פאעזיע פארמעסט - ווינטער תשע"ה

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

פאר וויפיל פאעזיע'ס זאל מען קענען וואוטן?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מיטוואך ינואר 14, 2015 12:47 pm

נאר פאר איינס
14
26%
פאר צוויי
8
15%
פאר דריי
32
59%
 
סך הכול שטימען: 54

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » דינסטאג ינואר 20, 2015 10:37 am

ביטע שרייבט אייערע מיינונגען

#יעדע הערה ווערט גענומען אין באטראכט

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג ינואר 20, 2015 10:40 am

עירמאנט'ער האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:
אלץ ווייזער האט געשריבן:איך קלער עס וועט זיין גאר פאסיג וועט א טאג צוויי נאכן ארויסלייגן אלע קרוב צו פערציג שטיק זאל מען מאכן א שטימע וועלעכע האט איר די "בעסטע" הנאה געהאט ד.מ. וועלעכע האט אייך די מערסטע געגליסט איבערצוליינען וכדו'
אזוי וועט צום סוף זיין א געווינער צום פארמעסט אויך
וואס זאגט איר דערצו?

דאס איז דאך די פלאן, ניין?

ווי שטייט אז דאס איז דער פלאן
?

וואס איז געווען די וואוט אין די אשכול


















?
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17808
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג ינואר 20, 2015 10:56 am

מיין מיינונג איז אז מ'זאל אראפסלאוען! מ'גייט צו שנעל! סינישטא קיין צייט צו ליינען אזוי שנעל אזוי סאך!

איך בין שוין צומישט, כ'ווייסניש וואו איך האלט, אויף וועכע כא'שוין יא געוואוט און וועכע נישט... כעלל מוזן שפעטער איבערגיין איינס ביי איינס...

די וואס מיינען אז די ווי פריער קריגט מען מער שטומען, האבן א טעות לכאורה, סיז זייער נארמאל ארויסצולייגן שטייטעלעך נישט געיאגט, אזוי האט מען געטוהן ביי געלעגער'ס ארטיקלען פארמעסט, און דאכצעך מיר אז נישט די ערשטע האבן געוואונען, נאר דאס וואס דער עולם האט געהאלטן פאר די בעסטע... (מוישע יאכעס'נס איז געווען נאמבער 10 אדער 11)

וועגן וואלן... סיז קלאר ווי די טאג אז לויט ווי די רעיטינג סיסטעם ארבייט איז שווער צו טרעפן די עכטע געווינער, ווייל מ'וואוט נאר אויף די שטיקל וואס מ'ליינט, סאו אויב איז דאס א "פארמעסט" וועט מוזן זיין א וואוט פאר די בעסטע... און היות סיז דא 39 שטיק, וואלטעך געמאכט אז סאל זיין 2 אדער 3 רונדעס, ס'טייטש די ערשטע מאל זאל יעדער קענען וואוטן פאר די 3 אדער 4 בעסטע, און מ'זאל נאכדעם נעמען די טאפ 3 אדער 5 און מ'זאל יעצט וואוטן פאר די בעסטע, און נאכדעם זאלמען וואוטן פאר די טאפ 2... עפעס אזא מהלך... ווייל סיז קלאר ווי די טאג אז ביי די ערשטע ראונד ווי סיז דא אסאך טשויסעס איז נישט שייך צו וויסן ווער סיז עכט דער געווינער, אנלעסס איינע קומט אריין גאר שטארק!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 20, 2015 10:58 am

וויכטיג, אגב, אלס פארמעסט האב איך שוין ביי מיר אויסגעקליבן א געווינער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » דינסטאג ינואר 20, 2015 11:22 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:מיין מיינונג איז אז מ'זאל אראפסלאוען! מ'גייט צו שנעל! סינישטא קיין צייט צו ליינען אזוי שנעל אזוי סאך!

איך בין שוין צומישט, כ'ווייסניש וואו איך האלט, אויף וועכע כא'שוין יא געוואוט און וועכע נישט... כעלל מוזן שפעטער איבערגיין איינס ביי איינס...

די וואס מיינען אז די ווי פריער קריגט מען מער שטומען, האבן א טעות לכאורה, סיז זייער נארמאל ארויסצולייגן שטייטעלעך נישט געיאגט, אזוי האט מען געטוהן ביי געלעגער'ס ארטיקלען פארמעסט, און דאכצעך מיר אז נישט די ערשטע האבן געוואונען, נאר דאס וואס דער עולם האט געהאלטן פאר די בעסטע... (מוישע יאכעס'נס איז געווען נאמבער 10 אדער 11)

וועגן וואלן... סיז קלאר ווי די טאג אז לויט ווי די רעיטינג סיסטעם ארבייט איז שווער צו טרעפן די עכטע געווינער, ווייל מ'וואוט נאר אויף די שטיקל וואס מ'ליינט, סאו אויב איז דאס א "פארמעסט" וועט מוזן זיין א וואוט פאר די בעסטע... און היות סיז דא 39 שטיק, וואלטעך געמאכט אז סאל זיין 2 אדער 3 רונדעס, ס'טייטש די ערשטע מאל זאל יעדער קענען וואוטן פאר די 3 אדער 4 בעסטע, און מ'זאל נאכדעם נעמען די טאפ 3 אדער 5 און מ'זאל יעצט וואוטן פאר די בעסטע, און נאכדעם זאלמען וואוטן פאר די טאפ 2... עפעס אזא מהלך... ווייל סיז קלאר ווי די טאג אז ביי די ערשטע ראונד ווי סיז דא אסאך טשויסעס איז נישט שייך צו וויסן ווער סיז עכט דער געווינער, אנלעסס איינע קומט אריין גאר שטארק!


זייער גוט געזאגט, נאך דערצו ווען נאך פארן אנהייבן וואוטן האט שוין יעדער געהאט א געלעגנהייט, צו זעהן יעדנ'ס ארבעט.

דעריבער מאכט סענס, אז פון אנהייב האט שוין די עולם געוועלט אויסגערעכנט.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג ינואר 20, 2015 12:03 pm

כ'מיין אז וויכי'ס וועג איז דע וועי טא גאו..

וויכי, קוק אויף וועלעכע ס'האט א סטאר ביי די זייט, דאס מיינט אז די האסט שוין מגיב געווען. (נאך א מזל איך זאג דיר...)

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15716
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג ינואר 20, 2015 12:29 pm

גערעכטער האט געשריבן:וועלעכע ס'האט א סטאר ביי די זייט, דאס מיינט אז די האסט שוין מגיב געווען. (נאך א מזל איך זאג דיר...)

טאמער האט מען נאר געוואוט באקומט מען נישט קיין סטאר (מ'דארף אינוועסטן צו קענען עפענען א סטאר)

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » דינסטאג ינואר 20, 2015 2:19 pm

פארוואס זאל מען נישט לייגן אלע פאעזיעס אויף דערווייל אין א באזונדערע סוב פארום מען זאל עס נישט דארפן זוכן?
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג ינואר 20, 2015 2:25 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:מיין מיינונג איז אז מ'זאל אראפסלאוען! מ'גייט צו שנעל! סינישטא קיין צייט צו ליינען אזוי שנעל אזוי סאך!

לאדיךארויס האט געשריבן:פארוואס זאל מען נישט לייגן אלע פאעזיעס אויף דערווייל אין א באזונדערע סוב פארום מען זאל עס נישט דארפן זוכן?


צוויי גאר שטארקע נקודות, מען קען נישט ליינען אזוי שנעל איינס נאכען צווייטען, און אויטעמאטיש באקימען נישט געוויסע די ריכטיגע אויפמערקזאמקייט וואס עס קימט זיי, וויבאלד עס ווערט פארלוירען.

א צייטווייליגע סוב פארום פאר פאזיע וואלט געווען די בעסטע אפציע, דארט וועט עס קענענן אנגיין אלעס אויף איינאמאל, און עס וועט זיין שיין מסודר איינס נעבן צווייטען...

א צייטווייליגע סוב פארום וועט לייזען נאך א פראבלעם, אז די פארמעסט שטעלט נישט אפ די טעגליכע רוטין פון אשכולות,
לויט ווי עס איז יעצט איז קרעטשמע אויף האלד פאר עט-ליסט צוויי וואכען ביז מען זאל אלעס ארויסלייגען און דורוכגיין, און אויטעמאטיש וועלן געוויסע פאזיעס פארלירען זייער אויפמערקזאמקייט צווישען די אנדערע אשכולות, משא"כ אין א עקסטערע פארום..

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג ינואר 20, 2015 5:51 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:מיין מיינונג איז אז מ'זאל אראפסלאוען! מ'גייט צו שנעל! סינישטא קיין צייט צו ליינען אזוי שנעל אזוי סאך!

איך בין שוין צומישט, כ'ווייסניש וואו איך האלט, אויף וועכע כא'שוין יא געוואוט און וועכע נישט... כעלל מוזן שפעטער איבערגיין איינס ביי איינס...

די וואס מיינען אז די ווי פריער קריגט מען מער שטומען, האבן א טעות לכאורה, סיז זייער נארמאל ארויסצולייגן שטייטעלעך נישט געיאגט, אזוי האט מען געטוהן ביי געלעגער'ס ארטיקלען פארמעסט, און דאכצעך מיר אז נישט די ערשטע האבן געוואונען, נאר דאס וואס דער עולם האט געהאלטן פאר די בעסטע... (מוישע יאכעס'נס איז געווען נאמבער 10 אדער 11)

וועגן וואלן... סיז קלאר ווי די טאג אז לויט ווי די רעיטינג סיסטעם ארבייט איז שווער צו טרעפן די עכטע געווינער, ווייל מ'וואוט נאר אויף די שטיקל וואס מ'ליינט, סאו אויב איז דאס א "פארמעסט" וועט מוזן זיין א וואוט פאר די בעסטע... און היות סיז דא 39 שטיק, וואלטעך געמאכט אז סאל זיין 2 אדער 3 רונדעס, ס'טייטש די ערשטע מאל זאל יעדער קענען וואוטן פאר די 3 אדער 4 בעסטע, און מ'זאל נאכדעם נעמען די טאפ 3 אדער 5 און מ'זאל יעצט וואוטן פאר די בעסטע, און נאכדעם זאלמען וואוטן פאר די טאפ 2... עפעס אזא מהלך... ווייל סיז קלאר ווי די טאג אז ביי די ערשטע ראונד ווי סיז דא אסאך טשויסעס איז נישט שייך צו וויסן ווער סיז עכט דער געווינער, אנלעסס איינע קומט אריין גאר שטארק!

וויכי זאגסט וואלידע נקודות. אבער אויב איז א פראבלעם צו וועלן פון פערציג, וויאזוי וועסט וועלן פאר צוויי דריי בעסטע?

די אמת איז, אז איך האב געהאט געטראכט א שטיקל מהלך בכלל, למעשה האב איך עס א טראפעלע געטוישט, לאמיר זעהן וואס דער עולם האלט.

קודם האבעך געקלערט, אז מען נעמט די ריזאלט פון יעדע פאעזיע, מען ציילט צוזאם די "פינעווער" רעטינג, און לויט דעם איז דא א געווינער. מען קען צוזאם ציילן אלע דריי פינעווער רעטינגס, אדער יעדע עקסטער און מאכען דריי געווינער, צו גאר צוויי געווינער פון יעדע פון די פראגעס.

אבער למעשה האבעך זעך באטראכט, אז קוקן אויף די פינעווער אליין איז נישט ריכטיג. ווייל אז איינער האט למשל 5 פינעווערס, און נאך 5 צווייערס, און א צווייטער האט נאר 4 פינעווערס, אבער האט 8 פירערס, איז דער צווייטער למעשה סך הכל געווארן גערעיטעד העכער. ועוד, וואס טוט זיך אזא פאעזיע וואס צוליב א סיבה האבן ווייניגער געוועלט?

למעשה טראכט איך דיעצט א שטיקל טויש. מען וועט צוזאם רעכענען אלע רעטינגס, למשל איין איינסער, דריי צווייערס, איין פירער, און דריי פינעווערס. צוזאמען האט ער געהאט 23 וואויטס. וועט מען צוטיילן 23 צוטייל אין פינעף, איז זיין רעטינג 4.6 אזוי האסטו גערעכענט אויך די וואס האבן געגעבן שוואכערע רעטינגס.

דאס קען מען טאן ווייטער אויף יעדע פראגע עקסטער, אדער נעמען אזוי די עוורידזש פון אלע צוזאמען. און יענס איז די סך הכל פון די פאעזיע.

אצינד קומט אריין וויכי'ס פלאן. מען שטעלט ארויס די 5 בעסטע, און יעצט וועלט מען פון די פינעף איינס, וואס איז די הויפט געווינער.

סא דאס וועט פארמיידען דאס אויסוועלן "איינס פון 40" און אויך וועט עס אויפטאן, אז עס וועלן זיין אסאך מער געווינער, טאקע נישט די הויפט פרייז, אבער א צווייטע דרגה געווינער.

און וואס דענקט איר??
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11720
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג ינואר 20, 2015 7:53 pm

פרעג מיך מארגן. מיין קאפ דרייט זיך

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » דינסטאג ינואר 20, 2015 10:25 pm

חילי וויאזוי לעזטסטו דו וואס האבן וויינוג וואוטס בכלל?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג ינואר 20, 2015 11:57 pm

אסותא האט געשריבן:חילי וויאזוי לעזטסטו דו וואס האבן וויינוג וואוטס בכלל?

געווארן ארויפגעלייגט אין א ראנג צייט.

עס דארף ארויף גיין אדער אינדערפרי 8-9:00 צייט, אדער נאכמיטאג 5:00 - 6:00 און 9:00 ביז 11:00 בערך. עפעס אזוי.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » מיטוואך ינואר 21, 2015 12:40 am

אסאך גיטע שרייבער דא. א נחת צו זיין דא.
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3222
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מיטוואך ינואר 21, 2015 7:43 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן: טאקע נישט די הויפט פרייז, אבער א צווייטע דרגה געווינער.

דער צווייטע געווינער איז די ערשטע לאזער...

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מיטוואך ינואר 21, 2015 8:59 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
אסותא האט געשריבן:חילי וויאזוי לעזטסטו דו וואס האבן וויינוג וואוטס בכלל?

געווארן ארויפגעלייגט אין א ראנג צייט.

עס דארף ארויף גיין אדער אינדערפרי 8-9:00 צייט, אדער נאכמיטאג 5:00 - 6:00 און 9:00 ביז 11:00 בערך. עפעס אזוי.


חילי, לויט וואו איך מאניטור יעדע ריר, איז נישט ריכטיג דיין אפשאצונג

-
אבער באמת איז נישט קיין פראבלעם צו ווייניג וואוטס ווייל ס'דארף צו גיין ביי פראצענט, לדוגמא איינער האט הונדערט וואוטס, אבער נאר צוואנציג האבן אים געגעבן א 5 רעיטינג, איז שוואכער וואו איינער וואס האט נאר צעהן וואוטס אבער 9 האב אים געגעבן א 5 רעיטינג

-
דאס איז לגבי רעיטינג, אבער לדעתי העניה, דארף חוץ די רעיטינג, מיט איר געווינער. זיין געהעריגע וויילן אויך. איך בין זיכער אז די געווינער ביי די וואלן גייט זיין א צווייטער. און כ'מיין יעדער וואלט געווען אינטערסירט דערין.

אבער מיר וועלן איבער דעם, נאכדעם וואס אלעס גייט ארויף אי"ה

נפש אמיתי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2014 6:19 pm

תגובהדורך נפש אמיתי » מיטוואך ינואר 21, 2015 9:06 am

איך וויל מיר דא באדאנקן פאר די אלע הערליכע קאמפעזיציעס, פיל מיט תוכן, הארץ, און געפיל יעדע איינע באזונדער!! אנבעליוועבל וואספארא כשרונות ס׳דרייען זיך דא אונטער די פיס!!! יישר כח פאר אלע שרייבערס און אנפירערס.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17808
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך ינואר 21, 2015 9:16 am

אלעס שטומט שוין, אבער קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס ווארפן 10 שטיק א טאג? מ'קעניש אנקומען! סיניש פעיר פאר די שרייבער צו לייגן אזויפיהל אויפאמאל! מ'מוז אראפסלאוען!

טאמער רעדט מען זיך איין אז מ'טוט א טובה פאר איינעם אז מ'לייגטעס ארויס שנעלער זאגעך קלאר אז נישט! ווי מער מ'גייט ארויסשטומען אלס ווייניגער צפיות און רעיטינגס גייען זיין...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך ינואר 21, 2015 9:16 am

וויכטיג, ביסט א נביא?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מיטוואך ינואר 21, 2015 9:20 am

וויכי, וויפיל שטיק א טאג?

נעכט איז געווען 9

אוועטאר
טשייניק
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:03 pm
לאקאציע: אויפן געז רענדזש

תגובהדורך טשייניק » מיטוואך ינואר 21, 2015 4:01 pm

מחותן האט געשריבן:א צייטווייליגע סוב פארום וועט לייזען נאך א פראבלעם, אז די פארמעסט שטעלט נישט אפ די טעגליכע רוטין פון אשכולות,
לויט ווי עס איז יעצט איז קרעטשמע אויף האלד פאר עט-ליסט צוויי וואכען ביז מען זאל אלעס ארויסלייגען און דורוכגיין, און אויטעמאטיש וועלן געוויסע פאזיעס פארלירען זייער אויפמערקזאמקייט צווישען די אנדערע אשכולות, משא"כ אין א עקסטערע פארום..

איך שטים פאר די מיינונג פון אפטיילן אין א עקסטערע סוב פארום ס'מוז נישט זיין צייטוויליג

איך פערזענדליך למשל האב נישט קיין געפיל צו פאעזיע (איך ווייס ניטאמאל ווי אזוי מ'זאגט עס, 'פּויזיע' צו 'פּאַזיע' אדער 'פּאַעָזיע'), און אויך נישט גראמען (ווייס איך יא וויאזוי מ'זאגט עס), א שיינע גראמער ביי א חתונה מיינט נישט ביי מיר אז די ווערטער גראמען שיין, כ'קען דאס ליינען אדער הערן, מהיכא תיתי.

די לעצטע וואך צייט ווען איך וואק אריין אין קרעטשמע איז דאס פיל מיט פאעזיע, איך דארף זוכן אינטער אלע הויפענעס צו ס'נישט דא עפעס פאר מיר צו ליינען.

א פארום פאר גראמען און פאעזיע וואלט געווען פאר מיר א גוטע זאך.

#מיינונג פון איין מאן

אלץ ווייזער
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:31 pm

תגובהדורך אלץ ווייזער » מיטוואך ינואר 21, 2015 5:14 pm

טשייניק האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:א צייטווייליגע סוב פארום וועט לייזען נאך א פראבלעם, אז די פארמעסט שטעלט נישט אפ די טעגליכע רוטין פון אשכולות,
לויט ווי עס איז יעצט איז קרעטשמע אויף האלד פאר עט-ליסט צוויי וואכען ביז מען זאל אלעס ארויסלייגען און דורוכגיין, און אויטעמאטיש וועלן געוויסע פאזיעס פארלירען זייער אויפמערקזאמקייט צווישען די אנדערע אשכולות, משא"כ אין א עקסטערע פארום..

איך שטים פאר די מיינונג פון אפטיילן אין א עקסטערע סוב פארום ס'מוז נישט זיין צייטוויליג

איך פערזענדליך למשל האב נישט קיין געפיל צו פאעזיע (איך ווייס ניטאמאל ווי אזוי מ'זאגט עס, 'פּויזיע' צו 'פּאַזיע' אדער 'פּאַעָזיע'), און אויך נישט גראמען (ווייס איך יא וויאזוי מ'זאגט עס), א שיינע גראמער ביי א חתונה מיינט נישט ביי מיר אז די ווערטער גראמען שיין, כ'קען דאס ליינען אדער הערן, מהיכא תיתי.

די לעצטע וואך צייט ווען איך וואק אריין אין קרעטשמע איז דאס פיל מיט פאעזיע, איך דארף זוכן אינטער אלע הויפענעס צו ס'נישט דא עפעס פאר מיר צו ליינען.

א פארום פאר גראמען און פאעזיע וואלט געווען פאר מיר א גוטע זאך.

#מיינונג פון איין מאן

זייער א רעכטע מיינונג
גראדע איך גלייך זייער גראמען וכדו' אבער ווען איך האב שוין אלעס דורכגעבליקט וויל איך אויך זען וואס עס טוט זיך אויף דער וועלט..
עס איז א גוטע פלאן אז אלעס זאל ליגן אויף זיין חלק נישט אלעס צימישט

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך ינואר 21, 2015 7:12 pm

איך קלער אויך אזוי.

הגם איצט בין איך אין די גראמען און פאעזיע mode, אבער איך קלער אז נאכדעם וואס די פארמעסט וועט זיך ענדיגן, און איך וועל אי"ה דערקלערט ווערן אלץ הילכיגע געווינער (איך זע דאס קומען.... ס'זעט זיך קלאר אן אין די קאלירטקייט פון די רעיטינגס אויף מיין חזנות שטיקל.....) וועל איך לכאורה נישט קענען אנקוקן קיין גראמען פאר א לענגערע תקופה......

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11720
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך ינואר 21, 2015 7:19 pm

מ'ארבעט דעראויף

אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

תגובהדורך קרוץ מחומר » מיטוואך ינואר 21, 2015 7:25 pm

צווייפעל האט געשריבן:איך קלער אויך אזוי.

הגם איצט בין איך אין די גראמען און פאעזיע mode, אבער איך קלער אז נאכדעם וואס די פארמעסט וועט זיך ענדיגן, און איך וועל אי"ה דערקלערט ווערן אלץ הילכיגע געווינער

לכאורה די צווייטע צום געווינער. נאך מיינס!!!!


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט