און ר' חייא האט זיך נאך אלץ נישט בארוהיגט...

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

און ר' חייא האט זיך נאך אלץ נישט בארוהיגט...

תגובהדורך מתבונן » זונטאג מאי 11, 2014 2:49 pm

במסגרת ישראל ואורייתא וואס מהאט געלערענט פאריגע וואך (סוטה מ.) ווערד געברענגט א מורא'דיג מעשה, וכדרכי, וויל איך מיטטיילען מיט די ליינער מיינע געפילן, הגם עס קען זיין אז אנדערע וועלן עס אפשר אנדערש אפטייטשן.

די גמ' פארציילט, אז ר' אבהו און ר' חייא בר אבא זענען ביידע צוזאמען אנגעקומען צו א פלאץ, און ביידע האבן געגעבן דרשות. ר' אבהו האט געדרשנט אין אגדתא, און ר' חייא האט געדרשנט אין הלכה. כדרכם פון מענטשן וואס קענען נישט צופיל לערנען, איז יעדער געגאנגען הערן די שיעור פון ר' אבהו, זיין אגדתא איז געווען פאר זיי סאך מער אינטרעסאנט. ר' חייא איז געווארן זייער אראפגעקלאפט פון דעם אז יעדער האט איהם איבערגעלאזט אין ענדערש געגאנגען צו ר' אבהו.

פאר ר' אבהו האט זייער וויי געטון וואס דא האט פאסירט מיט די כבוד פון ר' חייא, האט ער איהם געוואלט בארוהיגען. האט איהם ר' אבהו פראבירט צו בארוהיגען מיט א משל. צוויי פעדלערס זענען אמאל געקומען אין שטאט, איינער האט פארקויפט טייערע דיימאנטן, און איינער האט פארקויפט ביליגע 'סידקית' (רש"י איז מסביר אז 'סידקית' איז ביליגע כלים צו נייען, וואס נאר פרויען און ארימע לייט קויפן). ווער האט געהאט מער קונים? אוודאי דער צווייטער וואס האט פארקויפט די סידקית, ווייל נישט צופיל מענטשן האבן אזויפיל געלט צו קויפן טייערע דיימאנטן.

מיט דעם האט ר' אבהו געוואלט בארוהיגען ר' חייא, אב בעצם איז ער – ר' חייא – סאך חשובער פון איהם, און ער איז ראוי צו דרשענען אין דורכטון טיפע הלכות באיסור והיתר, אבער ער – ר' אבהו – דרשנט אין פשוטע זאכן פון אגדתא, און וועגן דעם האט ער געהאט מער קונים ווייל עס איז סאך לייכטער צו פארשטיין און קויפן, אבער בעצם פארקויפטסטו – ר' חייא – סאך חשובערע זאכן פון מיר.

ר' חייא האט זיך נישט אזוי בארוהיגט פון דעם.

האט ר' אבהו פראבירט נאך עפעס.

יעדען טאג פלעגט ר' חייא באגלייטן ר' אבהו צו זיין אכסניא, ווייל ר' אבהו איז געווען א גרויסע מקורב למלכות און ר' חייא האט איהם געוואלט אפגעבן די ריכטיג כבוד. היינט איז געווען פארקערט. ר' אבהו האט באגלייט ר' חייא צו זיין אכסניא, צו ווייזן פאר ר' חייא אז ער האלט שטארק פון איהם.

און צו דעם אלעם פירט די גמ' אויס:

ואפילו הכי לא איתותב דעתיה מיניה - אז ר' חייא האט זיך נאך אלץ נישט בארוהיגט...

און מיט דעם האט זיך די מעשה געענדיגט.

די גמ' פארציילט נישט וואס האט ווייטער פאסירט. ר' אבהו האט נישט פראבירט נאך א טאקטיק איהם צו בארוהיגען, און ר' חייא איז געבליבן צובראכן.

מיר קענען נישט פארשטיין די הייליגע נפשות פון די הייליגע אמוראים, אבער מיר קענען זיך אפלערנען וויאזוי צו האנדעלן מיט יענעמס, און אונזער אייגענע געפילן.

וויפעל מאל פראבירן מיר צו בארוהיגען איינעם בעת ס'קוועטשט איהם עפעס, און יענער נעמט נישט אן אונזער 'דברי תנחומים', ער בלייבט אין זיין ווייטאג. און מיר ווינדערן זיך, 'וואקס אויף! זיי נישט אזא בעיבי! מהאט שוין געהערט אזאנס! דא האסטו א גוטע משל צו פארשטיין וואס דא פאסירט, זעסטו נישט אז דו האסט נישט וואס צו זיין צובראכן? דו ביזט ווייטער אקעי, יעדער האט דיך ליב, דו ביזט זייער חשוב, און דארפסט נישט זיין צובראכן!'

ליתר שאת קענען מיר טראכטן אין קאפ, 'הער שוין אויף צו קריכען אויף די נערווען!'

וויפיל מאל פראבירט א טאטע / מלמד / מגיד"ש / משגיח וכדו', צו בארוהיגען זיין קינד / תלמיד, אז ער זאל אויפהערן מיט זיין 'עצבות' און נערוועזקייטן, און ווען דער בחור זאגט אז ער איז נערוועז ווייל דאס און דאס, אדער ער האט מורא ווייל דאס און דאס, און מווייזט איהם אויף מיט כל מיני ראיות מן התורה ומן הכתובים ומן המציאות אז ער טראכט און פילט אומלאגיש?

אבער עס העלפט נאך אלץ נישט.

און וואס דארף דער באטראפענער יונגעל / בחור טון אדער שפירן, זיך איינרעדן אז יענער איז גערעכט אז ער איז טאקע א בעיבי און מאכט זיך סתם נאריש? אבער וואס זאל איך טון, איך שפיר זיך נאך אלץ אומרוהיג! סהעלפט מיר נישט קיין הסברים. זאל איך נעמען די קאראזש אין זאגען פאר מיין טאטע / מגיד"ש, אז... 'סבאדערט מיר נאך אלץ!' ? און צו דערצו פילן נאך א גרעסערע ווייטאג אז ער איז א בעיבי / חסר דעה / שלעכטער / נישט קיין ערליכער וכדו', אז זיין הארץ 'דערהערט' נישט די 'ריכטיגע' דרך וויאזוי 'מדארף' שפירן? גייט מיך מיין טאטע / מגיד"ש ווייטער ארויפקוקען אדער יעצט גייט ער מיך שוין אראפקוקען? מדארף האבן משונה'דיגע כוחות זיך צו קענען האלטן שטארק און אזעלכע מאמענטן.

און וואס איז אויב דער מגיד"ש וועט זאגען פארן בחור, 'קוק, איך האט פראבירט מיט וואס איך קען, און איך זעה אז עס באדערט דיך נאך אלץ, איך פארשטיי דיר, איך בין מיט דיר, איך זעה באמת ווי שטארק עס טוט דיר וויי, אמת, קען זיין אז מקען גארנישט טון, און איך פארשטיי דיר נאך אלץ...' דערווייל לאמיר זעהן וואס מקען טון על-אף די גרויסע צער וואס דו האטס...'

ר' חייא איז געבליבן אמת'דיג מיט זייע געפילן און חלישת הדעת אז מאיז נישט געקומען הערן זיין דרשה.

גארנישט האט איהם געקענט בארוהיגען.

ר' אבהו האט נישט אוועקגעמאכט אדער באזידעלט ר' חייא אז היתכן ער נעמט נישט אן די 'לאגישע' בארוהיגענגס ווערטער און זיין באגלייטונג אהיים. ער האט איהם נישט פארגעהאלטן אז ער האט געארבעט דא פאר גארנישט.

ביידע האבן געטון זייערס, און יעדער איז זיך געגאנגען זייער וועג, וויסענדיג אז מהאט געטון די בעסטע וואס מקען.

כהאב דערווייל נאכנישט געקוקט אין די מפרשים וואס זיי האבן צו זאגן אויף דער מעשה, ואת אשר הרגשתי כתבתי.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » זונטאג מאי 11, 2014 2:58 pm

מורא'דיגע נקודה
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » זונטאג מאי 11, 2014 3:43 pm

יאפ, א געוואלדיגע פוינט! ייש"כ מתבונן!
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1934
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » זונטאג מאי 11, 2014 4:00 pm

מתבונן, זייער אויסגעהאלטן.
עס מעטשט מיט דיין אונטערשריפט, טראכט אריין מיט שכל און געפיל…
און איך גלייב אז דאס איז געשריבן געווארן מיט סארקאזם, היות שכל איז נישט געפיל, און געפיל איז נישט שכל. און אסאך מאל דייקא פארקערט.

לענינינו, ווייזט אונז די גמרא אז אפילו ווען מיט'ן קאפ פארשטייט מען הונדערט פראצענט אז "ס'דארף" נישט וויי טון, און פאר'ן שכל טוט עס טאקע שוין נישט וויי, האט עס אבער נאך אלץ וויי געטון אין געפיל.
אין ביזנעס ווערט ארויסגעברענגט דער נושא זייער שטארק לגבי דעם וועג וויאזוי א מוכר דארף באטראכטן א סיטואציע פונעם קוק-ווינקל פונעם קונה, און איינס פון די שווערסטע סיבות צוצוטרעפן ריכטיג איז ווייל ווען דער מוכר באטראכט א נושא גייט ער צו מיט שכל, און שכל'דיג דארף יעדער טון דאס ווען דאס געשעט. דער קונה אבער קויפט רוב מאל מיט געפיל, און רוב מאל מיט א געפיל וואס האט געברענגט אן אימפולס, און דעמאלט פליעט דער שכל אוועק.

מיינער א באקאנטער פלעגט זיך אייביג אייסערן: איך בין זייער נערוועז (ווייל איך בין מיד, הונגעריג, מיינע עקזיסטינג קליענטן מאכן מיר דעם גהינם, צאלן נישט, נישטא גענוג נייע, ס'לערנען גייט אויך נישט אזוי גוט ווי כ'האב געוואלט, און פון דעם פארדרייטן סדר אין די הכנות רעד איך שוין, וכו'), און קום אהיים און זאג פאר די ב"ב אז איך בין זייער נערוועז היינט, און זי רופט זיך אן, נו זיי נישט אזוי נערוועז…. (וואס שרייעסטו אזוי? ביסט נערוועז…?).
וואס הייסט זיי נישט?, איך בין!
שטעל זיך פאר איך קום אהיים און זאג, כ'האב נאכנישט געהאט עפעס אין מויל היינט, זייער הונגעריג. און זי רופט זיך אן זיי נישט אזוי הונגעריג… וואס הייסט זיי נישט? איך בין!
מיט'ן וויסן פונעם הונגער ווער איך נישט אויס הונגעריג, און מיט'ן וויסן פון די נערוועזעקייט ווער איך נישט אויס נערוועז, און מיט'ן וויסן די נארישקייט אין מיין ווייטאג גייט די ווייטאג נאכנישט אוועק. (שטעל זיך פאר א איד קומט מנחם אבל זיין איינעם (סאל נישט צוקומען), און זאגט, וויין ניש אזוי, מאך דיר נישט אזוי נאריש… ס'י דער דרך העולם, אזוי גייט עס, היום כאן ומחר בקבר, און דו גייסט אויך שטארבן עווענטועל… ס'עט אריבער גיין, דו וועסט נאך פארגעסן פונעם צער.. נאך אזעלכע פערל-ווערטער וואס מצד השכל איז עס דער אמת, אבער אויב איינער זאגט עס פאר אן אבל האט ער קיין שכל נישט!).
דוק מינה ואוקי באתרה. מ'מוז נישט זיין אן אבל צו האבן א צעבראכן הארץ, א שטארקע ווייטאג, און מיט'ן "פארשטיין" די נארישקייט פון די געפיל פליעט נישט אוועק די ווייטאג.
און יא, אויך ר' חייא האט זיך צום סוף בארואיגט… נישט געבליבן אייביג אנגעווייטאגט.
און די גמרא ענדיגט יא צי די מעשה וואס איז געשען צום סוף. ס'געווארן א נאן-אישו, און ס'נישט געווען מער פון וואס צו רעדן, האט די גמרא טאקע שוין נישט גערעדט דערפון.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » זונטאג מאי 11, 2014 4:20 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:און איך גלייב אז דאס איז געשריבן געווארן מיט סארקאזם, היות שכל איז נישט געפיל, און געפיל איז נישט שכל. און אסאך מאל דייקא פארקערט.


לאו דווקא מיט סארקאזם. נאר מיינעך עס גאנץ ערענסט. ווען א מענטש קען טראכטן מיט שכל און געפיל צוזאמען, קומט מען צו צו א געוויסע שלימות. שכל איז נישט געפיל, און געפיל איז נישט שכל, אבער ביידע 'טראכטן' אין א געוויסע וועג - ביידע כאפן אויף אינפארמאציע אויף זייער אייגנעארטיגע וועג, און א גרויסע עבודה איז ארויסצוהאבן און כאפן ווען יעדער איינער פון זיי טראכטן און זיך נישט צו צומישן.

זאל ער קומען האט געשריבן:און יא, אויך ר' חייא האט זיך צום סוף בארואיגט… נישט געבליבן אייביג אנגעווייטאגט.


יא, דאס דארף מען דערהערן. די אינסטינקט איז גלייך צו בארוהיגען דעם מענטש, כאילו מטאר פאר קיין מינוט נישט זיין אביסל צובאראכן. בפרט ביי אנשי סמכות ווי עלטערן און מגיד"ש וכדו', וואס זייער זשאב איז צו ארויסהעלפן די חניכים, און א חלק פון די זשאב איז אויך צו מחזק זיין וכדו', און מכאפט זיך צו צו דעם ווי א הונגעריגער צום עסן, 'יויש, יענע בחור איז צובראכען, איך 'מוז' איהם ארויסהעלפן!' אויב דער חניך איז נישט מקבל די דברי חיזוק, קען דער מחנך פילן, 'אוי וויי איך קען נישט טון מיין זשאב געהעריג...' וכו' וכו', און מען פאנגט אן צו שטיפן נאך מער די דברי חיזוק, 'נעם עס שוין אן פאר א גוט יאר...!'
דער אמת איז, אז אפילו דו וועסט נישט מצליח זיין איהם צו בארוהיגען, וועט ער זיך סוכ"ס בארוהיגען. אפילו א ערענסטע ביי-פאולער אדער בארדערליין, איז נישט אלעמאל אין די זעלבע גיסטע.
מדארף האבן אביסעלע געדולד.

סאיז היינט א וועלט ווי סקומט ארויס יעדען טאג נייע 'טעקניקס' וויאזוי איבערצוקליגען דעם מענטש אז ער דראפעוועט זיך סתם אויף גראדע ווענט, א שטייגער ווי סי. בי. טי. אסאך מאל העלפט עס טאקע, און אסאך מאל... העלפט עס נישט.

מדארף האבן געדולד.

אין די היינטיגע וועלט ווי אלעס איז געיאגט, זיכט מען ווי מער עצות מזאל ח"ו נישט זיין צובראכען אפילו פאר א 'מינוט', מדארף 'שוין' פיקסען דעם פראבלעם. און דאס מאכט פרישע פראבלעמען, אז מ'טאר' נישט האבן פראבלעמען. ואין כאן המקום להאריך בזה.

טראכט אריין אין יענעם, מיט שכל און געפיל...
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג מאי 12, 2014 2:59 pm

תרנגול האט געשריבן:יאפ, א געוואלדיגע פוינט! ייש"כ מתבונן!
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מאנטאג מאי 12, 2014 3:00 pm

געזעהן היינט אין ספר מרומי שדה, איז ער מסביר די סיבה פארוואס ר' חייא האט למעשה נישט אנגענומען די טרייסט ווערטער פון ר' אבהו, ווייל די משל איז נישט דומה לנמשל. אין די משל, אויב סוואלט נישט געווען קיין מוכרי סידקית, וואלט דער מוכר פון די דיימאנטען אויך נישט געהאט קיין קונים, ווייל מהאט נישט אזויפיל געלט. אבער דא, אויב וואלט ר' אבהו נישט געגעבן קיין אגדתא דרשה, וואלט ער - ר' חייא - געהאט גענוג שומעים, יעדער וויל דאך עפעס לערנען, און בשעת הדחק וואלט ער אויך געווען גוט. ס'איז נאר ווייל סאיז געווען א מער אינטרעסאנטערע דרשה, האט ער פארלוירען יעדעם איינעם, און דאס האט געבאדערט פאר ר' חייא, אז ר' אבהו וואלט בכלל נישט געדארפט געבן דעם דרשה.

ווי שטארק דארפן אונז קליינע נפשות, אכטונג געבן נישט מצער צו זיין א צווייטען.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מאנטאג מאי 12, 2014 5:12 pm

באקומען א אישי פון איינעם בדברי הכתב סופר אין דעם ענין.

ואגב אציין מה שכתב ה'כתב סופר' בזה (פ' האזינו) לבאר הא דלא נתפייס:

וז"ל: הנסיון לימדנו פרושו דהאי מילתא. כי באותו מעמד היו שם לומדי תורה אשר להם יד בפלפול וסברא ומ"מ הניחו לרחב"א דדריש שמעתתא והלכו לאגדתא, כי התעצלו בלימוד בעיון, ואגדה קלה היא להבין מבלי יגיעות כלל והלכו לזה ועזבו שמעתתא, אבל באמת עיקר הוא פלפול התורה, וקב"ה חדי ביה מאוד, ואין לו להקב"ה אלא ד' אמות של הלכה בלבד, וזה היה עצבון של רחב"א ולא נתפייס במשל של ר' אבהו. ולהשמר מזה שלא יניחו כולם לרחב"א לא היה לר' אבהו לדרוש אגדה בעת שדרש רחב"א בשמעתתא, אז היו צריכים לשמוע בעלי שמעתתא את דרוש דרחב"א וגם המון עם אשר אינם יודעים היו ממתינים ועומדים ושומעים לרחב"א, וברוב עם וכו'. לכן רגז וכעס גם על ר' אבהו שדרש באגדתא בעת שדרש הוא בשמעתתא כנ"ל.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם


צוריק צו “ישראל ואורייתא”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט