יום ערב שבת קודש פר' וירא תשע"ז לפ"ק
די וואך פר' וירא איז געווען די שיעור השבוע פון חבורתינו הק' תורתך שעשועי אויף די בלעטער קט"ו-קי"ח ממסכת יבמות, אט שטייען מיר ביים שוועל איידער מ'טרעט אריין אין די פרייליכע וואך פון פרשת חיי שרה ווען בני החבורה וועלן זוכה זיין מסיים צו זיין מסכת יבמות בכי טוב, און פייערן די שמחה אין די פראכטפולע זאלן פונעם הילטאן גאסט-הויז אין סטעמפארד, קאנעטיקוט בשעטומ"צ ולמז"ט.
די וואכן זענען מיר עוסק די סוגיות פון התרת עגונות, יסודות וועלכע האבן באורך הדורות געשפילט גאר א וויכטיגע ראלע בתולדות עם ישראל, ובפרט דורכאויס די פארשידענע ביטערע מאורעות און מלחמות אין וועלכע אידישע קינדער זענען אומגעקומען רח"ל אונטער אומשטענדן וואס מען איז ליידער קיינמאל נישט געקומען אויף זייערע שפירן, האט מען געדארפט צוקומען צו די קאמפליצירטע הלכות מתיר צו זיין נשותיהן לעלמא, והדברים ארוכים ואכמ"ל.
אינעם שיעור די וואך בדף קט"ז. דערציילט די גמרא איבער א שטר אין די שטאט סורא וואס דערציילט אז ענן בר חייא פון נהרדעא האט געגעבן א גט פאר זיין ווייב אין די שטאט סורא, און די גמרא קלערט אריין צו מ'קען זיך פארלאזן דערויף און מתיר זיין זיין פרוי לעלמא, אדער איך דארף חושש זיין אז עס זענען דא צוויי מענטשן אין נהרדעא מיט די זעלבע נאמען. למעשה האט מען בודק געווען און געפארשט און געוואור געווארן אז עס איז טאקע דא נאך איין מענטש מיט דעם נאמען, אבער עדות האבן מעיד געווען אז אינעם דאטום פון דעם שטר איז דער צווייטער ענן בר חייא געווען אין נהרדעא, איז ער לכאורה נישט דער וואס האט געגעבן יענעם טאג א גט אין סורא. למעשה איז דא א מחלוקת צווישן אביי ורבא צו מקען זיך אויף דעם פארלאזן, און רבא זאגט אז נישט "חיישינן דלמא בגמלא פרחא אזל" ד.ה. איך דארף טראכטן אז אפי' ער איז יענעם טאג געווען אין נהרדעא, אפשר האט ער גענומען א 'גמלא פרחא' (גמל ההולך מהר כעוף הפורח - רש"י) און אנגעקומען קיין סורא.
פרעגט תוס' בד"ה הכא פון א גמרא אין מכות דף ה' אז ווען עס האנדלט זיך אין א שאלה פון הרג'נען עדים זוממין זאגט די גמרא קלאר אז מען איז נישט חושש אויף 'גמלא פרחא' און מ'הרג'ט די עדים, טא פארוואס דא זאגט רבא אז מען איז יא חושש לגבי איסור אשת איש? און תוס' ענטפערט צוויי תירוצים עיי"ש
ברענגט רבי יוסף ענגיל בגליונותיו אז אין שו"ת מים עמוקים סי' ל"א פרעגט ער די זעלבע קשיא מסברא דנפשיה און ער ענטפערט אז איסור אשת איש איז מען מער מחמיר ווי אויף שפיכות דמים, ממילא איז נישט קיין קשיא פון דארט. שטעלט רבי יוסף ענגיל צו צו דעם תירוץ א באקאנטע שמועס וואס טוט זיך אפ צווישן די ראשונים און מפרשי התורה, סיי יענע וואך פרשת לך לך און אזוי אויך די וואך פרשת וירא, ווען אברהם אבינו האט מורא געהאט אז פרעה און אבימלך "והרגונו על דבר אשתי" (בראשית כ' יא) דערפאר האט ער געזאגט פאר שרה אמנו אמרו נא אחותי את, וחיתה נפשי בגללך.
פרעגן אלע, אויב די מצריים און פלשתים זענען גרייט אויף שפיכות דמים זענען זזיי דען נישט עלול אויף איסור אשת איש? ענטפערט דער ריב"א און אזוי אויך אנדערע ראשונים
"י״ל שכך אמר אברהם יאמרו המצרים מוטב להם להרגני ויעברו אזהרת שפיכות דמים ואז תהיה אשתו מותרת להם ולא יחזיקוה באיסור אשת איש ימים רבים" ד.ה. איסור אשת איש איז אן איסור על כל ביאה וביאה, משא"כ שפיכות דמים איז אן איינמאליגע איסור, ממילא איז עס גרינגער. ודפח"ח
דברי הגרי"ע בפנים:
http://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... =&pgnum=38דברי הריב"א בפנים:
http://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... =&pgnum=23גם בבית מדרשינו פה דנו בזה מלפני תשע שנים בהרחבה:
viewtopic.php?p=61858#p61858