סיום מסכת קידושין והתחלת סדר נזיקין במסגרת זכרו

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

סיום מסכת קידושין והתחלת סדר נזיקין במסגרת זכרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

אזוי ווי מען האט מגיב געווען אין אן אנדערע אשכול איבער די סיום און איבער די התחלת מסכת קידושין במסגרת זכרו - ישראל ואורייתא, פרייען מיר זיך צו מעלדן אז הנה יום זה בא, אט אט גייט פארקומען די גראנדיעזע סיום אויף סדר נשים במסגרת ישראל ואורייתא אי"ה קומענדיגע וואך זונטאג נח, פרטים דא:
אטעטשמענטס
unnamed (7).jpg
unnamed (8).jpg
unnamed (9).jpg
פאר קריטיק דריקט דא
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

.
אטעטשמענטס
unnamed (13).jpg
unnamed (10).jpg
unnamed (11).jpg
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

ווערט פירט די זכרו קאמפיין?

שרייבעריי, גראפיקס וכו'?
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
בארן קלאפער
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 9:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארן קלאפער »

2 הערליך נייע ניגונים פארפאסט ספעציעל לכבוד דעם
היסטארישן מעמד סיום פון חבורות זכרו,
דורך דעם וועלט בארימטן מלחין
מוה״ר משולם גרינבערגער הי״ו פון ארה״ק

פאר די ניגן אגיל ואשמח דריקט דא
פאר די ניגן אהבת עולם דריקט דא
(קרעדיט מלכות סאטמאר)
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

האמיר שוין א טיקעט.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

הנגיד ר' אליעזר קעסטענבוים מאכט יעצט די סיום אויף הלכה
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

א הערליכע מעמד געווען, שיין און רייך צוגעשטעלט ווי עס פאסט. כאטש מען איז היבש שנעל אויסגעלאפן פון פלאץ און פילע האבן געדארפט שטיין ארום.

די התרגשות פון די דאפלטע שמחה מיטן מסיים זיין 100 סימנים שו"ע און ענדיגן מס' קידושין איז געווען אין לשער.

כן יעזור ה' להלאה להתחיל ולסיים נאך און נאך מסכת הש"ס בעזרת השם ובסייעתא דשמיא.
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

האמיר שוין געפרעגט אויבן. העמיר נאכאמאל פראבירן...

ווער פירט אן די קאמפיין פאר זכרו. גראפיקס, שרייבעריי וכדומה?

אין אישי איז אויך גוט
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

יצחק פריעד (YF) שרייבט
און יואל פעקעטע (Yufah) מאכט די גראפיקס
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

.
אטעטשמענטס
המזמרים מיט ר' משולם גרינבערגער פון א"י ביים מעמד
המזמרים מיט ר' משולם גרינבערגער פון א"י ביים מעמד
דער ציבור ביים מעמד
דער ציבור ביים מעמד
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

אשרי עין ראתה "שמחת התורה" - הדרא לא אפשר למפרט!

אומבאַשרייבליכע "מחזה הוד" פון "הרמת קרן התורה"

במקהלות אלפי לומדי חבורת "זכרו", ביים מעמד האדיר

"שמחת התורה", אין "ברוקלין עקספּאָו" צענטער

-חלק א'-

"מי שלא ראה שמח"ת התור"ה זו, לא ראה שמחה מימיו" איז געווען דער התרגשות'דיגער אויסדרוק ביי די פילע טויזנטער אידן וואס האבן זוכה געווען מיטצולעבן דעם פּרעכטיגן מעמד אדיר וכינוס אלפי לומדי חבורת זכרו, מעמד "שמחת התורה", אפּצוצייכענען במקהלות עם די היסטארישע עררייכונגען אין לימודי ש"ס ושולחן ערוך פון די אלפים וואָס זענען אנגעשלאסן אין דער הייליגער חבורה מיסודו פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, ואשרי עין ראתה כל אלה!

מיר אין "מלכות סאטמאר" וועלן אייך אצינד ברענגען א קורצן באַריכט פון דעם "סדר המעמד", און אויספירליכע באַריכטן וועלן אי"ה ערשיינען סוף וואָך אין "דער איד".

דער זאַל איז געווען אויסטערליש פּראכטפול געדעקט, און דער "כבוד הציבור" האט געקלאפּט אויפ'ן שענסטן פארנעם. א מלכות'דיגע סעודה איז סערווירט געווארן דורך "אפּריון" קעיטערינג און די עסקנים האבן אויפגענומען יעדן בסבר פנים יפות. געעפנט דעם מעמד האט הרה"ג ר' דוד הערש מאיער שליט"א, מחשובי לומדי "זכרו". עס האט דאן אויפגעטרעטן איש חי ורב פעלים מוה"ר אברהם יודא שווארץ הי"ו, ממייסדי חבורת "ישראל ואורייתא".

אן איבערראשנדער מאמענט איז געווען, ווען ס'האט אויפגעטרעטן דער באַקאַנטער נדיב לב למען ספרי קודש, הטפסר מוה"ר אברהם פּנחס בערקאוויטש הי"ו, וועלכער האט געמאָלדן, אז צוליב זיין גרויס התרגשות פון דעם מעמד נעמט ער זיך אונטער צו מנדב זיין גמרות "שפה ברורה" ביי יעדער פרישער מסכתא פון "זכרו"!

לכבוד דעם גרויסן נדיב, הרה"ג ר' אליעזר קעסטענבוים שליט"א, פטרון זכרו הלכה, האט אויפגעטרעטן זיין איידעם, הרה"ג רבי צדוק שטאַרק שליט"א, ראש הועד ללימוד הלכה; און דאן האט מען געהערט די פלאמפייערדיגע דרשה פון "נואם הכבוד" הרה"ג רבי מיכאל בער ווייסמאַנדעל שליט"א, ר"י נייטרא.

מיט'ן "הדרן" אויף שלחן ערוך איז מכובד געווארן דער פטרון החבורה הרה"ג רבי אליעזר קעסטנבוים שליט"א, נשיא דמשק אליעזר, און געזאָגט קדיש; מיט'ן "הדרן" אויף מס' קידושין איז מכובד געווארן הנגיד מוה"ר משה יחזקי' ווייס הי"ו, מגדולי תומכי "זכרו"; מיט'ן "קדיש" אויף ש"ס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו, משב"ק רבותינו, און דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאַנץ, טויזנטער אידן האנט ביי האנט, "ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו וחיי עולם נטע בתוכינו" — ובכן מה נהדר הי' המראה!

אין א בחינה פון "איש בשורה אנכי" האט הרה"ח ר' שאול פּערלשטיין הי"ו, ראה"ק, איבערגעגעבן דעם ציבור איבער'ן אפּקויף פון א נייע "סאטמארער קאָנטרי", און דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן די "דברות קודש ומשא המעמד" פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, מיט הערליכע דברי פלפול ודרוש ודברי חיזוק פאר די לומדי תורה, דעם גרויסן חיוב אויף יעדן זיך אנצושליסן אין "זכרו", און א ברכת התורה פאר די חשוב'ע נדיבים ועסקנים וחברי הנהלת הקהלה והתאחדות אברכים על רוב פעלם.

מיט "ברכת המזון" איז מכובד געווארן הרה"ג ר' אליעזר קעסטענבוים שליט"א, און דערנאך איז פארגעקומען דער "פּאנעל" צווישן הרה"ג ר' פייוול קליין שליט"א און מוה"ר משה אלי' עסטרייכער הי"ו, איבער די גרויסע מעלות פון לימוד "זכרו".

הערליכע מתנות זענען פארטיילט געוואָרן פאַר אַלע משתתפים אלס זכרון נצח פון דעם גרויסן מעמד, און דער ציבור האלפים איז אהיים מלא הרגשים פון די רגעי ההוד וואס מ'האט זוכה געווען מיטצולעבן און מיט פילע הויפנס חיזוק זיך צו נעמען צו די פרישע לימודים ביתר שאת ויתר עוז, ולהגדיל תורה ולהאדירה.

גדול הי' כבוד המעמד!
(קרעדיט מלכות סאטמאר)
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

דער זאל הערליך צוגעגרייט

אונטער די געניטע אנפירערשאפט פון הר"ר יוחנן פליישמאן הי"ו בעל YF Productions
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed (1).jpg
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

.
אטעטשמענטס
יושב ראש מוה"ר דוד הערש מאיער הי"ו
יושב ראש מוה"ר דוד הערש מאיער הי"ו
הרה"ג ר' אברהם יודא שווארץ שליט"א
הרה"ג ר' אברהם יודא שווארץ שליט"א
הרבני הנגיד ר' אברהם פנחס בערקאוויטש הי"ו
הרבני הנגיד ר' אברהם פנחס בערקאוויטש הי"ו
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

די מזמרים קאפעליע אונאיינעם מיט מוה"ר משולם גרינבערגער הי"ו
פון ירושלים ביים מהנה זיין די עולם בשירה וזמרה
אטעטשמענטס
unnamed (5).jpg
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

א דאנק KY פאר די הערליכע אינפארמאציע - כה לחי.
וואס איז דאס הדרן אויף שלחן ערוך, נאך קיינמאל אזוינס נישט געהערט, נאך מיט א קדיש אויך.
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

.
אטעטשמענטס
הרה"ג ר' מיכאל דוב ווייסמאנדעל שליט"א ר"י תורת חמ"ד דנייטרא, נואם הכבוד
הרה"ג ר' מיכאל דוב ווייסמאנדעל שליט"א ר"י תורת חמ"ד דנייטרא, נואם הכבוד
הרה"ג ר' צדוק שטארק שליט"א ראה"כ דמשק אליעזר - ראש חבורת הלכה
הרה"ג ר' צדוק שטארק שליט"א ראה"כ דמשק אליעזר - ראש חבורת הלכה
הרב רבי אלעזר קעסטענבוים שליט&quot;א פטרון חבורת זכרו הלכה, &quot;הליכות יוסף עזרא&quot;<br />ביים מסיים זיין הלכה ואמירת קדיש
הרב רבי אלעזר קעסטענבוים שליט"א פטרון חבורת זכרו הלכה, "הליכות יוסף עזרא"
ביים מסיים זיין הלכה ואמירת קדיש
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

יהא רעוא קדמך דתפתח לבאי באוריתא
אטעטשמענטס
unnamed (3).jpg
unnamed (4).jpg
unnamed (5).jpg
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

פאנעל צווישען הרה"ג ר' פייוול קליין שליט"א מגי"ש בחבורת זכרו
און מוה"ר משה אלי' עסטרייכער הי"ו מלומדי חבורת זכרו
אטעטשמענטס
unnamed (6).jpg
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

ביים אויסטיילען די מתונות פאר די מסיימים
אטעטשמענטס
unnamed (7).jpg
unnamed (8).jpg
unnamed (9).jpg
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

נאטרוליסט האט געשריבן:א דאנק KY פאר די הערליכע אינפארמאציע - כה לחי.
וואס איז דאס הדרן אויף שלחן ערוך, נאך קיינמאל אזוינס נישט געהערט, נאך מיט א קדיש אויך.

הדרן איז נאר לסימנא דמילתא לכבוד די שמחה פון מסיים זיין און זיך פארהערן 100 סימנים, מען האט פארגעלערנט א סעיף שו"א מיטן רמ"א און געזאגט קדיש אוואו נאכן שיעור.
פאר קריטיק דריקט דא
גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי שוין גיי »

ק. י. שטיפער , זייער שיין באשריבן אבער אויב איך מעג זאגן א ביסל קריטיק וואלט איך מיר ערלויבט צו זאגן אז די מסיבה איז געווען א שטיקל דורכפאל ,
קודם כל איז נישט געווען קיין פלאץ פארן רוב עולם.
דאס מאכן עס און בין הזמנים איז געווען א מיסטעק , געווארן גראד פיל מיט בחורים און די ציבור וואס איז געקומען שפעטער האט נישט געהאט ווי צו זיצן (אדער האט מען ארויס געגעבן פיל מער טיקעטס וויפיל פלאץ מען האט אנגעגרייט) ,
די ציבור וואס האט יא געהאט ווי צו זיצן איז געווען זייער צושטיפט. די עסן איז נישט אנגעקומען געהעריג צו די אינערליכע טישן ,
וואס יא איז שוין געווען קאלט׳לעך.
מען האט נישט געקענט אוועג גיין פון פלאץ פאר צוויי מעניוט,
א שטייגער ווי מכת חושך און מצרים ווער עס איז געזעצן איז געבליבן זיצן ווער עס איז געשטאנען איז געבליבן שטיין.
בכלל איז נישט געווען קיין צו שטארקע מעניוטען און זאל.
און יא אז די ברענגסט שוין יא א זינגער פון אויסלאנד לאז אים אביסל זינגען.
ביים טיילטען די מתנות איז געווען גרעסערע הריגות ווי ערב פסח ביי די מצות.
בקיצור און מיינע אויגן גאר א שוואכע מסיבה.
די פריעדיגע און עטרת אברהם איז געווען פיל געשמאקער.
אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעטינגס »

דאס צאמשטעלן איין סיום פאר איין חבורה איז געווען א גרויסע טעות וואס האט אוועקגענועמן די מאמנטום פין ביידע חבורות,
אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווע באנדל »

מי כעמך ישראל, ר' יצחק שווארץ פון תורתך שעשועי און ר' יצחק מיכאל יאקאב פון יסודי התורה העלפן צוגרייטען די סיום פאר זכרו
אטעטשמענטס
CROpgyYXAAAWuHv.jpg
קוה אל השם רבותי
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

גיי שוין גיי האט געשריבן:ק. י. שטיפער , זייער שיין באשריבן אבער אויב איך מעג זאגן א ביסל קריטיק וואלט איך מיר ערלויבט צו זאגן אז די מסיבה איז געווען א שטיקל דורכפאל ,
קודם כל איז נישט געווען קיין פלאץ פארן רוב עולם.
דאס מאכן עס און בין הזמנים איז געווען א מיסטעק , געווארן גראד פיל מיט בחורים און די ציבור וואס איז געקומען שפעטער האט נישט געהאט ווי צו זיצן (אדער האט מען ארויס געגעבן פיל מער טיקעטס וויפיל פלאץ מען האט אנגעגרייט) ,
די ציבור וואס האט יא געהאט ווי צו זיצן איז געווען זייער צושטיפט. די עסן איז נישט אנגעקומען געהעריג צו די אינערליכע טישן ,
וואס יא איז שוין געווען קאלט׳לעך.
מען האט נישט געקענט אוועג גיין פון פלאץ פאר צוויי מעניוט,
א שטייגער ווי מכת חושך און מצרים ווער עס איז געזעצן איז געבליבן זיצן ווער עס איז געשטאנען איז געבליבן שטיין.
בכלל איז נישט געווען קיין צו שטארקע מעניוטען און זאל.
און יא אז די ברענגסט שוין יא א זינגער פון אויסלאנד לאז אים אביסל זינגען.
ביים טיילטען די מתנות איז געווען גרעסערע הריגות ווי ערב פסח ביי די מצות.
בקיצור און מיינע אויגן גאר א שוואכע מסיבה.
די פריעדיגע און עטרת אברהם איז געווען פיל געשמאקער.



היינו טעמא פארוואס קהילת מהר"א האט מער נישט געמאכט א ריזיגע באמבעדיגע סיום, א סיום איז נישט א כ"א כסלו מסיבה, עס איז נישט מעגליך יעדן צו מאכן פילן באקוועם אויף אזא שטייגער, די יעצטיגע צעטיילטע סיום ביי מהר"א איז ב"ה געווען א קנאקעדיגע סוקסעס, היימיש געשמאק באקוועם און דערהויבן
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”