אליין מיט די טונקעלע נאכט,
אין דעם ענדלאזן לעבנס געלויף,
אש פון גאלדענע רויזן געמאכט,
ווען מיין קעניג קערט שטויב אין הויף,
זיץ איך שטיל, און טראכט,
צו וועל איך מיך אויפוועקן,
איז מיין שפיגל אויף אייביג צובראכן,
הלוואי איך קען נאך שפירן שרעקן,
אדער מיין פייער אויפגעהערט קאכן,
ווען עס שפרייטן זיך אויס די פלעקן,
וואו ביזטו, מיין גוטע מלאך,
זאג אז דו לעבסט נאך, ווייל איך,
- האלט שוין ביים ענד,
קום צוריק מלאכ'ל מיינס,
ווייז מיר איך בין נאך יא זיינס,
אז צו אים איך זיך ווענד,
הינטער מיר פון שווארצן וויסטעניש,
טונקעלע פליגלען געקומען צו שוועבן,
מיך אנפילן מיט פאלשע גליסטעניש,
און פרעגן מיר, וואס האסטו פון לעבן,
אויב די ריכטיגע זאכן טוסטו נישט,
די ווייטאג מארק , שוין פרובירט,
געשפילט מיט די פארבאטענע פייער
לאנגע יארן מיך שוין פארפירט,
ביליג און שוואך פארקויפט פאר טייער,
די ענדלאזע טויט אין לעבן געשפירט
וואו ביזטו, מיין באגלייטער,
העלף מיר פאר איך פאל ווייטער,
- און מיינע טעג פארשווענד,
עפן אויף די הימלישע ווינטן,
שטעקן געבליבן בין איך אונטן,
אין די גאלד פארבלענד,
א בליץ אויפגעלאכטן א מאמענט,
פונקט ארויפגעקוקט אין דער הייעך,
א אלטער פריינט פון אויבן דערקענט,
שמייכלט צו מיר אזוי הארציג ווייעך,
און צולאזט די קאלטע אייזיגע ווענט,
אנגעקומען איז דער ריכטיגער טריט,
און וועט שוין בלייבן פאר אלעמאל,
איך בין אפיציעל אויף זייט גוט.
א שטאלצער אות אין כלל ישראל.
כ'האב נאר געדארפט, די איין גוטע מינוט.
טינט, שמועסן, געדאנקען, די גרויסע לאנגע קריג.
טינט, שמועסן, געדאנקען, די גרויסע לאנגע קריג.
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...
- נאר מיט שמחה
- שר האלף
- תגובות: 1796
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
Re: טינט, שמועסן, געדאנקען, די גרויסע לאנגע קריג.
נעקסט לעוול!!!
הערליך שבהערליך, גלוסטעניש טוהסטו נישט.. wow!!!!!!
און די תוכן.. די ווערטער...
גאלדענע טינט!!
הערליך שבהערליך, גלוסטעניש טוהסטו נישט.. wow!!!!!!
און די תוכן.. די ווערטער...
גאלדענע טינט!!
ווילסטו פוילן, שאפן, קריגן, באקומען, בעטן, פאדערן, שטייגן, וואקסן, בליהען, שטראלן, מצליח זיין? .......... "נאר מיט שמחה"!
מפתח 'נאר מיט שמחה'.. מיין אימעיל אדרעס: bh3503220@gmail.com
מפתח 'נאר מיט שמחה'.. מיין אימעיל אדרעס: bh3503220@gmail.com
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8479
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: טינט, שמועסן, געדאנקען, די גרויסע לאנגע קריג.
WOW!!!
ענדליך איז איינער מחזיר עטרה ליושנה און הייבט אויף דעם פאן פון אידישע פאעזיע....
הערליך!!!!!
ענדליך איז איינער מחזיר עטרה ליושנה און הייבט אויף דעם פאן פון אידישע פאעזיע....
הערליך!!!!!
אני גאה להתמודד עם ההתמודדיות שהשם מודד לי!
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט