איף איי מעי...גיין פתיחה, מען האלט דאך שוין אפאר בלאט אריין....
אויף דף ו: "זה עושה מעקה לחצי גגו וזה עושה וכו' פשיטא". קען איך נישט פארשטיין וואס דער גרויסער פשיטא דא איז בעת ווען א שטיקל פארדעם ביסטו נאך געווען ביזי צו מסביר זיין אז ביי רשות הרבים איצטריכא ליה מיט א מהו דתימה, דאס הייסט אז עס איז גארנישט אזוי פשוט געווען דער גאנצע דארפן א מחיצה. סאו פארוואס איז דאס א קשיא ווען עס שטומט זייער פיין אז זינט מען האט דאך געמוזט בעצם זאגן דער הלכה פון זה עושה מעקה וזה עושה מקעה האט מען עס קלאר ארויסגעשריבן אז עס איז א חצי מעקה פון וואס מען רעדט דא.
נאך איינעם האט דאס געבאדערט?
קשיות און הערות אויף מסכת בבא בתרא
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
דאס מחייב זיין צו בויען א מחיצה איז טאקע א חידוש, וואס אביי לאזט עס הערן דייקא ביי א ציור ווי שני בתים ברשות הרבים
די קשיא פון פשיטא איז, אז איינמאל עס איז דא א חיוב לבנות מחיצה, נו וודאי דארף יעדער בויען א האלבע מחיצה צו וואס איז גאנצע אריכות אז ער מאכט האלב ביי זיך און דער צווייטער ביי זיך, די גמרא זיכט די חידוש וואס ליגט אין די נקודה.