ווען מיין לעבן,
בריהט ווי פייער.
און ווען דאס ערד,
גליהט ווי פלאם.
צוגיי איך, פיינליך, איין.
אינטערן היץ.
אינטערן דריק.
שלינג איך טרערן.
אין זיך. נאר אין זיך.
ווען דאס גאנצע זיך,
צוגייט, קלענער, קלענער.
שלינג איך טרערן.
ווי עס שלינגט א צארטע ליכטל,
וואס ברענט אט אויס,
אינטערן רויטן פייער.
איך וויין. איך יאמער.
אין זיך. נאר אין זיך.
ווען דאס גאנצע איך
ווערט אלץ ווייניגער, ווייניגער.
וויין איך, און יאמער.
ווי עס וויינט א בריענדע קעסל.
וואס דעמפט אט אויס,
איבערן רויטן פלאם.
בריהט, און גליהט,
דער מערדערישע פייער.
שלינגען צינגען,
לעבעדיגע גלידער.
איך שריי, איך וויין,
שטילער. שטילער.
איך צוגיי. צוגיי.
קלענער. קלענער.
קומען וועט נאך די טאג,
איך שפיר עס אט, אט.
ווען דאס ליכטל וועט שוין נישט שלינגען,
אירע הייסע טרערן.
ווען דאס געיאמער פונעם קעסל,
וועט זיך מער נישט הערן.
ווען אלץ וועט זיין שטיל.
ווי פארע. ווי רויך.
ווען דאס לעצט פארבליבן טראפל,
איבערן רויטן פייער,
וועט ווערן אויס.
---
אינגאנצען אויס...
* * *
אוי, קינד מיינס.
טייער'קע.
איך זעה. איך ווייס.
אויך איך שפיר
דעם פייער.
אויך מיר
איז בריענד הייס.
קוק נאר, זעה.
מיינע צוויי טרערן.
צוויי אקאנען.
פאלן, פאלן.
פון מיינע אויגן,
אריין אין דיינע.
פאטערליכע טרערן,
קאכט נישט אויס,
קיינמאל.
עס פילט און קילט.
און פארשטילט,
אויך גליענדע פלאמען.
איז נעם'זשע מיינע טרערן.
היט עס, האלט עס,
טייער.
ווייל אקארט דאס,
טו איך,
קינד מיינס,
מיט דיינס...