סיום מסכת קידושין והתחלת סדר נזיקין במסגרת זכרו

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 11:12 am

די סיום מס' שבת פין יסודי קוקט אויס איז זייער שיין געווען ,אבער וועגן פלאץ איז ביי איינס פין די 2 סיוםס געווען א שרעקליכע געדרענג ערגער ווי די סיום פין מס' ברכות, קען זיין אז זיי האבען געטראכט איז נישט יעדער וועט נעמען די צייט צו קומען צו פארען

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 11:34 am

קאווע באנדל האט געשריבן:מי כעמך ישראל, ר' יצחק שווארץ פון תורתך שעשועי און ר' יצחק מיכאל יאקאב פון יסודי התורה העלפן צוגרייטען די סיום פאר זכרו


זיי זענען געקומען קוקן דאס פלאץ
kraitchmah עט גימעיל

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 11:38 am

גיי שוין גיי האט געשריבן:ק. י. שטיפער , זייער שיין באשריבן אבער אויב איך מעג זאגן א ביסל קריטיק וואלט איך מיר ערלויבט צו זאגן אז די מסיבה איז געווען א שטיקל דורכפאל ,
קודם כל איז נישט געווען קיין פלאץ פארן רוב עולם.
דאס מאכן עס און בין הזמנים איז געווען א מיסטעק , געווארן גראד פיל מיט בחורים און די ציבור וואס איז געקומען שפעטער האט נישט געהאט ווי צו זיצן (אדער האט מען ארויס געגעבן פיל מער טיקעטס וויפיל פלאץ מען האט אנגעגרייט) ,
די ציבור וואס האט יא געהאט ווי צו זיצן איז געווען זייער צושטיפט. די עסן איז נישט אנגעקומען געהעריג צו די אינערליכע טישן ,
וואס יא איז שוין געווען קאלט׳לעך.
מען האט נישט געקענט אוועג גיין פון פלאץ פאר צוויי מעניוט,
א שטייגער ווי מכת חושך און מצרים ווער עס איז געזעצן איז געבליבן זיצן ווער עס איז געשטאנען איז געבליבן שטיין.
בכלל איז נישט געווען קיין צו שטארקע מעניוטען און זאל.
און יא אז די ברענגסט שוין יא א זינגער פון אויסלאנד לאז אים אביסל זינגען.
ביים טיילטען די מתנות איז געווען גרעסערע הריגות ווי ערב פסח ביי די מצות.
בקיצור און מיינע אויגן גאר א שוואכע מסיבה.
די פריעדיגע און עטרת אברהם איז געווען פיל געשמאקער.



געהערט דאס זעלבע פון פילע באטייליגטע. ס'איז געווען צו אויפרייסעריש און אומהיימליך, מצב זאל מען לאזן ווען דער רבי מאכט חתונה. אסאך האבן זיך געבענקט צו דעם סיום אין עטרת אברהם.

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 11:40 am

סעטינגס האט געשריבן:די סיום מס' שבת פין יסודי קוקט אויס איז זייער שיין געווען ,אבער וועגן פלאץ איז ביי איינס פין די 2 סיוםס געווען א שרעקליכע געדרענג ערגער ווי די סיום פין מס' ברכות, קען זיין אז זיי האבען געטראכט איז נישט יעדער וועט נעמען די צייט צו קומען צו פארען


ביי ביידע סיומ'ס איז געווען ענג וויבאלד מ'רופט אייביג פול מער מענטשן וויפיל מ'גרייט אן, אבער ס'שטעלט זיך ארויס אז צו א סיום קומען פערצענטואל פול מער געלאדענטע ווי סיי וועלכע אנדערע מסיבה, אבער דוכט זיך מיר אז מ'האט געקענט אסאך בעסער מסדר זיין די אומפלאצירטע, ווי ביי די קאמערשאל מסיבות

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 11:40 am

נעכטן ביים לערנען די מג"א אין הלכות קריאת התורה האב איך מיך דערמאנט א ווארט וואס דער רבי שליט"א האט נאכגעזאגט ביים סיום

ס'שטייט אין די גמרא אז די נביאים בימי משה ‏האבן מתקן געווען קריאת התורה מאנטאג און דאנערשטאג כדי ס'זאל נישט אריבערגיין דריי טעג אן לערנען תורה

שטעלט זיך א קשיא אז ס'שטייט דאך אויב מ'ליינט קריאת שמע האט מען שוין יוצא געווען די חיוב לימוד התורה, צו וואס האט מען געדארפט מתקן זיין קריאת התורה

נאר דער תירוץ איז אז די עיקר חיוב לימוד התורה איז ברבים, און דאס האבן די נביאים געוואלט מתקן זיין ווייל קריאת שמע קען מען ליינען ביחיד אויך‏, משא"כ קריאת התורה מוז זיין ברבים

און אז טויזענטער אידן זענען אנגעשלאסן אין איין חבורה איז עס אויך לימוד התורה ברבים, איז אויב לערנט מען במסגרת זכרו קען מען יוצא זיין לימוד התורה ברבים

(נישט די פונקטליכע ווערטער, כ'זאג נאר איבער בערך)
kraitchmah עט גימעיל

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 1:34 pm

שנאפס האט געשריבן:נעכטן ביים לערנען די מג"א אין הלכות קריאת התורה האב איך מיך דערמאנט א ווארט וואס דער רבי שליט"א האט נאכגעזאגט ביים סיום

ס'שטייט אין די גמרא אז די נביאים בימי משה ‏האבן מתקן געווען קריאת התורה מאנטאג און דאנערשטאג כדי ס'זאל נישט אריבערגיין דריי טעג אן לערנען תורה

שטעלט זיך א קשיא אז ס'שטייט דאך אויב מ'ליינט קריאת שמע האט מען שוין יוצא געווען די חיוב לימוד התורה, צו וואס האט מען געדארפט מתקן זיין קריאת התורה

נאר דער תירוץ איז אז די עיקר חיוב לימוד התורה איז ברבים, און דאס האבן די נביאים געוואלט מתקן זיין ווייל קריאת שמע קען מען ליינען ביחיד אויך‏, משא"כ קריאת התורה מוז זיין ברבים

און אז טויזענטער אידן זענען אנגעשלאסן אין איין חבורה איז עס אויך לימוד התורה ברבים, איז אויב לערנט מען במסגרת זכרו קען מען יוצא זיין לימוד התורה ברבים

(נישט די פונקטליכע ווערטער, כ'זאג נאר איבער בערך)

מקור אז ווען אידן לערנען די זעלבע מקצוע ביחידות, הייסט דאס לימוד תורה ברבים (פאר אגדה איז עס סיי וויי גוט).
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 7:29 pm

מעמד שמחת התורה - סיום במסגרת חבורת זכרו תורת משה שע"י קהלת סאטמאר
https://www.dropbox.com/s/668jp5y0hxi4d ... 9.wmv?dl=0

בילדער:
צוגעלייגטע
image042.jpg
image043.jpg
פאר קריטיק דריקט דא

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 8:13 pm

שנאפס האט געשריבן:נעכטן ביים לערנען די מג"א אין הלכות קריאת התורה האב איך מיך דערמאנט א ווארט וואס דער רבי שליט"א האט נאכגעזאגט ביים סיום

ס'שטייט אין די גמרא אז די נביאים בימי משה ‏האבן מתקן געווען קריאת התורה מאנטאג און דאנערשטאג כדי ס'זאל נישט אריבערגיין דריי טעג אן לערנען תורה

שטעלט זיך א קשיא אז ס'שטייט דאך אויב מ'ליינט קריאת שמע האט מען שוין יוצא געווען די חיוב לימוד התורה, צו וואס האט מען געדארפט מתקן זיין קריאת התורה

נאר דער תירוץ איז אז די עיקר חיוב לימוד התורה איז ברבים, און דאס האבן די נביאים געוואלט מתקן זיין ווייל קריאת שמע קען מען ליינען ביחיד אויך‏, משא"כ קריאת התורה מוז זיין ברבים

און אז טויזענטער אידן זענען אנגעשלאסן אין איין חבורה איז עס אויך לימוד התורה ברבים, איז אויב לערנט מען במסגרת זכרו קען מען יוצא זיין לימוד התורה ברבים

(נישט די פונקטליכע ווערטער, כ'זאג נאר איבער בערך)

יא די רבי האט געזאגט אז ער האט עס אמאל געזען און א געוויסע ספר דעמאנענדיג עס ביים נאמען (דענק איך נישט יעצט די נאמען , נישט קיין באקאנטע ) ,
איך האב פונקט געקוקט דענסמאל אויף ר' נפתלי בלומענפעלד דער מנהל . די ווארט איז אים שטארק געפאלן מנהסתם איז עס געווען פאר אים א חידוש,
ער האט געגעבן אזא קלאפ ר׳ לויס׳ן קעסטענבוים וואס איז געזעצן צו זיין לינקע זייט, ווי איינער זאגט דאס איז א טייער ווארט! איך קען עס יוזען. !
.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 9:38 pm

ולא מיין, די מקור האב איך געשריבן אין די ערשטע פאראגראף אין מיין תגובה
kraitchmah עט גימעיל

זכאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 5:00 pm

תגובהדורך זכאי » זונטאג נובעמבער 01, 2015 6:58 pm

איינער האט אפשר דעם לוח פון תשע״ה ?

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3010
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2015 9:47 am

לוח הלימודים - חבורת זכרו תורת משה - פרשת תולדות
צוגעלייגטע
Zichri.pdf
(110.81 KiB) דאונלאודעד 223 מאל
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)


צוריק צו “ישראל ואורייתא”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט