בלאט 1 פון 5

שיעור פון הרב ר' פייוול קליין שליט"א

געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2014 9:30 pm
דורך פלעכטער
עס לוינט זיך צי קומען פון ווי אימער צי הערן די שיעור!!!

ר' פייוועל לערנט שוין פאר גיטין.

--------
עטליכע ווערטער אויף סוטה.

- ר' פייוול האט געפרעגט ביין שיעור א שאלה,

אויב א מאן זאגט פאר זיין ווייב, "איך בין דיר נישט מקנא אויב גייסטו צי ראובן אינדערהיים",

הייסט עס קינוי אדער נישט??...

- איינער האט געפרעגט ר' פייוועל קליין, צי די אלע לומדים פון חבןרת ישראל ואורייתא ליידן אויף אוי.סי. די.? ווייל זיי גייען איבער די זעלבע בלאט איינמאל און נאכאמאל...

- ר' פייוועל האט געזאגט פארוואס רופט מען חלות בארכעס? ווייל די לחם הפנים איז געליגען משבת לשבת, איז עס אכט טעג, 'בר חית'. אלס זכר צי די לחם הפנים.

- א שיינע שאלה.

די גמרא זאגט ווען די סוטה טרינקט און זי שטארבט, שטארבט אויך די בועל.

אויב אזוי, וואס איז אויב די בועל גייט הארגענען די סוטה, אפילו ס'איז דא עדים מיט התראה וואלט ער אויך געווען פטור, ווי די הלכה לויטעט, הבא להרגך השכם להרגך.

איינער מיט א תשובה??

געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2014 9:36 pm
דורך חסיד נלהב
די 'היט' פון חבורת ישראל ואורייתא איז דער געלונגענער מגי''ש רבי פייוועל, זיינע שיעורים האבען שוין געזעצט פילע אידען ביי די גמ'
אשרי לו ואשרי חלקו.

הלואי זאלען די אנדערע חבורות אויכעט צושטעלן אזא וואונדערבארער מגי''ש (אויב מען קען געפינען נאכאיינס)

געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2014 11:01 pm
דורך מי יודע
דא האסטו א אשכול ווי גרויזי האט שוין ארויסגעברענגט זיינע געפילן פון דעם שיעור
(זינט דעמאלטס ווען איך וואק אריין אין ראדני (אפשר 2-3 מאל פון דעמאלטס) דערמאן איך מיר פון דעם אשכול)

viewtopic.php?f=3&t=18108&hilit=%D7%A4%D7%99%D7%99%D7%95%D7%95%D7%9C+%D7%A7%D7%9C%D7%99%D7%99%D7%9F

געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2014 12:13 am
דורך מיללער
פונקט היינט האט מיר א אינגערמאן א שיעור גייער ביי ר' פייבלען שליט"א אויסגערימט זיין שיעור.

איך האב געהאט די זכיה אז ר' פייבל איז געווען בדחן נישט היצט געדאכט ביינונז.

געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:43 am
דורך private
זאגט מיר פאריגע וואך א יוד אין די פיפציגערס, שוין דרייסיג יאר קע״ה וואס ער גייט צי א שיעור טעגליך אין ראדני אביסעל מער ווי א יאר צוריק איז ער אריינגעפאלן אינמיטן ר׳ פייוול׳ס שיעור ער איז שוין דארט געבליבען יענע נאכט. בקיצור ביז א חודש האט ער געטוישט שיעור אין ער איז פין די קביעותדיגע יושבים נישט פארפעלענדיג א נאכט. אויב האט ער א חתונה אין קרית יואל האלט ער עס מיט דורכן סעלפאן.

געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2014 11:46 pm
דורך נאטרוליסט
פלעכטער האט געשריבן:
- ר' פייוועל האט געזאגט פארוואס רופט מען חלות בארכעס? ווייל די לחם הפנים איז געליגען משבת לשבת, איז עס אכט טעג, 'בר חית'. אלס זכר צי די לחם הפנים.

לדעתי איז בארכעס מלשון "ברכת המוציא".

געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2014 10:42 pm
דורך פלעכטער
אין די יעצטיגע טעג לערנט ר' פייוועל פאר די גמרא מסכת גיטין פרק הניזקין, ווי מען לערנט פון די חורבן הבית.

געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2014 10:59 pm
דורך לכתחילה אריבער
פלעכטער האט געשריבן:אין די יעצטיגע טעג לערנט ר' פייוועל פאר די גמרא מסכת גיטין פרק הניזקין, ווי מען לערנט פון די חורבן הבית.

היינט האט מען נישט געקענט אריינלייגן א נאדל! עס איז כדי צו קומען געבן א קוק.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:09 am
דורך גליטשעדיג
נעכטן האט ר פייוול געזאגט א געוואלדיגן סימן:
רב ששת האלט א בי״ד דארף זיין 3. ווייל זיין נאמען האט א ש פון 3 שפיצן. און ער האלט ווי ריש לקיש וואס האט 2שין׳ס ווי ששת. און רבי יוחנן האלט ווי רב נחמן וואס ביידע האבן א ח׳נ׳ן׳ און זייער נאמען.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:02 am
דורך מיללער
גליטשעדיג האט געשריבן:נעכטן האט ר פייוול געזאגט א געוואלדיגן סימן:
רב ששת האלט א בי״ד דארף זיין 3. ווייל זיין נאמען האט א ש פון 3 שפיצן..

אויסער דעם איז ש' במספר קטן 3

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:03 am
דורך farshlufen
נו, פייוול פון אמאל.

געשריבן: מאנטאג יוני 27, 2016 8:25 pm
דורך נכד
ר׳ פייוול לערנט שוין פאר מסכת בבא מציעא!

נאך א געלעגנהייט זיך מיטצוכאפן אויפן וואגן וואס פארט אויף דעם שענסטן און בעסטן וועג!!

דרכיה דרכי נועם!

געשריבן: מאנטאג יוני 27, 2016 11:28 pm
דורך וויל זיין גוט
בערך וויפיל אידן זיצן היינט צו טאג ביי זיין שיעור?

געשריבן: מאנטאג יוני 27, 2016 11:32 pm
דורך hi class
וואס איז די טעלעפאן נומער פון די לייוו שיעור?
קראלי?
ראדני?

געשריבן: דינסטאג יוני 28, 2016 12:48 am
דורך מלה בסלע ודי לחכימא
פלעכטער האט געשריבן:עס לוינט זיך צי קומען פון ווי אימער צי הערן די שיעור!!!
- א שיינע שאלה.

די גמרא זאגט ווען די סוטה טרינקט און זי שטארבט, שטארבט אויך די בועל.

אויב אזוי, וואס איז אויב די בועל גייט הארגענען די סוטה, אפילו ס'איז דא עדים מיט התראה וואלט ער אויך געווען פטור, ווי די הלכה לויטעט, הבא להרגך השכם להרגך.

איינער מיט א תשובה??

דאס הייסט אז א רוצח בשוגג זאל מעגן הרגענען א קרוב פון די נהרג אונדרויסן פון די ערי מקלט אויב ער וויל הרגענען די רוצח?
אדער א מחויב מיתת ב״ד זאל מעגן הרגענען די שלוח ב״ד וואס גייט אים הרגענען???
און אפשר מעג א פרעמדער אויך הרגענען דער סוטה וויבאלד א רודף מעג אים יעדער הרגענען???

#איינער וואס הרגעט על פי תורה איז קיין רוצח נישט.

לא באתי לערער ח״ו נאר מעורר צו זיין, זיך נישט קיין תשובה, ווי איך קען אים האט ער מסתמא נישט געפרעגט די קשיא ווייל ער זוכט א תשובה נאר פאר די אינטרעסאנקייט דערפון.

געשריבן: דינסטאג יוני 28, 2016 10:02 pm
דורך יונה
נומערן און סקעדשוואל

געשריבן: דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:39 pm
דורך kyshtiper
קול התורה מדלג על ההרים

יעצט אין די זומער חדשים ווען דער עולם ווערט צושפרייט איבער די בערג, און נאטורליך האט מען נישט די געווענליכע סביבה, און מחמת ריחוק המקום פעלט דער געווענליכע חברותא - מגיד שיעור – בית המדרש.

על כן לתועלת הציבור איז צוגעשטעלט געווארען בעזהשי''ת דעם זומער א טעגליכע אימעיל מיט די שיעור פון דעם טאג פארגעלערנט בטוב טעם ודעת דורך אונזער חשובער מגי''ש הרה''ג ר' פייוול קליין שליט''א.

ארויפצוגיין אויף אונזער מעילינג ליסט, דרוקט דא

צו הערן די שיעורים אויפן זכרו טעלעפאן ליין רופט

718-387-1010

געשריבן: דאנערשטאג יוני 30, 2016 4:16 pm
דורך פערפעקט
kyshtiper האט געשריבן:קול התורה מדלג על ההרים

דרוק וואו??

געשריבן: דאנערשטאג יוני 30, 2016 4:20 pm
דורך kyshtiper
[email protected]

פערפעקט האט געשריבן:
kyshtiper האט געשריבן:קול התורה מדלג על ההרים

יעצט אין די זומער חדשים ווען דער עולם ווערט צושפרייט איבער די בערג, און נאטורליך האט מען נישט די געווענליכע סביבה, און מחמת ריחוק המקום פעלט דער געווענליכע חברותא - מגיד שיעור – בית המדרש.

על כן לתועלת הציבור איז צוגעשטעלט געווארען בעזהשי''ת דעם זומער א טעגליכע אימעיל מיט די שיעור פון דעם טאג פארגעלערנט בטוב טעם ודעת דורך אונזער חשובער מגי''ש הרה''ג ר' פייוול קליין שליט''א.

ארויפצוגיין אויף אונזער מעילינג ליסט, דרוקט דא

צו הערן די שיעורים אויפן זכרו טעלעפאן ליין רופט

718-387-1010

דרוק וואו??

געשריבן: דאנערשטאג יוני 30, 2016 4:26 pm
דורך פערפעקט
יישר כוח

געשריבן: דאנערשטאג יוני 30, 2016 4:45 pm
דורך פיצי קעפעלע
באקומען די אמעיל היינט. זייער א פיינער געדאנק צו עטעטשען די Audio פייל פונעם שיעור. וואלט נישט שלעכט געווען דאס צו האבען אויף א וועב סייט צו קענען דאונלאודען אלע שיעורים א גאנץ יאר.

זיי זענען נישט קלאר געווען אינעם אמעיל אויב וועט דאס זיין א טעגליכע זאך אדער נאר וויקענדס

געשריבן: פרייטאג יולי 01, 2016 10:09 am
דורך פארבינדן
קומענדיגע וואך מאנטאג הייבט מען אן מסכת בבא מציעא

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 11:07 am
דורך רצון טוב
שכח
ווי קען מען דאס באקימען טעגליך?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 11:20 am
דורך kyshtiper
רצון טוב האט געשריבן:שכח
ווי קען מען דאס באקימען טעגליך?

[email protected]

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 12:13 pm
דורך מה ידידות
איך האב נעכטן געשיקט א פארלאנג און איך האב עס נישט באקומען