לכה דודי לקראת כלה

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

לכה דודי לקראת כלה

תגובהדורך טישטוך » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 9:59 am

קום מיין פריינט אנטקעגן די כלה, די געזיכט פון שבת לאמיר ענטפאנגען

היט אפ און געדענק אין איין ווארט נאר
געזאגט האט אונז דער גאט וואס איז נאר איין
דער אייבערשטער איז איין מיט זיין נאמען קלאר
צו רימען און צו לויבן ווי גרויס און שיין

קום לאמיר גיין דעם שבת אנטקעגן
ווייל זי איז די קוואל פון ברכה און פארמעגן
נאך פאר די וועלטס עקזיסטענץ געקעניגט האט ער שוין
איז זיין קלער געווען אויף יעצט צו האלטן דעם קרוין

דארט וואו עס איז די שטאט פונעם קעניגליכן ארט
שטיי אויף און גיי ארויס פון די איבערקערעניש זאפארט
גענוג געזיצן שוין אין די גרוב פון צער און קלאג
גאט וועט זיך דערבארעמען און אוועקנעמען די פלאג

שטיי אויף און שאקל אפ דיינע קליידער פון שטויב
טוה זיך אן שיינע קליידער פון לויב
דורך ישי'ס זון פון בית לחם דערנענטער זיך
און אויסלייזן דיר שוין וועל איך

וועק זיך אויף וועק זיך אויף
פאר די ליכטיגקייט שטיי אויף
ערוועק זיך ערוועק זיך און רעד מיט געזאנג
די כבוד פון גאט וואס אויף דיר אנטפלעקט ענטפאנג

זאלסט זיך מער נישט שעמען און נישט מיט שאנדע קומען
פארוואס דו ביסט צובויגן און פון טרויער טוסטו ברומען
אין דיר וועלן זיך מיין פאלקס ארעמע באשיצן
און די הויכע שטאט וועט אויף דיינע שטיינער זיצן

און עס וועלן שטיין צום בארויבן דיינע רויבער
עס וועלן זיך דערווייטערן אלע שלעכטע פון דיין צויבער
און איבער דיר וועט זיך פרייען גאט מיט אלע
אזוי ווי א חתן פרייט זיך מיט זיין כלה

רעכטס און לינקס וועט ער שטארקן אייך
און גאט וועט איר לויבן מיט דעם פערזאן צוגלייך
משיח וואס פון פרץ שטאמט ער
פרייליך און לוסטיג וועט איר זיין מער און מער

קום פרידליך שבת די קרוין פון אידן
מיט שמחה און לוסט אזוי צופרידן
צווישן די באגלויבטע די באליבטע כלל ישראל
קום כלה קום כלה קום כלה זיך פרייען ווי אמאל

קום מיין פריינט אנטקעגן די כלה, די געזיכט פון שבת לאמיר ענטפאנגען
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט