אפצייכענונג: 1000 תגובות אונטער חוח!

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

אפצייכענונג: 1000 תגובות אונטער חוח!

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג פאברואר 10, 2020 11:17 am

כ'גיי נישט ליידן אויפן 999 סינדראם
לאזן די וועלט גיין כאדאראם,
ניין-ניין-ניין (999)
כ'בלייב דא נישט שטיין!

דער חוח דער דאָרן
אויפגעהויבן דעם האָרן,
1000 תגובות אויסגעשפיגן
אלס שר האלף אויסגעשטיגן.

ס'וויל זיך הערן הויכע ברומען
חוח איז צו 1000 צוגעקומען!
גערודער אינטענסיווע
לכבוד די טויזנסטע תגובה.

שאלונגען פון 'יעי!'
טריאומפירן 'הארעי!'
מיט שמחה צוזען
ווי ס'גיסט זיך שאמפּעין.

שוין נישט א ליליפּוט א מידזשיט
כ'האלט ביים פערטן דידזשיט!
ממש א העלד א העראו
מ'לייגט צו א דריטע זעראו!

1000 מאל געדרוקט שיק
אונטערן דאָרנ'ס ניק,
כ'לאז נישט די זעראוס זיין מתגבר
מ'וויל אנהאלטן דעם עת לדבר...

===

ס'שמעקט מיר גוט די שררה
אבער עטץ זענט נישט מיין כפרה,
איך דארף אייך אלע באדאנקען
פאַרן נישט לאזן מיין ליכטל צאַנקען.

דא איז די געשמאקסטע אכסניא
גארנישט קיין קטיל-קניא,
אזעלכע פיינע חברים געטראפן
פון ארבע כנפות צאמגעלאפן.

אזוי ווארעם איינער צום צווייטן
מיט א הארץ א ברייטן,
מ'טוט נישט אויף יענעם רייטן
כ'וויל דאס נישט פארבייטן!

יעדער טוט יעדן פארגינען
מ'טוט זיך גוט געפינען,
מ'קוקט נישט נאך יענעמ'ס הכשרים
נאר מ'לעבט ווי גוטע חברים.

===

ס'קען אבער מעגליך זיין
אז דער נאַר איז גאר מיין,
קיינער וועט זיך נישט צוטון מאכן
נאר מיר שטילערהייט אויסלאכן.

מ'וועט זיך ארויסדרייען
מיט מיין שמחה זיך נישט מיטפרייען,
ס'נישט אויפן קאפ ארויפצונעמען
אזעלכע ווייטאגן און קלעמען...

כ'וועל ווארטן אויף געסט
מ'וועט מיר לאזן אליין דעפּרעסט,
פאר בושות איינזינקען
קיינער וועט פאר מיר לחיים טרינקען.

כאטש כ'טו יעצט פייערן
און כ'פלאן נישט צו רעטייערן,
דאך איז דא א מקום פאר חשש
אז ס'וועט בלייבן פול דער פלאש.

האב כ'גענומען די זאך אין די הענט
זיך אליין באזינגען און אנערקענט,
אלס ספק פון מקום שאין איש
נישט זיין שטיל ווי א פיש.

אבער... צו וואס א חשד אנווארפן
א שולד אזא שארפן?
האט דען שוין אמאל פאסירט
אז מ'האט נישט אינטערווענירט?

ממילא לא חיישינן למיעוטא
און ס'בלייבט א מילתא דפשיטא,
אז מ'וועט זיך פרייען מיטן שעף
און הויך מיטזינגען 'ואת הא-א-א-א-אלף'...

===

אויך אין שול איז איינגעפירט
ביי 'ואת האלף' מ'פארפירט,
מ'טוט עס באזינגען
הילכיג אפקלינגען.

כ'לייג אבער צו קאפ
פארוואס א 'אזלא גרש' טראפ,
פונקט ביי 'ואת האלף'
און נישט ביי 'לא יחרץ כלב'?

ווייל 'אזלא' מיינט גיין
'גרש' נישט בלייבן שטיין,
ווייטער קריכן אויפן לייטער
צום טויזנטער דער צווייטער.

דאס ווארט 'אֶלֶף'
באטרעפט הונדערט-און-עלף,
111 האט שטעקנס דריי
צו פארטרייבן די וואס זאגן 'שטיי!'

===

די זיידע-ניקס מיט די ווייסע בערד
ביי זיי איז 1000 גארנישט ווערד,
מיט ביטול ווארפן צו מיר א בליק
'כ'האב דא געהאלטן 12 יאר צוריק'...

זיי טראכטן: לשמחה מה זו עושה?
אויך מיר א געווינס א גרויסע,
א בעיבי מאכט אביסל נויז
און מיינט ער איז שוין גרויס...

לוּ יכתוב גבר תגובות אלפין נייע
לא ייעול בחושבניא,
איך פיל אבער כננס על גבי ענק
אויף די עלטסטע פונעם בלאָק.

כ'בין א פרישע ניקל
געקענט זיין זייער אייניקל,
דאס איז אבער נישט א מניעה
ווייל בוצין בוצין מקטפיה ידיע.

אמת טאקע הנה אלפי הדל
אבער זה הקטן יגדל,
כ'זאג נישט 'חֲדל'
איינמאל כ'האב דעם מעדאל.

טוט נאר אריינקלערן
ס'קען נאך פון מיר עפעס ווערן,
כ'גיי אָן מיטן תגובות כוואליע
גארנישט אזוי פאוואליע.

כ'בין טאקע פון די יונגווארג
אבער נישט שפּאָרזאַם קאַרג,
איך פּלאן נישט צו שווייגן
נאר ווייטער צו שטייגן!

1000 מיטן דריטן טאבע
איז נאר אַן איינגאבע,
ווען מ'עמער האבן פרישע וואַרע
וועט גיין א פּאַרע.

מיין ראנג-העכערונג
דינט אלס פאַרזיכערונג,
אייך נישט אויסצושפּילן
דאס ווארעמקייט נישט אָפּקילן.

כ'בין דאך אריין אין אמט דערפאר
אלץ הויכגעשעצטער שר,
כ'וועל געטריי אויסדינען
אלע מיינע טערמינען.

איך וועל ערפילן מיין מיסיע
זיצנדיג אויפן הויכן פאזיציע,
איר קענט זיין רואיג קאָנווינסט
אז כ'וועל שטיין יעדן צו דינסט...

===

איך נעם עס אלץ לעקציע
צו וויסן אין וועלכע דירעקציע,
אלעמאל גיין פאראויס
נישט פאלן ארויס.

נישט פראווען קיין עניוות
נאר שרייבן נאך תגובות,
אדרבה פרואוו עס
יעדע איינס האט א חשיבות.

מוז נישט אייביג זיין רעשינעל
אויך נישט זייער קאָנווענשינעל,
ס'נישט א נייע ערשיינונג
אז יעדער זאגט זיין מיינונג.

מ'לייגט צו הערה נאך הערה
מ'לאזט הערן א סברא,
נאך א תוספת
און תגובה תגובה מצטרפת.

נישט שטיין בלייבן
נאר נאך און נאך שרייבן,
נאך א תגובה ארויסשטאמלען
ביז ס'וועלן זיך פרישע 1000 אנזאמלען.

דער פאקט אז כ'בין א געוויסער טיפ
געבט מיר אויך א שטופ,
זיך אויסצוגעבן אויף מיין סטייל
פון א אינטש זאל ווערן א מייל.

איך שטאם פון אַן אנדער געהענגל
ממילא קוק איך פון אַן אנדערן ענגל,
פון מיין קוק-ווינקל כ'טו בליקן
מיינע תגובות – מיינע פינגער-אפדרוקן.

אין א שוואכע מאמענט
סימנים פון מידקייט מ'דערקענט,
טו איך זיך ניכטערן
דורכן נאך א תגובה לופטערן.

טאקע פון די קטנות'דיגע זמנים
אנגעשטרענגטע אופנים,
מנותר קנקנים
נעשה חוח בין השושנים...
לעצט פאראכטן דורך חוח בין השושנים אום מאנטאג פאברואר 10, 2020 11:59 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » מאנטאג פאברואר 10, 2020 11:24 am

לאמיר אלע זינגן צוזאמען

ואת האלף! מיט א אזלא גרש...

;l;p- הערליך שיין
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

אוועטאר
הודו להשם
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו
פארבינד זיך:

תגובהדורך הודו להשם » מאנטאג פאברואר 10, 2020 11:24 am

מזל טוב! עוד ינובון בשיבה.
יישר כחכם אויף ווייטער!
איך בין שוין נישטא. מ'קען מיר קאנטאקטן אויף hoidylhashem@gmail.com

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3201
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג פאברואר 10, 2020 11:35 am

וואף!!!

מזל טוב!

חוח איז בומינג! קיפ איט קאמינג!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

תגובהדורך ארחיקה נדד » מאנטאג פאברואר 10, 2020 1:12 pm

חוח, איך האב דיר שוין באגריסט דא

אבער פאר אזא ניק קומט א תגובה און יעדן אשכול שייך...

וואאאאףף!!

קיפ אן!

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3467
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג פאברואר 10, 2020 1:16 pm

דארף מען נעמען דעם חוח בין השושנים און זינגען מיט א אזלא גרש!
אבער איינס און א גוטס אז סזאל טאקע ווערן פון יעדן א גרש און יעדער זאל זיך זעצן אויפן פלאץ: שושנה בין החוחים!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג פאברואר 10, 2020 2:11 pm

חוח! איך האב מורא אז איך בין גאר דער 'חוח' דא אין דעם אשכול.

הערליך! עז אללוועיס, און מזל טוב צו דיין נייע שררה.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מאנטאג פאברואר 10, 2020 2:23 pm

מלא טעם! מזל טוב!
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
אלטער
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

תגובהדורך אלטער » מאנטאג פאברואר 10, 2020 2:26 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:די זיידע-ניקס מיט די ווייסע בערד
ביי זיי איז 1000 גארנישט ווערד,
מיט ביטול ווארפן צו מיר א בליק
'כ'האב דא געהאלטן 12 יאר צוריק'...
נעשה חוח בין השושנים...

איך ווייס נישט ווי גוט איר קלערט
אבער דא קום איך אהער ווי די ווייסע בערד......
זייער הנאה פון דיינע תגובות
ס'האט א שטארקע חשובות
ווי שוין געשרובן כמה פעמים
דא אויפן וועלטן ברבות הימים

כהאף העסט נישט דא שטיין בלייבן
נאר נאך אסאך אויפן וועלטל דא שרייבן
זיך נישט אפשטילן
נאר די פאעזיע און גראמען פארום אנפילן


און א מזל טוב צום אלף'ל
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג פאברואר 11, 2020 1:32 am

שוין מקיים געווען יאכלו ענבים
געבעטן פאר אתרוגים און לולבים
סזאל נישט זיין א חשש מורכבים
אויך געדאווענט המעריב ערבים.

יעצט כ'קוק אם יש עוברים ושבים
ווי די שלשה אנשים נצבים
האלטן דעם אשכול הויך ביז די כוכבים
ס'זאל ווערן פרים ורבים.

שטייטס אויף! שובו שנים שובבים!
יעדער זאל צולייגן נאך כתבים
שרייבטס דברים נלהבים
די טויערן זאלן נישט זיין נשלבים.

כ'בעט פון אלע תושבים
אין אלע מצבים
צו זיין אביסל מעורבים
אפילו כ'בין ביי זיי כאין נחשבים.

וואונטשט להתעלס באהבים
אינאיינעם דאנקען הגומל לחייבים
צו השי"ת דער השׂם רכובו עבים
מיט פיל ווערטער ארוכים ורחבים.

===

אין דעם זכות זאלן אונז אלע --
ווערן דערהויבן נשגבים
געהיטן ווערן פון כלבים
פון גנבים
פון דוברי כזבים
פון צרועים וזבים
פון קצבים
פון שירי עגבים.

די וואס דינען עצבים
זאלן ווערן נחרבים
אויך נכאבים
ווי אויך נכזבים
אין א וועקיום-קלינער נשאבים
אפגעבריעט נצרבים
צעלעכערט ננקבים
מיט שטיינער נחצבים
און העלצער נחטבים
ארומגעשלעפט נסחבים
ביינער אין האלז נתחבים
אין א קאומא נשכבים
געהאנגען נצלבים
פארברענט אין להבים
אויפן מזבח נקרבים
זייערע איברים און חלבים
ווערן פארפוילט נרקבים.

* אלעס ענדיגט זיך מיט די אותיות 'בים', די אות ב איז רפויה מיט א חירק, און פאר דעם איז א קמץ.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
קו הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

תגובהדורך קו הישר » דינסטאג פאברואר 11, 2020 2:16 am

זעלטאב! זעלטאב!
(וואס מיינט דאס "אונטער חוח"? איז דאס א גילו אויף עפעס?...)
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דינסטאג פאברואר 11, 2020 5:07 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:שוין מקיים געווען יאכלו ענבים
געבעטן פאר אתרוגים און לולבים
סזאל נישט זיין א חשש מורכבים
אויך געדאווענט המעריב ערבים.

יעצט כ'קוק אם יש עוברים ושבים
ווי די שלשה אנשים נצבים
האלטן דעם אשכול הויך ביז די כוכבים
ס'זאל ווערן פרים ורבים.

שטייטס אויף! שובו שנים שובבים!
יעדער זאל צולייגן נאך כתבים
שרייבטס דברים נלהבים
די טויערן זאלן נישט זיין נשלבים.

כ'בעט פון אלע תושבים
אין אלע מצבים
צו זיין אביסל מעורבים
אפילו כ'בין ביי זיי כאין נחשבים.

וואונטשט להתעלס באהבים
אינאיינעם דאנקען הגומל לחייבים
צו השי"ת דער השׂם רכובו עבים
מיט פיל ווערטער ארוכים ורחבים.

===

אין דעם זכות זאלן אונז אלע --
ווערן דערהויבן נשגבים
געהיטן ווערן פון כלבים
פון גנבים
פון דוברי כזבים
פון צרועים וזבים
פון קצבים
פון שירי עגבים.

די וואס דינען עצבים
זאלן ווערן נחרבים
אויך נכאבים
ווי אויך נכזבים
אין א וועקיום-קלינער נשאבים
אפגעבריעט נצרבים
צעלעכערט ננקבים
מיט שטיינער נחצבים
און העלצער נחטבים
ארומגעשלעפט נסחבים
ביינער אין האלז נתחבים
אין א קאומא נשכבים
געהאנגען נצלבים
פארברענט אין להבים
אויפן מזבח נקרבים
זייערע איברים און חלבים
ווערן פארפוילט נרקבים.

* אלעס ענדיגט זיך מיט די אותיות 'בים', די אות ב איז רפויה מיט א חירק, און פאר דעם איז א קמץ.


דיינע געדאנקען?! מזהירים ככוכבים
דיינע גראמעלעך?! כולם לטובה שווים
מיט געוואלדיגע תוכן, הנעימים והנאהבים
אזא גאונות, כפתור ופרח משולבים
דו קוועטשסט אויס דיין מוח, ממש ווי מיץ ענבים
לאזט גארנישט אויס, סי'נישט חלולים אדער נקבים
דו ביסט אונז אלע מהנה, יאכלו וישבעו ענוים
אלע דערקוויקן זיך יתעלסו באהבים
ולפיכך להודות ולהלל אנחנו חייבים!!!

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » דינסטאג פאברואר 11, 2020 5:27 am

יישר כח חוח'ל, זקני... כל זמן שמזקינין ווערן זיי בעסער און בעסער!

בד"וו כ'מיין אז דער עולם זאל זיך בעסער נישט אנרופן, ווייל ווי א מינט ווערט עס בעסער!

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1284
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » דינסטאג פאברואר 11, 2020 5:58 am

מזל טוב חוח
גרויסן ישר כח
אזא מוח
אזוי הויעך
באדאנקען מען ברויעך


אקעי
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דינסטאג פאברואר 11, 2020 8:31 am

שכוח פאר ביז אהער אין We want more פאר וואטער
א געשמאקע ניק --------------------------- הק' יישר כח

אוועטאר
אלטער
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

תגובהדורך אלטער » דינסטאג פאברואר 11, 2020 9:22 am

אוראייניקל האט געשריבן:יישר כח חוח'ל, זקני... כל זמן שמזקינין ווערן זיי בעסער און בעסער!

בד"וו כ'מיין אז דער עולם זאל זיך בעסער נישט אנרופן, ווייל ווי א מינט ווערט עס בעסער!

יא אז מוועט זיין שטיל וועט ער אריין קומען דא מיט פרישע סחורה......
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

veltsman
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

תגובהדורך veltsman » דינסטאג פאברואר 11, 2020 10:24 am

מזל טוב ר׳ חוח
געוואלדיג

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3081
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג פאברואר 11, 2020 2:16 pm

מזל טוב חוח!

קיינע ווערטער.

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דינסטאג פאברואר 11, 2020 2:26 pm

ווען איך וואלט געהאט כוח
וואלט איך געלאפן מיט א רויעך
און איך וואלט געשריגן חוח
'חוח' - א הארציגן יאשערכויעח

ויש גורסין, ויש גורסין ויש אומרים...

ריבונו של עולם ווער איז דער געוואלדיגער חוח?!
ריבונו של עולם זאג אונז שוין ווער איז דער חוח?!
ריבונו ריבונו של עולם, ער באווייזט דא דברים גדולים!!!
ריבונו של עולם פארצייל אונז שוין ווער איז דער חוח...

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג פאברואר 11, 2020 3:35 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:ריבונו של עולם ווער איז דער געוואלדיגער חוח?!
ריבונו של עולם זאג אונז שוין ווער איז דער חוח?!
ריבונו ריבונו של עולם, ער באווייזט דא דברים גדולים!!!
ריבונו של עולם פארצייל אונז שוין ווער איז דער חוח...

שמחו בה' - ו'גילוי' צדיקים??
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

גרשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דינסטאג פאברואר 11, 2020 4:17 pm

נישט פשוט, די טאלאנטן גיסן זיך און שוימען ווי שאמפעין.

לאמיר גרינדן א פעטיציע צו טוישן זיין נאמען צו "שושנה בין החוחים".
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » דינסטאג פאברואר 11, 2020 4:59 pm

גרשון האט געשריבן:
לאמיר גרינדן א פעטיציע צו טוישן זיין נאמען צו "שושנה בין החוחים".

מילא אז חוח איז א שושנה, זעהט דאך איעדער.
אבער וועלכע שושנים ווילסטו איבערדרייען פאר חוחים?

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג פאברואר 11, 2020 5:21 pm

מזל טוב!!!!!!!
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

גרשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דינסטאג פאברואר 11, 2020 5:29 pm

אוראייניקל האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
לאמיר גרינדן א פעטיציע צו טוישן זיין נאמען צו "שושנה בין החוחים".

מילא אז חוח איז א שושנה, זעהט דאך איעדער.
אבער וועלכע שושנים ווילסטו איבערדרייען פאר חוחים?

:grin: פארשטייט זיך אז ס'איז רעלאטיוו. אנטקעגן די געוואלדיגע פאעזיע טאלאנטן זענען מיר אלע...
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » דינסטאג פאברואר 11, 2020 5:36 pm

אומגלויבליך וואס פון דערנער קען ארויסקומען....
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט