קושיות והערות על שיעורי היום - מסכת יבמות

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דינסטאג יולי 12, 2016 7:17 pm

מיללער האט געשריבן:זייער גוט הרב שלך, אבער עס פעלט נאכאמאל 16 ציורים פון "ב' יבמין ויבמה אחת"


עס פעלן אויך די ציורים פון יבם אחת וב׳ יבמות וואס שי משנה רעבנו אויס. חלץ בין בתחילה, בין באמצע ובסוף וכו׳. ווי נתן גט, ביאה ומאמר וכו׳

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דינסטאג יולי 12, 2016 9:05 pm

ווער געדענקט נאך דף י"ח:
איבערגייענדיג די גמרא פון יש זיקה און אין זיקה
פארשטיי איך נישט פארוואס די גמרא איז שקיל וטרי בדעת רב הונא אמר רב, אז ער קריגט אויף ר' יהודה בן בתירה, די גמרא ווייטער ביי די מימרא פון שמואל זאגט דאך אז עס וואלט געווען א הוה אמינא אז אפילו איך האלט יש זיקה מחיים ווערט עס נפקע לאחר מיתה, אויב אזוי זאל איך זאגן אז באמת האלט רב ווי ר' יהודה בן בתירה, ער איז נאר מחדש אז לאחר מיתה ווערט נפקע די זיקה

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 12, 2016 10:30 pm

:wink:
נאטרוליסט האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:זייער גוט הרב שלך, אבער עס פעלט נאכאמאל 16 ציורים פון "ב' יבמין ויבמה אחת"


עס פעלן אויך די ציורים פון יבם אחת וב׳ יבמות וואס שי משנה רעבנו אויס. חלץ בין בתחילה, בין באמצע ובסוף וכו׳. ווי נתן גט, ביאה ומאמר וכו׳

דערפאר האב איך געשריבן 'פון כיצד ביז די מחלוקת חכמים ורבי נחמיה'

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 12, 2016 10:32 pm

דרךהמלך האט געשריבן:ווער געדענקט נאך דף י"ח:
איבערגייענדיג די גמרא פון יש זיקה און אין זיקה
פארשטיי איך נישט פארוואס די גמרא איז שקיל וטרי בדעת רב הונא אמר רב, אז ער קריגט אויף ר' יהודה בן בתירה, די גמרא ווייטער ביי די מימרא פון שמואל זאגט דאך אז עס וואלט געווען א הוה אמינא אז אפילו איך האלט יש זיקה מחיים ווערט עס נפקע לאחר מיתה, אויב אזוי זאל איך זאגן אז באמת האלט רב ווי ר' יהודה בן בתירה, ער איז נאר מחדש אז לאחר מיתה ווערט נפקע די זיקה

תוס' פרעגט די קשיא

עי' יז: תוד"ה אבל מחיים לא

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דינסטאג יולי 12, 2016 10:48 pm

יישר
נישט באמערקט

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובהדורך שלך לחמך » מיטוואך יולי 13, 2016 11:51 am

מיללער האט געשריבן::wink:
נאטרוליסט האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:זייער גוט הרב שלך, אבער עס פעלט נאכאמאל 16 ציורים פון "ב' יבמין ויבמה אחת"


עס פעלן אויך די ציורים פון יבם אחת וב׳ יבמות וואס שי משנה רעבנו אויס. חלץ בין בתחילה, בין באמצע ובסוף וכו׳. ווי נתן גט, ביאה ומאמר וכו׳

דערפאר האב איך געשריבן 'פון כיצד ביז די מחלוקת חכמים ורבי נחמיה'


אויף די לעצטע מחלוקה פון די משנה איז לכאורה דא איבער 50 פעלער
1. חליצה יבום מאמר
2. חליצה יבום גט
3. חליצה מאמר גט
4. חליצה מאמר יבום
5. חליצה חליצה גט
6. חליצה חליצה יבום
7. חליצה חליצה מאמר
8. חליצה מאמר מאמר
9. חליצה מאמר יבום
10. חליצה יבום יבום
נאכדעם ווען חליצה איז די צווייטע און נאכדעם ווען עס איז די דריטע,
יעצט פאנג אן מיט יבום

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 13, 2016 2:04 pm

אינטערעסאנטע באמערקונג - וויאזוי האט איר געטייטשט דאס ווארט "כלום" ביז פרק רבן גמליאל ממס' יבמות, און וויאזוי טייטשט איר עס היינט צוטאגס?

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » מיטוואך יולי 13, 2016 6:15 pm

מיללער האט געשריבן:אינטערעסאנטע באמערקונג - וויאזוי האט איר געטייטשט דאס ווארט "כלום" ביז פרק רבן גמליאל ממס' יבמות, און וויאזוי טייטשט איר עס היינט צוטאגס?


שיינע באמערקונג דא האסטו אן אפהאנדלונג מיט נאך דיגמאות. http://hebrew-academy.org.il/2012/08/08/%D7%9B%D7%9C%D7%95%D7%9D-%D7%95%D7%A9%D7%95%D7%9D-%D7%93%D7%91%D7%A8/

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 14, 2016 10:34 am

מיללער האט געשריבן:אז מ'לערנט יעצט פאר שבועות די הערליכע סוגיות פון איסור חל על איסור, באיסור מוסיף ואיסור כולל וכו' איז אינטערעסאנט נאכצוזאגן א שיינע חידוש פון רבי יוסף ענגיל זצ"ל בספרו בית האוצר כלל ע"ד.

ר"י ענגיל ברענגט א קשיא פון תוס' מס' חולין קג. בד"ה מר סבר, תוס' פרעגט אויף די גמ' וואס זאגט אז אויב אויף א היכי תמצא קומט איסור אבר מן החי נאך איסור טרפה וואלט עס נישט חל געווען מטעם אאחע"א.

פרעגט תוס' אז,די גמ' גייט אליבא דר' יוחנן וואס האלט במס' שבועות ויומא אז במוסיף וכולל איז איסור יא חל על איסור, און לכאורה איז דאך אבר מן החי אן איסור מוסיף אויף טרפה וייל אמ"ה איז אסור אויך אויף א בן נח.

טוט רבי יוסף ענגיל אויף אן הפלא'דיגער חידוש צו פארענטפערן תוס' קשיא. באזירט אויף א רמב"ם אין פיה"מ אויף מס' חולין, אז,די אלע מצות וואס זענען געווען אסור פאר ב"נ קודם הדיבור, וחזרו ונשנו בסיני, זענען מיר היינט מחויב דערינען נישט מטעם די אריגינעלע איסור פאר נח אדער אדם הראשון, נאר וועגן די חיוב וואס עס שטייט אין די תוה"ק שקיבלנו בהר סיני.

ולפי"ז זאגט ר"י ענגיל, דאס וואס אמ"ה איז אסור פאר א בן נח, האט בכלל נישט קיין שייכות צום איסור אמ"ה פאר א ישראל, עס איז פון צוויי באזונדערע ציוויום, וממילא הייסט דאס בכלל נישט קיין איסור מוסיף, ודו"ק ודפח"ח


עיי"ש מה שכ' בסוגריים מדברי התוס' בסוגיתינו דבמוסיף לא בעי' משם אחד


הלום ראיתי בספר קובץ הערות להגרא"ב וואסערמאן זצ"ל-הי"ד על הגמ' בדף מט: בענין תפיסת קידושי נדה, דן אם אשה כזו נאסר על אחרים באיסור אשת איש או דאמרינן אין איסור א"ש חל על איסור נדה שהיתה אסורה קודם קידושיה, והעלה שלדברי האומר שאיסור חל על איסור באיסור מוסיף חל איסור א"ש על הנדה מכיון שאיסור אשת איש נאסר גם על בן נח משא"כ נדה אינה אסורה על ב"נ.

וזה דלא כמו"ש הגר"י ענגיל הנ"ל דס"ל שמב"נ לישראל לא מיקרי 'איסור מוסיף' ודו"ק.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 14, 2016 8:23 pm

אין די ערשטע משנה בפרק ר"ג, דף נ: ביי די פאל פון שתי יבמות ליבם אחד, זאגט די משנה: בעל ובעל או בעל ועשה מאמרוכו' אין אחר ביאה כלום. ד.ה. ער איז קודם בועל די ערשטע יבמה און דערנאך איז ער בועל איר צרה אדער ער גיט איר א מאמר, איז די צווייטע ביאה און די מאמר גארנישט.

בפשטות שטייט דא אז די צרה דארף ניטאמאל קיין גט, אבער רש"י און די גמרא זאגן נישט פארוואס נישט. ביי חלץ ועשה בה מאמר זאגט די גמ' אז די משנה גייט ווי ר"ע אז אין קידושין תופסין בחייבי לאוין און נאך חליצה איז די די לאו פון כיון שלא בנה שוב לא יבנה, אבער נאך ביאה איז נאר דא אן עשה פון בית אחד הוא בונה ואינו בונה ב' בתים.

לפי"ז דארף מען זאגן אז די משנה נעמט אן ווי שיטת רבי ישבב בדברי ר"ע אז אויך בחייבי עשה איז נישט תופס קידושין, אבער אויב אזוי איז דאס א 'באמבע' חידוש און ראי' צו רבי ישבב, און די גמרא און רש"י מאכן זיך נישט צוטוהן דערפון, והוא פלאי.

אין די משניות פון רבי שמעי' שליט"א האב איך יא געזען אז ער מערקט עס אן און ברענגט עס פון ישרש יעקב, איך האב עס נישט געטראפן דערווייל בפנים אין ישרש יעקב, אבער עס איז א פלא אז ביז צום ישרש יעקב רעדט קיינער נישט דערפון.

קען מען לערנען אן אנדער פשט אין די משנה?

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » דאנארשטאג יולי 14, 2016 10:06 pm

אויבן אויף טראכט איך, ער וויל דאך נישט מקדש זיין בביאה, נאר ער וויל איר קונה זיין בביאת יבמה איז איינמאל ער האט שוין מקיים געווען די מצוה בצרתה איז ביאה שוין נישט קונה, משא"כ מאמר איקידושין וואס איז קונהדארף מען צוקימען צו שיטת ר"ע שאין קידושין תופסין בחייבי לאוין. ויש לעיין

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » דאנארשטאג יולי 14, 2016 11:02 pm

האב איך טאקע מעיין געווען און עס שטימט נישט, ווייל די רי"ף רמב"ם שו"ע פסקענען לדידן אז זי דארף יא א גט ואם כנים אנחנו אפי' לויט די חכמים דארף זי נישט, אגב די קשיא איז נאר לשיטת רש"י לפי תוס' לעיל יא. איז דא א לאו.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 14, 2016 11:28 pm

הבוחר בטוב האט געשריבן:אויבן אויף טראכט איך, ער וויל דאך נישט מקדש זיין בביאה, נאר ער וויל איר קונה זיין בביאת יבמה איז איינמאל ער האט שוין מקיים געווען די מצוה בצרתה איז ביאה שוין נישט קונה, משא"כ מאמר איקידושין וואס איז קונהדארף מען צוקימען צו שיטת ר"ע שאין קידושין תופסין בחייבי לאוין. ויש לעיין

למעשה מצאתי שהתוס' הרא"ש מתקשה בזה, וכן הוא בתוס' מס' כתובות דף ל. בד"ה לרבי סימאי, ושניהם מיישבים סוגית בגמ' דילן דלא כרש"י פה ולעיל בדף י"א אבל שניהם בסגנון אחר עיי"ש

ולפלא שבמשניות סיעתא דשמיא הנ"ל לא הביא את דבריהם.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1933
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מאנטאג יולי 18, 2016 12:19 pm

מיללער האט געשריבן:אין די ערשטע משנה בפרק ר"ג, דף נ: ביי די פאל פון שתי יבמות ליבם אחד, זאגט די משנה: בעל ובעל או בעל ועשה מאמרוכו' אין אחר ביאה כלום. ד.ה. ער איז קודם בועל די ערשטע יבמה און דערנאך איז ער בועל איר צרה אדער ער גיט איר א מאמר, איז די צווייטע ביאה און די מאמר גארנישט.

בפשטות שטייט דא אז די צרה דארף ניטאמאל קיין גט, אבער רש"י און די גמרא זאגן נישט פארוואס נישט. ביי חלץ ועשה בה מאמר זאגט די גמ' אז די משנה גייט ווי ר"ע אז אין קידושין תופסין בחייבי לאוין און נאך חליצה איז די די לאו פון כיון שלא בנה שוב לא יבנה, אבער נאך ביאה איז נאר דא אן עשה פון בית אחד הוא בונה ואינו בונה ב' בתים.

לפי"ז דארף מען זאגן אז די משנה נעמט אן ווי שיטת רבי ישבב בדברי ר"ע אז אויך בחייבי עשה איז נישט תופס קידושין, אבער אויב אזוי איז דאס א 'באמבע' חידוש און ראי' צו רבי ישבב, און די גמרא און רש"י מאכן זיך נישט צוטוהן דערפון, והוא פלאי.

אין די משניות פון רבי שמעי' שליט"א האב איך יא געזען אז ער מערקט עס אן און ברענגט עס פון ישרש יעקב, איך האב עס נישט געטראפן דערווייל בפנים אין ישרש יעקב, אבער עס איז א פלא אז ביז צום ישרש יעקב רעדט קיינער נישט דערפון.

קען מען לערנען אן אנדער פשט אין די משנה?


קען זיין אז מ׳וועט איינזעצן די משנה לפי האמוראים אז ער האט געגעבן דעם מאמר לשם ׳זיקת׳ יבמין מיט/אן א תנאי/כפול?
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 18, 2016 12:30 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:קען זיין אז מ׳וועט איינזעצן די משנה לפי האמוראים אז ער האט געגעבן דעם מאמר לשם ׳זיקת׳ יבמין מיט/אן א תנאי/כפול?


איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס איר ווילט זאגן, אבער תנאי מיט תנאי כפול איז דאך נאר שייך אז די "חליצה" איז געגעבן געווארן בתנאי/כפול, אונזער קשיא איז אויף בעילה.

באמת דער תוס' הרא"ש דארט און אזוי אויך דער מהרש"א והרש"ש פרעגן בכלל אויף די ווערטער פון רבי "זו דברי רבי עקיבא" אפשר איז די משנה נישט ווי ר"ע נאר דאס וואס אין אחר חליצה ולא כלום איז ווייל מר'עדט דא אז ער האט געגעבן א מאמר יבמין/זיקת יבמין און פארדעם ארבייט עס נישט, וכדברי רבי, ועיי"ש מה שתירצו כ"א לפי דרכו

-

ובדרך אגב, קומט מיר אויס מדברי הריטב"א אז אפי' די חכמים וואס זענען מחולק מיט רבי און זיי האלטן אז אויך א מאמר יבמין/זיקת יבמין ארבייט לאחר חליצה, איז דאס נאר מדרבנן, ולפי"ז וועט אפי' לויט די חכמים זיין א נפק"מ ווען ער איז געהעריג מקדש אדער ער גיט נאר א מאמר יבמין/זיקת יבמין, ווייל קידושין גמורין איז תופס מדאורייתא און זי האט א דין אשת איש והבא עליה בחנק, משא"כ אם נתן לה רק מאמר, אפי' לויט די חכמים איז עס נאר א חומרא אז זי דארט א גט, אבער אוודאי האט זי נישט קיין שם אשת איש ודו"ק.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1933
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מאנטאג יולי 18, 2016 12:44 pm

נעם אראפ דעם תנאי חלק. ער האט געגעבן דעם מאמר בזיקת יבמין און וועגן דעם איז דער דין ביי די משנה אז די צווייטע דארף נישט אפילו קיין גט.
אבער למעשה פארענטפערט דאס נאר דעם חלק מאמר אחר ביאה אבער נישט ביאה אחר ביאה. וצ״ע.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 18, 2016 12:50 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:נעם אראפ דעם תנאי חלק. ער האט געגעבן דעם מאמר בזיקת יבמין און וועגן דעם איז דער דין ביי די משנה אז די צווייטע דארף נישט אפילו קיין גט.

ממה נפשך, לויט די חכמים ארבייט דאך א מאמר בזיקת יבמין אחר חליצה, פארוואס זאל עס נישט ארבייטן אחר ביאה? און ווידעראום לויט רבי איז דאך נישט דוקא ביי ביאה, ער האלט דאך אז אזא מאמר ארבייט נישט נאך חליצה אויך נישט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 20, 2016 6:06 pm

בקשה: איך זוך א גוטע רשימה/טבלא פון אלע עריות, מיט די מקור, ווען דער איסור גייט אן און די עונש.

אויב איינער האט/טרעפט אזא זאך ביטע מיטטיילן

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 21, 2016 3:51 pm

מיללער האט געשריבן:בקשה: איך זוך א גוטע רשימה/טבלא פון אלע עריות, מיט די מקור, ווען דער איסור גייט אן און די עונש.

אויב איינער האט/טרעפט אזא זאך ביטע מיטטיילן

נישטא אזא זאך?

איך האב אנגעהויבן קודם מיט א פשוט'ע ליסטע, איינער האט עפעס מוסיף צו זיין?
צוגעלייגטע
רשימת עריות.jpg

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1933
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דאנארשטאג יולי 21, 2016 6:44 pm

קרובות גרושה
קרובות חלוצה - לר״ע מדאורייתא
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 21, 2016 7:48 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:קרובות גרושה
קרובות חלוצה - לר״ע מדאורייתא

ביידע זענען אסור אלס 'אחות/קרובת אשתו' עס איז נישט קיין נייע ערוה/איסור, עס גייט פשוט נישט אראפ דער איסור לאחר גירושין, און לויט ר"ע האט א חלוצה א דין ווי אשתו

יישר כח פאר די הערות

למעשה בלייבט אז נאר דודתו/אשת אחי האב איז דוקא מן האב ולא מן האם, בין איך גערעכט?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 21, 2016 8:34 pm

א גוטן,

איך האב אלעמאל געוואוסט אז בלה"ק איז הוא מיט א ו' א לשון זכר און היא מיט א י' א לשון נקיבה, און איך האב נישט מדייק געווען אין חומש אז דאס איז נישט דער כלל.

לערנענדיג מס' יבמות דף נה. ברענגט די גמרא די פסוקים פון עריות אין פרשת אחרי קדושים, און ביי "ערות אחיך היא" דרש'נט די גמרא בהווייתה תהא (אז די איסור אשת אח מן האם בלייבט אפי' לאחר מיתת בעלה).

קוק איך אין די זייט ביי עוז והדר און איך זעה ער איז מעתיק דעם פסוק (ויקרא יח טז) 'ערות אחיך הוא' מיט א ו', שטיי איך שוין מיט מיין פעדער אין די האנט מיט א רצון אנצופירקלען די גמ' און אויסלאזן מיין צארן אויף ר' יהושע לייפער וממלכתו פארן נישט מעתיק זיין הכתוב כצורתו.

איך האב דאך געגעבן א שאנס פארן ממלכת און געעפנט א חומש, צו מיין וואונדער זענען די חברה כשר גערעכט, עס שטייט הוא מיט א ו', און נישט נאר דארט נאר "אמך הוא" "דדתך הוא" "נדה הוא" און אזוי ווייטער איבעראל, ואני משתאה וואס גייט דא פאר? אזא בעיסיק זאך און איך באנערק הערשט היצט.

און גארנישט, נישט רש"י, נישט דער אבן עזרא, נישט די אנדערע מפרשים, קיין ווארט נישט, יעדער איז העכסט צופרידן, און איך שטיי ווי א ליימענער גולם, נישט וואוסענדיג פשט.

תלי"ת פארן צושטעלן דעם 'גוגל הדור' און נאך עטליכע זוכענישען אהער און אהין קום איך אן צו די פורמים פון אוצר החכמה, ווי איינער פרעגט די קשיא ביי "זאת תורת העולה, הוא העולה" פארוואס שטייט דער הוא מיט א ו' בלשון זכר.

קומט א טייערער איד און ענטפערט געדולדיג, מיין טייערער פריינט די לעבסט אין א טעות, נישט דער ו' אדער דער י' מאכט דעם הוא/היא פאר א זכר/נקיבה, נאר די נקודה, א מלאופו"ם איז א לשון זכר (Hu) און א חיר"ק איז א לשון נקיבה (He), דוק ותשכח אז ביי די אלע פלעצער שטייט טאקע הוא מיט א ו' אבער די נקודה איז א חיר"ק.

און אלס ראי' ברענגט ער די ברייתא במס' סופרים פרק ו' הלכה ד' וז"ל הברייתא: א"ר שמעון בן לקיש, ג' ספרים נמצאו בעזרה וכו' באחד כתוב אחד עשר הוא ובשנים מצאו כתוב אחד עשר היא, וקיימו שנים ובטלו אחד.
זאגט דער נחלת יעקב אויפן פלאץ: דאיתא באדר"ן אחד עשר היא כתיב בתורה, ר"ל בכל התורה כתיב הוא בו' אף אי קאי על ל' נקיבה אלא דלנקיבה קרינן הוא בחיר"ק כאלו כתיב היא ולזכר קרינן במלאפו"ם, אבל בי"א מקומות בתורה כתיב היא ביו"ד. וכל הי"א מקומות מפורשים שם באבות דרבי נתן. עכ"ל

פארוואס זאג איך עס ענק? קודם ווייל אפשר נאך איינער האט דעם כלל נישט געוואוסט, והשנית אז מ'קען דעם 'גוגל הדור' נוצן אויף גוטע צוועקן אויך.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 22, 2016 12:50 pm

הבוחר בטוב האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אינטערעסאנטע באמערקונג - וויאזוי האט איר געטייטשט דאס ווארט "כלום" ביז פרק רבן גמליאל ממס' יבמות, און וויאזוי טייטשט איר עס היינט צוטאגס?


שיינע באמערקונג דא האסטו אן אפהאנדלונג מיט נאך דיגמאות. http://hebrew-academy.org.il/2012/08/08/%D7%9B%D7%9C%D7%95%D7%9D-%D7%95%D7%A9%D7%95%D7%9D-%D7%93%D7%91%D7%A8/


נאך איינס אין די סעריע:
וויאזוי האט איר געטייטשט "ותנא תונא" ביז היינט און וויאזוי טייטשט איר עס נאך מס' יבמות דף נו?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 29, 2016 12:13 pm

בדף ס' ע"ב ברענגט די גמרא שיטת רבי שמעון בן יוחאי אז א גיורת פחותה מבת ג' שנים ויום אחד מותרת לכהן, און שפעטער בסוף העמוד זאגט די גמרא "תניא וכן היה רבן שמעון בן יוחי אומר קברי עכו"ם אינם מטמאין וכו'" לכאורה פארוואס ברענגט דא די גמרא אראפ די מימר איבער קברי עכו"ם אינם מטמאין, עס האט דאך נישט קיין שייכות אהער, און סתם ווייל דאס איז נאך איין מאמר פון רשב"י, ש"ס איז פיל מיט מאמרי רבן שמעון און פונקט די מימרא ברענגט די גמרא?

האב איך געזען אז הגר"י ענגיל זצ"ל בגליונותיו איז מציין צו א הערליכע ווארט פונעם בנין אריאל בפר' מטות - קומענדיגע וואך - עי' בפנים ותמצא נחת:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 06&hilite=

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » זונטאג יולי 31, 2016 3:58 am

דף כ עמוד א' ביי די סוגיא פון חייבי לאוין
פרעגט די גמרא: ואימא חייבי כריתות? בפשטות איז די קשיא אז איך זאל איינזעצן די פסוק פון 'יבמתו' ביי חייבי כריתות, און חייבי לאוין זאלן זיין מותר אפילו ביבום, מכח עשה דוחה לא תעשה
אבער דא עקא, לערנענדיג רש"י, זאגט ער 'אימא חייבי כריתות נמי לילף מהכא'. אויבן אויף האב איך נישט געזעהן ווער ס'שטעלט זיך
דערויף
אבער ראה זה מצאתי, לערנענדיג דעם תוס' 'אי הכי', האב איך מעיין געווען אויך אין תוס' הרא"ש, זאגט דער תוס' הרא"ש א נייע מהלך אין שיטת רש"י אין אונזער סוגיא, און ער איז עס מדייק פון די פריערדיגע רש"י, אז לויט רב גידל דאס וואס מ'טאר נישט מייבם זיין קיין חייבי לאוין, איז ווייל ס'שטייט 'לקחת', אזוי ווי א געהעריגע פרוי, מ'זאל איהר מעגן געטן און צוריק נעמען, און ביי חייבי לאוין איז דאך נאר מותר ביאה ראשונה, ממילא איז זי בכלל נישט בכלל יבום, איי פארוואס רב גידל דערמאנט עס בכלל נישט, ווייל ער קומט בעיקר פארענפערן פארוואס בחליצה איז זי יא מחוייב, ע"ש וואו ס'איז זייער מדוייק איו די פריערדיגע רש"י.
לויט דעם איז דברי רש"י כראוי מוצקים, 'אימא חייבי כריתות נמי לילף מהכא' פון יבמתו, אז כאטש ביבום נישט - בחליצה יא, אבער חייבי לאוין וועט ווייטער זיין אסור וועגן די פסוק פון 'לקחת'.


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט