סיום מסכת סוטה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

סיום מסכת סוטה

תגובהדורך נאטרוליסט » דינסטאג מאי 27, 2014 6:36 pm

דעם קומענדיגן זונטאג בהעלותך הבעל"ט וועט אי"ה פארקומען דער ערשטער פארהער פון זכרו, אויף מסכת סוטה אין זאל פון עטרת אברהם.

נואם הכבוד
הגאון הגדול רבי יצחק זלמן גיפס שליט"א, ראה"כ ספינקא ב"פ ודומ"ץ ברכת אברהם וויען.

ווער עס האט בילדער און פראגראם נאטיצן זאל ביטע איבערגעבן.

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » דינסטאג מאי 27, 2014 7:29 pm

עס איז נישט זייער ערשטע פארהער

איר מיינט אפשער די ערשטע סיום פין זכרו

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » דינסטאג מאי 27, 2014 7:30 pm

ווי גייט זיין די סיום פין ישראל ואורייתא?

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 903
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דינסטאג מאי 27, 2014 10:26 pm

עטרת אברהם

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 903
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דינסטאג מאי 27, 2014 10:30 pm

זכרו
צוגעלייגטע
20140527_222926.png

זכרו
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 6:10 pm

תגובהדורך זכרו » מיטוואך מאי 28, 2014 1:17 pm

שישו ושמחו בשמחת התורה, כי היא לנו עוז ואורה:

לומדי חבורת "זכרו" איינגעהילט אין שמחה וחדות התורה ערב פייערליכן מעמד "סיום מס' סוטה והתחלת מס' גיטין"; דעם זונטאג אין "עטרת אברהם"

תָּאִין וּמִתְכַּנְּשִׁין: ערשטמאליגער צוזאמקום פון אלפי לומדי החבורה פון איבער גאנץ ניו-יארק, בראשות מרנן ורבנן ובראשם כ"ק מרן אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א — בְּעֵסֶק אַתְוָתָא!

אין טו"ב אלא תורה: 16'טער סיום מסכתא פון "ישראל ואורייתא" — אך טו"ב וחסד!

זַכָּאִין כִּי שְׁמַעְתּוּן שְׁבַח דָּא שִׁירָתָא: זעלטענע מאמענטן פון "יקרא דאורייתא" דערווארט, מיט רייכן פּראגראם פון סעודה לכבודה של תורה, ריקודין של שמחה, און הערליכע דרשות ברום מעלת ומתיקות לימוד התורה



ניו-יארק. — "עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני", דאס זענען די פריידיגע דורכדרינגענדע געפילן ביי פילע הונדערטער אידן, חברי חבורת זכרו, וואס האבן ב"ה, אויף איינמאל מיט א כח הרבים, דורכגעלערנט און דורכגעהארעוועט א מסכתא שלימא אין ש"ס — מסכת סוטה — און אצינד, הארט ערב דעם הייליגן יום טוב פון קבלת התורה — קומען זיי אריין אינעם זמן מתן תורתינו, מיט אזא גאלדענעם קנין התורה: "סיום המסכתא". אט די שמחה וועט ברוב פאר והדר, במקהלות אלפי ישראל, ביקר עטרת תפארת, מיט גלאנץ און פּראכט, געפּראוועט ווערן דעם קומענדיגן זונטאג אין די זאלן פון עטרת אברהם, בהתאסף כל הלומדים, מרנן ורבנן, ובראשם כ"ק מרן אדמו"ר מהרי"י מ'סאטמאר שליט"א — שישו ושמחו בשמחת התורה כי היא לנו עוז ואורה.
ח"י ח"י יודוך וישבחוך! דאס גרייכן דעם סיום מסכת 'סוטה', איז א זעלטענע תורה'דיגע עררייכונג, נאך וואס די חבורה הנודע לתפארה "ישראל ואורייתא" — די ערשטע שטאנדהאפטיגע חבורה ללימוד הש"ס — טוט שוין בעז"ה מסיים זיין די 16'טע מסכתא וואס איז ב"ה דורכגעלערנט געווארן אין לויף פון די פארלאפענע צען יאר. הונדערטער אידן האבן שוין די זכי' יעצט מסיים צו זיין די זעכצנטע מסכתא, זינט מ'האט אנגעהויבן מיט א ברען און התלהבות, און ס'רוקט זיך שוין פאראויס אזויפיל יארן, כה יעזור ה' להלאה. צו זיי קומט אצינד צו, בתוספות מרובה על העיקר, די מאסן פרישע לומדים, וואס זענען אנגעשלאסן געווארן בסדר לימודה דורך חבורת "זכרו". זיי האבן ב"ה באוויזן אין די לעצטע חדשים קונה צו זיין די "מסכת סוטה" על בורי' — און אצינד כולם יקבצו ויבואו, בחבורה אחת ובעצה אחת, להודות לה' על כל תגמולוהו, און צו שפּאנען פאראויס מחיל אל חיל.
וועט בכן אזא מעמד, אזא מאורע, פון אזא ציבור עצום ורב ערליכע אידן, יראים ושלמים— נישט בלויז פון וויליאמסבורג, נאר "רְעוּתִיךְ נַעֲבֵד לִיךְ בְּכָל אַתְרָוָתָא", פון וויליאמסבורג, בארא פּארק, קרית יואל —וואס האבן אינאיינעם געלערנט, אינאיינעם געהארעוועט, לאנגע טעג און וואכן נאכאנאנד, מיט זיך טראגן דעם שטערקסטן באדייט פון א ריכטיגן "יום טוב"; א יומא טבא לרבנן, און ס'ווערט דעריבער ווירקליך צוגעגרייט מיט'ן שענסטן פּראכט, מיט'ן גרעסטן תורה'דיגן פּראכט, כראוי וכיאות לכבודה של תורה.
און אצינד, מיט בלויז געציילטע טעג פארבליבן — היו נכונים לשלושת הימים — קוקן די הונדערטער "לומדים ומתחילים" ארויס מיט דער גרעסטער דערווארטונג, מיט א געוואלדיגן הרתגשות, זיך משתתף צו זיין דערין, זיך מיטצופריייען, נתרומם און נתחזק ווערן — מאוד נתעלה בקבלת תורה, וגדול ומרומם יהי' כבוד המעמד.

זכר"ו ראשונות מעולם — א בליק אויף צוריק איבער'ן אנהויב פון זכרו

'דינסטאג משפּטים', לסדר 'נעשה ונשמע', איז געווען דער היסטארישער טאג ווען די חבורת "זכרו" איז אריין אין פולקאמען קראפט. דאס איז געקומען עפ"י פקודתו ועצתו פון כ"ק מרן אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א, וואס האט באאויפטראגט די עסקני התאחדות אברכים, אז ס'איז אצינד הזמן גרמא — בשעת ווען מ'האט זיך געגרייט אנצוהייבן די זעכצנטע מסכתא פון חבורת ישראל ואורייתא, וואס גייט שוין אן אזויפיל יארן יאר בקרב קהלתינו הק' — צו פארברייטערן די ראמען פון דער חבורה, און זען אנצושליסן א ריזיגן ציבור פון חברי הקהלה זאלן אנהייבן צו לערנען דעם לימוד מיט א קביעות.
דאס האט נאכגעפאלגט די דברות קודש פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א במקהלות רבבות, ביים דינער כ"א כסלו, ווען דער רבי שליט"א האט מיט ווארעמע ווערטער שטארק אויפגעפאדערט דעם ציבור, אז אין די היינטיגע שווערע זמנים, ווען דער שטן איז זיך מתגבר מיט אזויפיל נסיונות, איז די איינציגסטע עצה דער "משכהו לביהמ"ד", יעדער זאל זיך שטארקער קובע זיין צו לערנען די תורה הק', חק ולא יעבור, און זען טאקע באמת קונה צו זיין תורה, למען תהי' להם לזכרון.
דער יסוד פון 'זכרו' און 'ישראל ואורייתא' איז טאקע געבויעט אויף אט די צוויי יסודות. דער "קביעות", און דער "זכרון". און ס'איז געבונדן איינס מיט'ן צווייטן. מ'שטעלט אויס א סדר מיט א קביעות, ס'לאזט זיך נישט פארפּאסן, ס'לאזט נישט גארנישט אויסלאזן, נאר אויף אן אופן וואס פארזיכערט, אז מ'ענדיגט בלאט נאך בלאט, פּרק נאך פּרק, און דערנאך מסכתא נאך מסכתא. אידן זאלן קונה זיין תורה און געדענקען תורה, און דאדורך שפּירן א טעם התורה, א מתיקות התורה, כי הם חיינו ואורך ימינו.
באלד מיט'ן אויפבלי פון דער חבורה, פון דעם ערשטן טאג דינסטאג משפּטים, האט זיך באלד דערקענט אז א ציבור גדול ורב האט טאקע זיך ארויסגעלאזט אין דעם וועג, בדרך התורה נלך, האבן אנגעהויבן לערנען דעם טעגליך לימוד אין "מסכת סוטה", און שפּאנען פאראויס מיט ברען און התלהבות אויף דער גליקליכער רייזע צו ענדיגן די מסכתא שלימה בש"ס.
די 'התאחדות אברכים' עסקנים — וואס צו זייער קרעדיט ווערט צוגעשריבן די אלגעמיינע ריזיגע אויפוואכונג און התרוממות קרן התורה אין אלע געביטן פון דער קהלה — האבן תיכף אויפגעשטעלט א פולשטענדיגן אפּאראט מיטצובאגלייטן די לימודים און די לומדים. באגלייט מיט טעלעפאן-שיעורים, סידור חברותות, עסקנים, קונטרסים, הילף מיט די לימודים, גליונות תמצית הדף, און מיט פּערזענליכע הילף פאר אלע מיטלערנער.
די רעזולטאטן זענען שוין מיום ראשון געווען צו באוואונדערן. ס'זענען נתוסף געווארן ספסלי ביהמ"ד אויף אן אומגלויבליכן פארנעם. אין יעדן פון די סאטמארער בתי מדרשים האט מען אנגעהויבן אנזען דעם "חידוש בבית המדרש"; פרישע קובעי עתים לתורה, פרישע שיעורים ברבים, נייע חברותות, א באנייטער התחדשות ביים לערנען, און דער קול תורה האט אנגעהויבן בוקע ועולה זיין. אנגעהויבן ביי בחורי חמד, אברכים יושבי אהל, בעלי בתים הטרודים על המחי' ועל הכלכלה, נדיבים בעם, און אזוי ווייטער צו רבנים ויושבים על מדין, משם יבינו הכל ויפתחו בדברי תורה, יעדער מיט'ן זעלבן ציל, צו לערנען, חזר'ן און קונה זיין מסכתות הש"ס.
אזוי ארום האט "זכרו" דערהויבן דעם קרן התורה אין ק"ק סאטמאר אויף א זעלטענעם פארנעם. אשרי עין ראתה, מדי יום בימו, אזויפיל אידן הטרודים בפרנסה, זיצן אין די בתי מדרשים באשעפטיגט בלימוד התורה, און אלע טוען דערקוויקן מדושבה של תורה מיט א טעם העליון, סיי ביי צענטראלע שיעורי תורה, און סיי ביי די פּריוואטע שיעורים בחברותות, און כסדר האט די חבורה מוסיף והולך געווען להגדיל לתפארת לשם ולתפארת.


ישבו יושבי בצלו, זכר"ו כיין הלבנון — דער יסוד הצלחה ביי די הערליכע בחינות

אויב האט מען געדארפט האבן ריכטיגן עת מבחן, דעם איבערווייז איבער די הצלחה פון 'זכרו', זענען געקומען צו גיין די 'בחינות ברבים', יעדע פיר וואכן, ווען דער 'יגדיל תורה ויאדיר' האט זיך פארווירקליכט מיט אירע שענסטע פארבן.
ביי די בחינות זענען די הונדערטער לומדים, אנשי שלומינו חברי הקהלה, זענען זיך צונויפגעקומען תחת קורת גג אחד, בהאי מקום דקא גרים, בביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר אויף ראדני סט., און אינאיינעם זיך געשטעלט על כור המבחן — דורך א בחינה בכתב — אויף די באטרעפענדע בלעטער פון מסכת סוטה, וואס זיי האבן געלערנט און קונה געווען בקנין גמור, ואשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו.
דער ריבוי עצום, דער חיזוק נפלא, פון אזויפיל גליקליכע לומדים וואס האבן ב"ה מצליח געווען מיט זייערע לימודים, אלעס אדאנק דעם פרישן שטארקן התעוררות פון 'זכרו', איז געווען די גרעסטע און שטארקסטע חיזוק; פאר די לומדים זעלבסט צו קענען פארזעצן ווייטער, להגות באמרי שפר, קונה צו זיין נאך בלעטער, נאך פרקים, נאך מסכתות ביתר שאת ועוז. און ביי די ראשי החבורה, צו זען עין בעין, דעם 'ניצוץ אחד יוצא מהפך שלו', מיט בלויז א קליינע פּעולה לחזק ולעודד דאס לימוד התורה, ווי ס'איז ב"ה 'שלהבת עולה מאלי'.
עס איז געווען א מחזה הוד, יעדן מאל באזונדער, צו שטיין און באטראכטן ווי דער גאנצער 'היכל הביהמ"ד הגדול', וואס ווירבלט געווענליך מיט מתפּללים ולומדים, איז פול בלויז מיט לומדי חבורת זכרו, וועלכע זיצן פארטיפט איבער זייערע בחינות, און מיט'ן גאנצן קאפּ און מח ענטפערן זיי אויף שאלה נאך שאלה, ארויס פון מח, נאך וואס זיי האבן זוכה געווען צו קונה זיין די בלעטער גמרא, און יעצט זענען זיי זוכה צו דער העכסטער מדריגה פון שמחה: שמחה לאיש במענה פיו.
ובפרט מיט דעם "מתן שכרו בצדו", וואס איז ארויסגעשיקט געווארן נאך יעדער בחינה פאר אלע לומדים, וואס דינט אלס די כסדר'דיגע חיזוק און טרייב-קראפט צו וועלן פארזעצן ווייטער, און ענדיגן נאך בלעטער און נאך בלעטער, ביז'ן אנקומען צום יום סיום המסכתא בעז"ה. אזוי ארום איז יעדע בחינה געווען א ריכטיגע התעלות פאר די בני החבורה, און פאר כל חברי קהלתינו הק', צו זען און "שפּירן" דעם "יגדיל תורה ויאדיר" צו קענען פארזעצן ביתר שאת ועוז, ביז'ן — אצינד — אנקומען צום אזוי-אויסדערווארטן זה היום קוינו לו, נגילה ונשמחה בו, דער סיום המסכת.


תאין ומתכנשין בעסק אתותא — דער פּראכטפולער מעמד וואס ווערט צוגעגרייט לכבודה של תורה


און אצינד נאך לאנגע חדשים עמל התורה, קומט "זכרו" אן צום סיום מיט אזא מספּר עצום כ"י פון מסיימים, וועלכע קומען בתלמודם בידם, א מסכתא שלימה אין ש"ס אין זייער הענט "נקנה על בוריים", מיט אזא שטארקן "כמות" געקנופּט און געבונדן מיט אזא געוואלדיגן "איכות", אדורכגעדרינגען מיט א פייערדיגן גייסט פון התמדה ודביקות בתורה, נאכדעם וואס מ'איז זוכה צו שניידן די פּירות פון די הארעוואניע פון דעם עמל, ווען מ'זעט בחוש אז דאס לערנען ווערט נחקק אין מח, כמונח בקפסא, א גאנצע מסכתא בע"פ ישר והפוך, ונוצר תאנה יאכל פרי'.
ווערט טאקע צוגעשטעלט א זעלטנהייט פון א מסיבה — א כינוס פון גאר א צווייטן און העכערן סארט כאראקטער פון די סארטן וואס מ'איז כסדר געוואוינט מיטצולעבן.
דאס וועט בעז"ה זיין א מעמד כולו קודש לה', א ריכטיגער "יומא טבא לרבנן", וואס באדייט גארנישט עפּעס אנדערש אויסער דעם כבודה של תורה. אזא מעמד ווען אזויפיל אידן, רבנים, יושבי אהל, תלמידי חכמים, ובעלי בתים, פארבינדן בקשר עליון דאורייתא, מיט דעם "ישראל ואורייתא קודשא בריך הוא חד", וועלן זיך אינאיינעם פארזאמלען, כאיש אחד ובלב אחד, צו פייערן דעם סיום המסכתא, דעם קנין התורה, צו וואס מ'האט זוכה געווען, מיט'ן גרעסטן פּראכט, מיט דער גרעסטער שיינקייט, צו פארזיכערן אז ס'קומט ארויס דער ריכטיגער כבוד התורה.
די "עטרת אברהם" זאלן ווערן גאר אייגנארטיג אויסגעשטעלט, אין א מוסטערהאפטער ארדענונג, ספּעציעל לכבוד דעם גרויסן מעמד. עס וועט אי"ה זיין לאנגע לאנגע שורות פון טישן און בענק, צו פארזיכערן אז מ'קען אקאמאדירן יעדן לומד, מיט'ן גרעסטן מאס כבוד הראוי, ווי ס'פּאסט זיך פאר אידן, וואס ענדיגן יעצט אזא מסכתא כבידה פון עמל התורה, און גרייטן זיך אנצוהייבן מיט א פרישקייט נאך א מסכתא.
"זכרו" ארבעט מיט די עסקני התאחדות אברכים פון די אנדערע געגענטער, קרית יואל און בארא פּארק, צו קענען אויפנעמען די דארטיגע לומדים, אין ספּעציעל צוגעשטעלטע אפּטיילונגען, איש על מחנהו ואיש על דגלו, וואס אזוי ארום, ברוב עם הדרת מלך, וועט דאס ברענגען דעם שטארקסטן חיזוק צו גיין פאראויס בלימוד התורה.


כדי שמעתין שבח דא שירתא — דער רייכער פּראגראם לכבודה של תורה

דער גאנצער סדר המעמד, ווערט מתחילה אויסגערבעט און צוגעשטעלט אין זין פון "כד שמעתין שבח דא שירתא", ארויסצוהייבן און גלאריפיצירן דאס שיינקייט פון לימוד התורה, איבערצוחזר'ן דעם מתיקות התורה, אריינבלאזן חיזוק, סיי פאר די מסיימים סיי מתחילים זיך נישט אפּצושטעלן דא; נאר אדרבה ממנו יקחו לעבוד את ה'. אט די שמחת התורה ווייטער ממשיך זיין, מיט א פעסטקייט פארזעצן, מחיל אל חיל, כי בי ירבו ימך וויוסיפו לך שנות חיים.
עס ווערט אהערגעשטעלט א הערליך-רייכע סעודה כיד המלך, וואס וועט סערווירט ווערן בכבוד הראוי פאר אלע משתתפי המעמד, וואס וועט זיך אי"ה וואשן און נהנה זיין פון דער סעודת מצוה ברוב פּאר והדר.
אנצופירן דעם מעמד הגדול איז אויסגעקליבן געווארן האברך היקר, תורת חסד על לשונו, מוה"ר משה אלי' עסטרייכער הי"ו, מטובי העסקנים לכל דבר שבקדושה. זכה לו ר' משה אלי' אז ער איז געווען פון די ערשטע לומדים אין חבורת "ישראל ואורייתא", מיט א קביעת עתים זה חק ולא יעבור זה רבות בשנים. וכבר איתמחי גברא, ה"ה הר"ר משה אלי' הי"ו, וועלכער האט אויפגעטרעטן ביי א מסיבת סיום פון "ישראל ואורייתא" מיט עטליכע יאר צוריק, ווען ער האט דעמאלט בנעימת לשונו אפּגעשפּיגלט די געפילן פון אלע חברי החבורה, און געוואלדיג אויסגענומען ביי אלע אנוועזנדע, זייענדיג א ריכטיגער נאה דורש ונאה מקיים וואס איז צוגעבונדן צו דעם לימוד בכל נימי נפשו ולבבו. וועט עס אצינד אלעמען זיין הנאה ווען הר"ר משה אלי' הי"ו וועט אנפירן דעם מעמד בטוב טעם ודעת.

*
דעם "דבר ישראל ואורייתא" וועט מען אי"ה פון האי עושה ומעשה, מקים עולה של תורה, רחים ומוקיר רבנן ואיהו גופי' חד מנהון, הר"ר אברהם יודא שווארץ הי"ו, ממיסידי החבורה "ישראל ואורייתא". ס'איז הר"ר אברהם יודא וואס האט געהאט די זכי' צו זיין דער מתחיל לדבר מצוה, דער נחשון בן עמינדב, וואס האט אינאיינעם מיט שותפו לדבר מצוה, הרה"ג ר' אברהם מנחם שטערן שליט"א, מנה"ר בישיבה קטנה ד'סאטמאר, אריינגעלייגט כוחות עצומות לאנגע יארן, און האט זיך געלאזט קאסטן אן א שיעור כוחות און געלט, ונוצר תאנה יאכל פרי' ווי אזויפיל אידן זענען ב"ה אנגעשלאסן אין דעם סדר הלימוד, און האלטן יעצט ב"ה ביים סיום מסכת סוטה והתחלת מסכתא חדשה.

באזונדער וועט מען הערן דעם "דבר החבורה" פון הרה"ג ר' פייוול קליין שליט"א, ס'איז הוא הגבר וואס זכות הרבים תלוי בו, נאך וואס ער האט זיך אנגעהויבן בארימט מאכן מיט זיינע "שיעורים נחמדים", מלאים זיוו ונוגה מפיקים, אויפ'ן סדר פון 'ישראל ואורייתא' וואס פילע הונדערטער אידן דערקוויקן זיך דערביי מיט א זעלטענעם מתיקות התורה, אראפּלייגנדיג יעדע שורה און יעדן ווארט כשלחן הערוך לפני האדם, מיט א געשמאק און קלארקייט, און די אלע משתתפים זענען ווי צוגעבונדן צום שיעור בכל נימי נפשם, נישט פארפּאסנדיג אפילו איין טאג, חק ולא יעבור. איז ער בכן דער פּאסיגסטער קאנדידאט, איבערצוגעבן דעם "דבר החבורה" בשעת ווען מ'שטייט ביי אזא הויכפּונקט און מ'פרייט זיך בשמחת התורה.

א הויכפּונקט ביים מעמד איז ערווארט צו זיין די פלאמפייערדיגע דרשה פונעם "נואם הכבוד", באקאנטער תופס ישיבה, הרה"ג ר' יצחק זלמן גיפּס שליט"א, רב דקהל ביהמ"ד ברכת אברהם ור"י "ישיבה גדולה דנהרדעה" אין בארא פּארק. דער רב שליט"א איז וועלט-בארימט אלס פּה מפּיק מרגליות, מתוק מדבש ונופת צופרים, און וועט אצינד אויפפלאמען די הערצער מיט א דרשה נפלאה איבער מתיקות התורה, און עלעקטעריריזן דעם זאל מיט זיינע פּערל-ווערטער, פּנינים ומרגליות, משפתותיו הנוטפות מור.
*
די הויכפּונקט פונעם מעמד וועט זיין די דברות קודש פון כ"ק מרן אדמו"א מהרי"י מ'סאטמאר שליט"א, דער מייסד החבורה, וואס כ"ק מרן רבינו שליט"א איז אליין מסיים די מסכתא אינאיינעם מיט די אלפי הלומדים. די טויזנטער לומדים קוקן דעריבער ארויס מיט התרגשות צו הערן דעם דבר ה' ברמה, דעם משא המעמד, פון רבי'ן שליט"א, וואס וועט ארויסברענגען דעם שבח והודי' לה' אויף דער הצלחת החבורה, אז אזויפיל אידן חברי הקהלה האבן זיך ב"ה אנגעשלאסן בלימוד מסכתות הש"ס, באופן חזרה וקנין התורה, און מיט טללי אורה, דברים הנכנסים אל הלב, מיט דברי התעוררות כדרכו בקודש, מעורר זיין די לומדים ומתחילים זיך ווייטער צו פארשטארקן בלימוד התורה, יעצט ערב דעם זמן מתן תורתינו מקרא קודש.
דערנאך, מיט פרייליכע הערצער וועט מען זיך אַרויסלאָזן אין פייערליכע ריקודין, עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני, זיך אויסגעבן די הערצער מיט א שבח והודי' לה', ואילו פינו מלא שירה כים אין אנחנו מספּיקים להודות, על ששם חלקינו בין יושבי ביהמ"ד, וואָס האָט געגעבן די זכי', דעם זכות, צו מאַכן דעם ריכטיגן באשלוס, ובחרת בחיים, וואס האט געגעבן כח צו קענען אנגיין טאג נאך טאג, און אצינד קומט מען שוין מיט אזא גליקליכן געפיל, מיט די שענסטע שמחה ביי א איד, א סיום מסכתא, וואס פילט אן דאס הארץ און זעל מיט שמחה מתוך פנימיות הנפש, און מיט א הייסע תפלה אויף ווייטער אויפ'ן והאר עיננו בתורתיך, "כשם שעזרתני לסיים מסכת סוטה, כן תעזרנו להתחיל מסכתות וספרים אחרים, ללמוד וללמד וכו', ולא ימוש התורה הזאת מפינו עד עולם".

ותזכון דתיתבון בעילא דרתא — גדול ומרומם יהי' כבוד המעמד


אין די געציילטע פארבליבענע מעת לעת ביז דעם מעמד הגדול, ווערט פון די עסקנים געמאכט די לעצט-מינוטיגע פילזייטיגע צוגרייטונגען, וואס עס פאדערט אלעס, צו קענען אהערצושטעלן אזא מעמד גדול, מיט אזא ריזיגן השתתפות, אויפ'ן שענסטן אופן וואס נאר שייך; צו פארזיכערן אז דער ערשטמאליגער מעמד וועט אי"ה קלאפּן אויפ'ן שענסטן אופן, מיט אלע דעטאלן און הינזיכטן. עס זענען ארויסגעשיקט געווארן הערליכע "הזמנות" פאר אלע עקזיסטירנדע לומדים, און אויך פאר די אלע וואס האבן זיך איצט אנגעשלאסן אין דער חבורה, צו לערנען מסכת 'גיטין', און צו דער זעלבער צייט ווערן געלאדענט הרבנים הגאונים שליט"א לפאר בראש המעמד. באזונדער איז דא צענדליגער געביטן וואו די עסקנים זענען פארפּארעט, מיט'ן אהערשטעלן דבר דבר על אופנו, פאר'ן פולשטענדיגן סוקסעס און הצלחה פונעם מעמד הגדול לכבודה של תורה שהנה זה עומד אחר כותלינו.

והיו נכונים לשלושת הימים! אצינד איז שוין אלעס ארומגענומען מיט א דערהויבן געפיל פון ערווארטנדיג די ליכטיגע נאכט פון הרמת קרן התורה, וחדוותאדשמעתתא. שטייענדיג בלויז געציילטע טאג בעפאר קבלת התורה, ווען כנסת ישראל שליסט ווידעראמאל די דברי התנאים והברית מיט קוב"ה ע"י התורה הק', וועט עס אריינבלאזן דעם ריכטיגן חיות, דעם ריכטיגן חיזוק, וואס זאל באגלייטן אויף ווייטער, מיט התרגשות פון שמחה אויפ'ן 'ונתן לנו תורת אמת', און מיט אן האפענונגספולע ארויסקוק אויף ווייטער, אויף א גאלדענעם עתיד, ווען אזויפיל טויזנטער אידן וועלן אי"ה אויך ווערן פון די קובעי עתים לתורה הרצים לחיי העולם הבא. דער מעמד הנהדר וועט בעז"ה פארשריבן ווערן באותיות של זהב אלס דער כינוס וואס האט מרומם געווען דעם קרן התורה בקרב קהלתינו הק', בדרכו הבהירה של כ"ק מרן רבינו הקוה"ט זי"ע, הנמשכת לנו בגאון ובעוז ע"י כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א, עד ביאת הגואל במהרה.
מאוד נתעלה בקבלת התורה — ובאו כולם בברית יחד — קביעין כן תהוון בתורתיך!




--------------------------


די גרויסארטיגע "לעצטע בחינה" בעפאר'ן מעמד אין ביהמ"ד הגדול

אבער די גרויסארטיגע איבערלעבעניש וועט זיך נישט אנהייבן באלד מיט דער סעודה לכבודה של תורה. נאר די התחלת המאורע וועט אייגענטליך זיין מיט דער "לעצטער בחינה" אויף די לעצטע צוועלף בלאט פון 'מסכת סוטה', וואס ווועט פארקומען אין ביהמ"ד הגדול, פון 7:00 ביז 7:45 שארף.
די "לעצטע בחינה" וועט צוגיין אויפ'ן זעלבן אופן און סיסטעם ווי די פריערדיגע בחינות. עס קומט פאר אין היכל ביהמ"ד הגדול, וואו די עסקנים טוען פארטיילן די 'דפי הבוחן' פאר יעדן לומד, און דערנאך ווערט געגעבן צייט אויסצופילן די בחינות יעדער פאר זיך באזונדער, ביז מ'איז גרייט עס צוריקצוגעבן פאר די עסקנים אויסגעפולטערהייט מיט די ריכטיגע תשובות בעז"ה.
די עסקנים ומסדרים טוען ערווענען, אז היות ס'איז נאך דא א גרויסער סדר היום, און מ'וויל שטארק ענדיגן באצייטנס, צוליב וואס די לומדים ממקומות מושבותיהם דארפן צוריק אנקומען צו זייערע וואוינ-ערטער, וועט די צייט פון דער בחינה זיין זייער פּונקטליך, און מ'בעט אלע לומדים זיך צוצושטעלן, למען הצלחת המאורע.
אט דאס וועט זיין די ריכטיגע הכנה, א 'הזורעים בדמעה', נאכ'ן זיך מייגע זיין איבערצו'חזר'ן און משיב זיין כהלכה אויף אלע שאלות, צו קענען דערנאך פייערליך אריבערמארשירן צו די פּראכטפולע זאלן פון עטרת אברהם, צום "ברנה יקצורו", וואו אלע לומדים וועלן אפּגעווארט ווערן מיט'ן גרעסטן כבוד און שעצונג, כראוי וכיאות לחתני התורה.





יְקָרֵהּ מַטִּיל עֲלֵהּ:

מעמד הגדול לכבודה של תורה מוקדש לע"נ האי מרביץ תורה לעדרים
הרה"ח ר' אשר זעליג ווייס ז"ל


• יארצייט געפאלט אין וואָך פונעם סיום ביום י' סיון •

נתנדב ע"י בנו יקירו, רחים ומוקיר רבנן, נדיב לב, מוה"ר משה יחזקאל ווייס הי"ו

אלס די פּאסיגסטע הקדשה פאר אזא הייליגן מעמד לכבודה של תורה, וועט די סעודת מצוה ביומא טבא לרבנן, זיין מוקדש ומיוחד לעילוי נשמתו פון האי מרביץ תורה הבלתי נשכח, ותיק וחסיד, הגה בתורה כחשיכה כאורה, הרה"ח ר' אשר זעליג ווייס ז"ל, זון פון הרה"ג רבי מאיר ווייס ז"ל, אבד"ק פּרעשבורג, וואס איז ליידער פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן מעלמא הדין לעולם שכולו טוב, איבערלאזנדיג אזא געוואלדיגן חלל, וגדולה היא האבידה שאין לה תמורה.
מ'קען אין קורצע שורות נישט קאנצעטרירן תקפו וגבורתו פון הרה"ח ר' אשר זעליג ז"ל וואס איז געווען א ריכטיגער תלמיד חכם וצורבא דרבנן, וואס זיין גאנצער מהות, זיין גאנצער וועזן, געווען איין שטיק תורה. זיין גאנצער סדר היום האט זיך געדרייט אויף תורה. ער האט קובע עתים געווען יעדע פרייע מינוט, אויפגעשטאנען פארטאגס, משכים ומעריב געווען בביהמ"ד, מיט זיין גאנצן קאפּ און מח, מיט זיין גאנצן ברען, איז ער געלעגן אין דער תורה הק'. עד יומו האחרון עלי אדמות האט ער געאטעמט מיט תורה, וואס איז געווען זיין חיות, זיין לעבן, אין אלע אומשטענדן.
אפּגערעדט פון זיין עבודת הקודש להרביץ תורה בלבבות התלמידים, זייענדיג לאנגע יארן ממצדיקי הרבים ככוכבים. ס'לאזט זיך נישט פארגעסן מיט וויפיל מסירות נפש, מיט וויפיל ווארעמקייט, מיט וויפיל הארץ און מחשבה, מיט וויפיל חמימות ותמימות, ער האט אין די צאן קדשים אריינגעבאקן און אריינגעפּרעגט אהבת תורה ויראת שמים, געלערנט מיט זיי די דרכי התורה, ושמרו את דרך ה', למען יטב להם כל הימים.
אצינד ווערט פארווירקליכט דער "בן יכבד אב" — דין ריכא ובר ריכא, האברך הדגול נדיב לב ועושה גדולות, ותיק ועושה חסד אשר תורת חסד על לשונו, רחים ומוקיר רבנן, הרבני ר' משה יחזקאל ווייס הי"ו, וואס האט ברוחב בינתו געהאט די זכי' צו באגרייפן דעם געוואלדיגן נחת רוח וואס ער קען ברענגען לנשמת אביו הדגול בגנזי מרומים, דורכ'ן מקדיש זיין אזא מעמד לגמרה של תורה, וואס איז א ריכטיגע סעודה של מצוה, ס'זאל זיין געווידמעט לעילוי נשמת אביו בגנזי מרומים — טאקע אין די וואך וואס עס געפאלט זיין יארצייט, ביום י' סיון.
מ'קען גארנישט מיט מענטשליכע השגות באגרייפן וויפיל נחת רוח פאר'ן בורא עולם כביכול ס'וועט ארויפקומען ביי אזא הייליגן מעמד, כולו מוקדש, כולו מיוחד, פאר יקרא דאורייתא, להרמת קרן התורה — און מ'קען גארנישט מיט מענטשליכע השגות באגרייפן, וויפיל הנאה און נחת בעולם העליון דאס וועט בייטראגן לנשמתו הטהורה פון דעם אומפארגעסליכן צורבא דרבנן, דער מצדיק הרבים ככוכבים, וואס האט אליין אזויפיל זיך מקריב געווען פאר תורה, הרב ר' אשר זעליג ז"ל, וואס דער מעמד איז מוקדש געווארן לזכותו.
אין די געהויבענע געאיינציגטע מינוטן, ווען אזא מספר גדול יראים ושלמים פון א מסכתא שלימה אין ש"ס, וועלן פייערן השלמת חד מסכתא והתחלת מסכת אחר, וועלן די אלע לומדים מעלה זיין זכרון נשמתו הטהורה, וואס וועט בודאי נתעלה ווערן מעלות רמות, במעלות קדושים וטהורים, נהנה צו זיין מזיו השכינה פון דעם שכר אין קיץ, אש"ר עין לא ראתה אלקים זולתיך.
יהי זכר"ו ברוך!



---------------------------



חֲדוּ שְׁלֵמָא בְּמֵיתֵי מָנָא דַכְוָתָא:

מתנה יקרה פאר אלע "מסיימים ומתחילים": הערליכער באַנד מס' גיטין "עוז והדר" נתנדב ע"י משפּחת רובין הנכבדה

• לע"נ אביהם הרה"ח הבלתי נשכח ר' משה חיים ב"ר ישעיהו הכהן רובין ז"ל •



פון אט דעם מעמד הגדול לכבודה של תורה וועט מען אוועקגיין נישט בלויז אנגעלאדענט מיט התחזקות, נישט בלויז אנגעשעפּט מיט התרוממות הנפש, נישט בלויז דורכגעדרינגען ברגשי שמחה, אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו, צוטרעטנדיג צו קבלת התורה מיט אזא אומשאצבארן קנין התורה — נאר מ'וועט אויך האבן "א תורה'דיגע מתנה" צו דער האנט, וואס וועט פאקטיש ווייטער באגלייטן את כל הלומדים בדרך התורה אשר בה ילכו לאורך ימים.
יעדער משתתף — סיי די מסיימים סיי די מתחילים — וועט אי"ה דערהאלטן א הערליכן געשאנק אויפ'ן ארט, אלס מנחת שי ומזכרת נצח: א "מסכת גיטין" גמרא, אין א שיינעם פּראקטישן באַנד, תורה מפוארה בכלי מפואר, מהדורת "עוז והדר", אין א נוצבאַרן פאָרמאַט; שענקענדיג יעדן די ריכטיגע 'כלים' צו קענען לערנען און קונה זיין די תורה הק'.
ארויסגייענדיג פונעם "סיום והתחלה" מיט אט דער גמרא אין דער האנט, וועט עס ריכטיג אין מציאות אפּשפּיגלען דעם "אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו" — איצט בלויז כתוב על הספר, אין א הארטן באנד, אבער אין די קומענדיגע חדשים, ווען מ'וועט זיך מייגע זיין השכם והערב על דברי התורה, וועלן די אלע בלעטער ארויסגיין מן הספר להיות חרוט ונקבע במוחם, כתוב על לוח לבם פון די לומדים, עס צו קענען בעל פּה בעז"ה, זכרו תורת משה, כי הוא חייך ואורך ימיך.
די נאָבעלע אינציאטיווע איז נתנדב געווארן ע"י משפּחת רובין הנכבדה והחשובה שיחי' — ובפרט הרבני הנגיד המפואר מוה"ר יעקב הכהן רובין הי"ו, אליין דער עושה ומעשה ומעמודי התוך פון התאחדות אברכים בכלל וחבורת 'זכרו' בפרט — וועלכער האט אצינד די זכי' אינאיינעם מיט זיינע בני משפּחה, מנדב צו זיין די גמרות לע"נ אביהם הדגול הבלתי נשכח, הרבני החסיד המרומם, זקן שקנה חכמת התורה, כהן הגדול מאחיו, מוה"ר משה חיים הכהן רובין ז"ל, שהי' מפארי ותיקי התלמידי חכמים פון קהלתינו הק', און איז אוועקגעריסן געווארן דעם פארגאנגענעם יאר לארצות החיי"ם, ולדורו אבד.
הרבני החסיד ר' משה חיים ז"ל, איז געווען א ריכטיגער פארצייטישער איש חסיד, שלא הי' לו בעולמו אלא ד' אמות של תורה ועבודת ה' בלבד. א איד מיט'ן אמאליגן פלאם, מיט'ן שטענדיגן פחד אלוקים לנגד עיניו, ויראת ה' היא אוצרו; א דמות דיוקן פון א תלמיד חכם מופלג, דבוק לצדיקי אמת באמונה, שייף עייל שייף נפיק ולא החזיק טיבותא לנפשי'. א געווייקטער חסידישער איד וואס האט כל ימיו זיך מקריב געווען אויף תורה, אויפגעשטאנען אין די פריסטע פאַרטאָגס-שטונדן להגות באמרי שפר, וכל היום היא שיחתו. ועד זקנה ושיבה לא נס ליחו, ווען די תורה הק', תורת חיי"ם, איז געווען זיין חיות, זיך פּלאגנדיג אויף דער תורה כבימי נעוריו, ותורה שלמד באף היא שעמדה לו.
אצינד, בהתאסף ראשי עם יחד אזויפיל לומדי תורה, בשעת דער כבוד התורה ווערט נתרומם, כי חזו יקרא דאורייתא — איז עס געוויס דער שענסטער נחת רוח לעילוי נשמתו, אז מ'טוט די אלע לומדים מהנה זיין מיט אזא שיינע מתנה, לחזק את לבבם ולאמץ את רוחם, לשמו ולזכרו. מדי יום ביומו, ווען אזויפיל אידן וועלן אי"ה קובע זיין זייערע שיעורים, תמידין כסדרן, צווישן די בלעטער פון אט דער גמרא, וועט עס געוויס ברענגען זכותים גדולים ועצומים לנשמתו הטהורה בגנזי מרומים. ובזכות זה וועט ער געוויס זיין א מליץ יושר פאר זיינע חשוב'ע קינדער, הנדיבים החשובים, ההולכים בדרכיו בלימוד התורה והחזקת התורה, שיתברכו בברכת התורה מעתה ועד עולם, אמן.
ישמח מש"ה במתנת חלקו — תורת חיי"ם ואהבת חסד!




--------------------


נמנו לדבר מצוה — אשרי להם ואשרי חלקם:
פופצן נדיבים בעם מוקירי תורה, זיך אנגעשלאסן אלס "שותפים ופּטרונים במסכת גיטין"
• וועט העלפן אויסצאלן "א טייל" פון די ריזיגע הוצאות החבורה •



שטייענדיג ביי אזא פריידיגן הויכפּונקט, ווען מ'טוט בשיר ושבח לנותן התורה מסיים זיין "מסכת סוטה" און אנהייבן ביתר שאת ועוז די פרישע מסכתא "מסכת גיטין" — איז עס א נחת דקדושה צו באַריכטן פאר'ן ציבור, איבער דעם געהויבענעם שריט פון א געקליבענע צאל אוהדי התורה, הנדיבים אשר בעם, וואס באגרייפן און פארשטייען יקרת ערכה פון אזא חבורה קדושה — וועלכע האבן אינאיינעם זיך אריינגעווארפן, צו העלפן אויסצאלן א טייל פון די הוצאות החבורה, נעמענדיג א "שותפות" אין מסכת גיטין; א שותפות אין דער לימוד, און א שותפות אין די זכותים.
דער יסוד הצלחת החבורה איז אסאך געוואנדן אין דער "מתן שכרה בצדה" וואס ווערט געגעבן פאר די אלע לומדים, וואס זענען זיך מצטיין ביי די "חודש'ליכע בחינות". דאס גיט דעם כסדר'דיגן חיזוק, צו וועלן קונה זיין די לימודים על בורים בעל פה, און שטייגן ווייטער, אנקומען עד לסיומה של המסכתא. מיט דעם כסדר'דיגן צופלוס פון אזויפיל לומדים, ובפרט יעצט ווען ס'האבן זיך שוין פאקטיש איינגעשלאסן אזויפיל פרישע חברים אין דער חבורה אויף צו לערנען מסכת 'גיטין', טוען די קאָסטן נאטירליך דראמאטיש שטייגן. — דאס האט נאטירליך געפאדערט דרינגענד אראפּצושטעלן א פעסטן פינאנציעלן רוקן-ביין פאר דער ווייטערדיגער עקזיסטענץ פון דער חבורה.
בברכתו ובעצתו פון כ"ק מרן אדמו"ר שליטא, האט הנהלת "זכרו" זיך געוואנדן צו א צאל חשוב'ע נדיבים אשר בעם, מוקירי רבנן, וועלכע האבן בחפץ לבם זיך צוגעכאפּט צו דער געלעגנהייט, און זיך אנגעשלאסן אין דעם פּלאן פון אראפּשטעלן א קביעות'דיגן פינאנציעלן יסוד, צו קענען אנגיין מיט דער חבורה, מדי חודש בחדשו.
דערצו קוקט מען ארויס אויף נגידים וטפסרים, תומכי התורה, וואס זאלן אפּקויפן דעם זכות "פּטרון החודש", דורכאויס די קומענדיגע אכט חדשים וואס מ'וועט בעז"ה לערנען "גיטין". — מהם ומהם יסתייע מילתא, צו קענען ווייטער פארזעצן מיט דער חבורה בעוז ותעצומות, וואו אזויפיל אידן טוען קונה זיין מסכתות שלמים בש"ס.
ס'איז נישט צום באַגרייפן דעם זכות נפלא ועצום וואָס אָט די נדיבים חשובים האָבן אָפּגעקויפט, שליסנדיג דעם שענסטן תורה'דיגן געשעפט, 'יששכר וזבולין עשו שותפות", וואָס אַדאַנק זייער חלק וועלן זיצן אזויפיל אידן יעדן טאג מדי יום ביומו און האָרעווען על מבועי התורה. דערמיט האָבן זיי אַ גלייכן טייל אין די טויזנטער בלעטער גמרא פון הונדערטער לומדים; און א חלק אין דעם נחת רוח וואס קומט ארויף צום בורא עולם כביכול פון דעם כח חזרת וקנין התורה פון אזויפיל חשוב'ע לומדים — "ישראל ואורייתא וקוב"ה חד".
ביים גרויסן מעמד "סיום והתחלה", דעם קומענדיגן זונטאג, וועט מען בעז"ה מקיים זיין דעם מפרסמין עושי מצוה, און בקרב קהל ועדה ארויסהייבן דעם ריכטיגן הכרת הטוב להני מחזיקי התורה, עמודי החבורה, אשר מהם ילמדו וכן יעשו.
זכר"ו את רוב חסדם!




-----------------------------



קְבִיעִין כֵּן תֶּהֱווֹן בְּהַנְהוּ חֲבוּרָתָא:
"זכרו" לאַדענט אלע "מתחילים מסכת גיטין" זיך צו קומען באטייליגן ביים מעמד הגדול
אלע "שולן גבאים" פון התאחדות אברכים שטייען גרייט ארויסצוהעלפן מיט סידור חברותות ושיעורים פאר יעדן וואס וויל זיך אנשליסן בכח הרבים בלימוד מסכת גיטין



וילכו מחיל אל חיל.
מער וויפיל דער מעמד דינט אלס "סיום" פאר'ן עבר, דינט עס אלס "התחלה" פאר'ן עתיד; מ'הייבט אן לערנען מסכת גיטין. און דאס איז דייקא נישט באגרעניצט צו דער קאטעגאריע אידן וואס זענען פון די 'מסיימים'. נאר אדרבה; הנהלת זכרו אפּעלירט צו אלע אידן, וואס האבן בלויז אפילו א קלער זיך אנצושליסן אין דער חבורה: קביעין כן תהוון בהנהו חבורתא! קומט אויך צו דעם סיום, ווייל אייער פּלאץ באלאנגט דארט, אויב נישט מיט'ן חלק הסיום, איז מיט'ן חלק ההתחלה!
מיט עטליכע חדשים צוריק, ווען מ'האט אנגעהויבן מיט דער פרישער אויפוואכונג "זכרו תורת משה", איז עס נאך געווען בגדר א פּלאן, אן אויסקוק, וואס מ'האט געדארפט ערקלערן און אויסמאָלן פאר'ן ציבור, אבער יעצט קומט מען שוין מיט פאקטישע 'הארטע באווייזן'; העכער טויזנט אידן האבן מסיים געווען די מסכתא, און זיי 'קענען' עס ב"ה על בורי'.
אפּעלירן אצינד די זכרו עסקנים צו די אלע וואס האבן נאך ביז היינט זיך נישט אריינגעשלאסן אין דעם סדר הלימוד: אצינד, בין עדר לעדר, צווישן איין מסכתא און די צווייטע, איז די פּאסיגסטע צייט. קנאת סופרים תרבה חכמה, התעוררו התעוררו, טעמו כי טוב סחרה!
לאזט נישט ארויס די געלעגנהייט פון אייער האנט! אל תאמר לכשאפנה אשנה, ווייל אפילו מיט איין טאג וואס מ'שפּעטיגט ווערט שוין נאכדעם אסאך שווערער אנצוגיין מיט די לימודים. "גיטין" איז א גרעסערע מסכתא וואס דארף נעמען אכט חדשים עס דורכצולערנען אויפ'ן סדר פון 'לימוד וחזרה', און ס'וועט דערנאך זיין אסאך שווערער זיך מיטצוכאפּן אויפ'ן וואגן און מיטהאלטן די טעגליכע שיעורים, וואס זענען געבויעט אויפ'ן טעגליכן 'לוח'.
ס'פאדערט באמת נישט קיין גרויסע אנשטרענגונג, בלויז א שטארקן טעגליכן קביעות, און דערנאך ווערט עס ווי א "צווייטע טבע", וואס קומט שוין אן נאטירליך. די עסקנים שטייען גרייט יעדן צוהעלפן, יעדן צושטעלן כל משאלותיו; א מקום ללימוד, א חברותא, א שיעור ברבים, א לוח הלימודים, טעלעפאנישע שיעורים צו קענען הערן 24 שעה אין טאג, בחינות, גמרות, קונטרסים, און יעדע סארט הילף וואס נאר שייך. פון די לומדים פאדערט זיך נאר איין זאך: דאס ביסל קביעות מדי יום ביומו. ס'איז א מינימאלע השקעה, און די רוחים, די הנאה, דאס דערקוויקעניש איז אומשאצבאר, ברוחניות ובגשמיות.
מ'שטייט יעצט ערב דעם יום טוב פון קבלת התורה. — ס'איז קלאר, אז ס'איז נישט פארהאן קיין שענערע "קבלה" פאר דער תורה, ווי ווען מ'נעמט זיך יעצט פאר, נעשה ונשמע, און מ'איז פאקטיש מתחיל, א פרישע מסכתא אין ש"ס, מיט א קביעות, חק ולא יעבור, צו לערנען און קונה זיין די תורה. דאס וועט זיין די שענסטע קבלה, דער גרעסטער שמחת יום טוב, דער גרעסטער קשר מיט דער תורה הק', צו וואס א איד קען זוכה זיין, סיי יעצט בזמן מתן תורתינו, און דאס זעלבע אויף ווייטער לאורך ימים.
נעשה ונשמע אמרו כאחד — זייט דערצו זוכה — ווערט א "לומד" אין זכרו!

זכרו
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 6:10 pm

תגובהדורך זכרו » מיטוואך מאי 28, 2014 1:23 pm

סיום ישראל ואורייתא זכרו.jpg

זכרו
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 6:10 pm

תגובהדורך זכרו » מיטוואך מאי 28, 2014 1:26 pm

מודעה רבא לאורייתא.jpg

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג יוני 01, 2014 2:00 am

וואס איז דאס זכרו און וואס איז ישראל ואורייתא?
#צעמישט
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

גליטשעדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » זונטאג יוני 01, 2014 9:52 am

ישראל ואורייתא איז דער סדר הלימוד נישט געבינדן צו קיין קהלה
זכרו איז א מסגרת דקהלת סאטמאר פאר בחינות און חיזוק ענין החזרות. א שטייגער ווי דרשו

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג יוני 01, 2014 10:01 am

וואס דרשו האט געמאכט פארן דף, האט זכרו געמאכט פאר ישראל ואורייתא.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » זונטאג יוני 01, 2014 3:34 pm

ייש"כ זכרו פאר די אינפארמאציע
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » זונטאג יוני 01, 2014 9:12 pm

גליטשעדיג האט געשריבן:ישראל ואורייתא איז דער סדר הלימוד נישט געבינדן צו קיין קהלה
זכרו איז א מסגרת דקהלת סאטמאר פאר בחינות און חיזוק ענין החזרות. א שטייגער ווי דרשו

ישראל ואורייתא האט אנדערע מיטגלידער אויך?
זכרו איז רבי אליעזר קעסטנבוים'ס? אזוי שמועסט מען אז ס'זיין פאנד.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » מאנטאג יוני 02, 2014 5:34 pm

חסיד נלהב האט געשריבן:
גליטשעדיג האט געשריבן:ישראל ואורייתא איז דער סדר הלימוד נישט געבינדן צו קיין קהלה
זכרו איז א מסגרת דקהלת סאטמאר פאר בחינות און חיזוק ענין החזרות. א שטייגער ווי דרשו

ישראל ואורייתא האט אנדערע מיטגלידער אויך?
זכרו איז רבי אליעזר קעסטנבוים'ס? אזוי שמועסט מען אז ס'זיין פאנד.

>יא
>ניין, ר' אליעזר איז געווען דער נדבן ביי איין בחינה
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג יוני 10, 2014 3:22 am

געווען דארט יענע וואך, א ריזן ציבור אינגעלייט קע"ה.

רבינו שליט"א מהרי"י האט הערליך ארומגערעדט במחלוקת רש"י ותוס' בעיקר דין דשומע כעונה במס' ברכות. און האט משלב געווען דאס צו קבלת התורה וואס דארט איז אויך געווען נאר שומע, בעבור "ישמע" העם בדברי עמך, און האבן אויך יוצא געווען לימוד התורה מדין שומע כעונה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “ישראל ואורייתא”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט