בלאט 1 פון 2

כ'בענק (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #10)

געשריבן: מאנטאג ינואר 19, 2015 10:14 pm
דורך נישט
געדענקט אפצוגעבן א יישר כח און רעיטן די ארטיקל, די שרייבער'ס ווארטן צו הערן אן אמת'ע אפשאצונג פון אייך.


(אינעם אויסגאבע איז די נאמען 'אוי זיידע')

וואו ביסטו פארשווינדען, וואו ביסטו אוועק,
ווי כ'וויל דיך זעהן, ווי כ'בענק אן א עק.

מיט חכמה פונקן פול, דיינע טיפע אויגן,
א לאסט מיט פארשטאנד, אויף דיין רוקן געבויגן.

צובראכען צוקלאפט, אין פיזישען זין,
גאנץ און שטארק גייסטיש, נתפעל כ'בין.

קנייטשען אויפן שטערן, גרויסע און קליינע,
יעדע האט א מיין, די אייגענע געשיכטע זיינע.

זיי דערציילן א וועלט פון פיין, ליידן פיל,
פון יארן פארביי, זיי שרייען שטיל.

אוי קאשמארן ביטער, אוי צרות אסאך,
זיי זינגען טרויער לידער פון מוצארט און באך.

אבער די לעבענס לוסט די טיפע,
נאך א טאג נאך א מינוט די שאיפה.

דאס איז אלס געווען,
יעדער האט דאס געזעהן!

פון וואנעט די שטארקייט, פון וואנעט די קוראזש,
אנהייבן פריש, נאך די שרעקליכע רעש?

די לויטערע אמונה, קיינע פראגעס,
גארנישט איז שווער, גאר קיינע דאגות!

ביים סדר נאכט, אויפן היסב בעט ברייט,
מיט די מצה אויף די פלייצע אויף משיח גרייט!

כ'האב קיין איינונג, ווי זעהט אויס א מלאך,
עס מוז זיין ווי יענער אויסזעהן, דיין לאנגע בארד ווייס ווי קאלעך.

א געזיכט וואס שיינט ווי טויזענט זינען,
א פייער אין הארץ, טוט זיך דארט געפינען.

א דאווענען א ברכה, טיפע קרעכצן אן א צאל,
אוי וויי ווי איך בענק נאך דיין שמע ישראל.

וואס פארצייל איך די קינדער, ווי גיב איך זיי צו פארשטיין?
א גלות אמעריקע מיט ג-ט ב"ה איין!

כ'האב געוויסט אז איין טאג וועט קומען די צייט,
אבער סוף כל סוף בין איך נישט געווען גרייט!

זיי ווייטער שטארק , יעצט אז דו ביסט דארט,
אויף די וועלט געקעמפט, זיי ממשיך אויפן גוטן ארט.

פון דיינע פירות נישט פארגעס,
פון דיין אייביגע אינטערעס,

פאר אונז כסדר בעיט,
עס איז נישט שפעיט.

די ריכטיגע ישועה אין די נאנטע טעג,
זאל דער גואל זיין אויפן וועג.

און דיך ווידער זעהן מיין ליבע פריינד,
אוי זיידע טייערע הלוואי זאל עס שוין זיין היינט.

געשריבן: מאנטאג ינואר 19, 2015 10:25 pm
דורך ידיד
אויף אזאנס האב איך געווארט! דורכגעווייקט מיט בענקשאפט און געפיל!

געשריבן: מאנטאג ינואר 19, 2015 10:25 pm
דורך א גראם מיט טעם
אוי זכרונות...
ברענגט ארויף מחשבות פונעם אמאל.

געשריבן: מאנטאג ינואר 19, 2015 10:29 pm
דורך געלעגער
יא יא יא! פון דעם רעדט מען! פאעזיע איט איז! אויסטערליש אויסטערליש! יעעס!

געשריבן: מאנטאג ינואר 19, 2015 10:29 pm
דורך געלעגער
5 סטאר רעיטינג אלל טרו

געשריבן: מאנטאג ינואר 19, 2015 10:32 pm
דורך אסותא
יאפ, דאס איז פון די פאר 'ריכטוגע' פאעזיעס אינעם אויסגאבע...

געשריבן: מאנטאג ינואר 19, 2015 10:38 pm
דורך לכתחילה אריבער
הארציג שיין!! שטארק געפיליש, ארפגעלייגט מיט טעם.

געשריבן: מאנטאג ינואר 19, 2015 11:08 pm
דורך להודיע
יוי איז דאס ווארעם. געפאנגען מיין הארץ אין א טייך פון געפיל, התרגשות און בענקשאפט צו אן עבר שהי' ואיננו.

געשריבן: מאנטאג ינואר 19, 2015 11:14 pm
דורך וואסערפאל
זייער זייער טרעפליך, יעדעס אייניקל קאן דאס גינוי זינגען. אויסטערליש טרעפליך און געפיליש ארויסגעברענגט.

געשריבן: מאנטאג ינואר 19, 2015 11:17 pm
דורך צווייפעל
סטראגט מיך צוריק... אפפסס.. א טישו ביטע..

מורא'דיג.

געשריבן: מאנטאג ינואר 19, 2015 11:34 pm
דורך לוי יצחק
זעהר הנאה געהאט.

געשריבן: מאנטאג ינואר 19, 2015 11:35 pm
דורך לוי יצחק
יוי געוואלד!!
איך האב געמיינט אז איינס איז די העכסטע, יעצוט זעה איך אז 5 איז די בעכסטע.
נעם מיין איינסערס און לייג עס ביי די פינעווערס.

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 12:25 am
דורך גערעכטער
Wow wow wow...

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 12:30 am
דורך ניקעל
געשטומט אויף פינעף, זייער שטארק אראפגעלייגט

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 4:53 am
דורך אנעים זמירות
איך האב הנאה געהאט פון די פארשידענע מעטאפרס און סימיליס. ייש"כ.

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 10:05 am
דורך ענדע צדיק!
צוקער זיס אראפגעלייגט, פאעזיש געפיליש, עכט א מייסטערווערק. פייוו סטאר!!
אנעים זמירות האט געשריבן:איך האב הנאה געהאט פון די פארשידענע מעטאפרס און סימיליס

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 10:12 am
דורך יאנקעלע קליגער
מיך אריינגעווארפן אין א בענקעניש מאוד!
הערליך שיין פאזיע און ס'גראמט נאך אזוי שיין, א מחיה צו ליינען!

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 10:12 am
דורך יאנקעלע קליגער
אנעים זמירות האט געשריבן:איך האב הנאה געהאט פון די פארשידענע מעטאפרס און סימיליס. ייש"כ.

מה זה?

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 3:04 pm
דורך נישט
אוי, די בענקעניש

די געפיהל, אזוי שיין צולייגט!

יישר כוח

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 9:53 pm
דורך מילכיגער
זייייער שיין און געפיליש.

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 11:47 pm
דורך green
כבענק

געשריבן: מיטוואך ינואר 21, 2015 7:55 pm
דורך אנעים זמירות
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:איך האב הנאה געהאט פון די פארשידענע מעטאפרס און סימיליס. ייש"כ.

מה זה?


זעה דא און דא.

געשריבן: זונטאג ינואר 25, 2015 5:45 pm
דורך מוזיקאליש
געברענגט א טרער פון בענקשאפט.

געשריבן: דינסטאג ינואר 27, 2015 1:36 am
דורך אוודאי
א פייוו סטאר רעיטעד פאעזיע דורכאויס.
אוי ווי עס בענקט זיך.

געשריבן: דינסטאג ינואר 27, 2015 1:58 am
דורך שלום אויש
אוודאי האט געשריבן:א פייוו סטאר רעיטעד פאעזיע דורכאויס.
אוי ווי עס בענקט זיך.