאעזיע !!
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

תגובהדורך קרוץ מחומר » מיטוואך ינואר 21, 2015 11:44 am

אויסערארדענטליך!!!!!!!!

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מיטוואך ינואר 21, 2015 1:14 pm

WOW!! אומגלויבלליך!

דאס איז די ריכטיגע סחורה!

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך ינואר 21, 2015 2:05 pm

דאס איז גאר גוט! וואס דער האט צוזאמגעווארפען דא קע"ה!
געוואלדיג!!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך ינואר 21, 2015 2:17 pm

Wowowowowow!!!!
אויסער אויסערגעוועליך! בליעה"ר.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך ינואר 21, 2015 2:21 pm

קריעטיוו איז א קישמישקע צו זאגן. א זיסע געפלאכטענע איידיע. איך גלייך גראדע יא די לאנגקייט נישט קורץ און אפגעזאגט

ציפקע
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

תגובהדורך ציפקע » מיטוואך ינואר 21, 2015 2:44 pm

''ווידעראום'' מיינט משא''כ.
לכאורה איז דער כוונת המחבר צו ''ווידעראמאל''.
אלנפאלס, פון די איינציגסטע שטיקלעך פאעזיע אין דעם פארמעסט...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך ינואר 21, 2015 5:28 pm

אויסנאם אין עטליכע אספעקטען! זייער שיין!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » מיטוואך ינואר 21, 2015 11:09 pm

אויסנאם טאלענט, קריעטיוויטי 'מיט גוט-מוטיקייט' וואס שטעקט אין אט די פאזיע, ס'מאכט מיר אין א גוטע שטימונג.

'גראם', דאס ביסטו?
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך ינואר 21, 2015 11:46 pm

וואסערפאל האט געשריבן:'גראם', דאס ביסטו?

ניין. באט טענקס פאר דעה קאמפלימענט.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 12:54 am

מען לויפט ארום פון איין אשכול צום אנדערן טיילן קאמפלימענטן און ממש איך האב שוין נישט וואס צו זאגן... די סחורה וואס ווארפן זיך דא איז נישט צום באשרייבן...

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 6:59 pm

ריכטיגע געדאנק אויף אן אינטרעסאנטע מהלך. מאריך זיין דא איז דאך יתר כניטל דמי. ייש"כ.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » מאנטאג פאברואר 02, 2015 11:31 pm

ארויסגעברענגט אזויפיל נקודות אין אזוי ווייניג ווערטער.
ממש מיינד-באגעלינג.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך פאברואר 04, 2015 9:25 am

איך ליעב די פאזיע!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך פאברואר 04, 2015 9:46 am

מיט אזוי ווייניג ווערטער ארויסברענגען א פוינט! טאלאנט!!
הערליך שיין דער תוכן און דער פאעזיע. יישר כח.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » זונטאג פאברואר 08, 2015 10:18 pm

@פארשלאפן, יישר כוח פאר אייערע ווארימע דברי ברכה

@גרין, יישר כוח

@שוועמל, נישט

@צווייפל, יישר כוח פאר די פינף שטערנס

@ענדע, יישר כוח, כ'האב דיר דאך געבעהטן... שוין וועלמער נישט מאריך זיין...

@ידיד, @גערעכטער, יישר כוחכם

@גראמי, כאטשיג געוויזן פאר די קינדער?

@קרוץ, יישר כוח פאר די יוניק תגובה

@יענקלע, יישר כוח, זאל טאקע זיין אן קיין עין הרע

@בוידעם, יישר כוח פאר די יוניק תגובה

@געלי, יישר כוח פאר ממתיק זיין אביסל ענדעלע

@ציפקע, גערעכט, כ'האב געמאכט א טעות, יישר כוח פאר'ן פארעכטן

@חילי, איך ווארט צו הערן א לענגערע באריכט, פונקטליך אין וועלכע אספעקטן איז עס אויסנאם, און וויאזוי וואלטעך עס געקענט פארבעסערן, יישר כוח

@וואסערפאל, איך האב טאקע אינזינען געהאט די גוטמוטיקייט, יישר כוח פאר'ן עס אויפמערקן

@אנעים, יישר כוח, מיט דיר האבן מיר שוין גערעדט

@ניגון עתיק, מיין ענגליש איז נישט די בעסטע, ולא הביישן למד, וואס מיינט 'מיינד באגעלינג'?, און ישר כוח פאר די קאמפלימענט

@שמאטע, יישר כוח, פונקט געזאגט פאר איינעם היינט ווען איך זעה א תגובה פון שמאטע וועלעך געווענליך עפענען דעם אשכול, ביקאז איי לאוו שמאטע'ס תגובה'ס.

@קנאפער, יישר כוח

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג פאברואר 08, 2015 11:26 pm

יאפס דאס איז געווען מיין פיינעל וואוט
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט