קושיות והערות על שיעורי היום - מסכת מגילה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

קושיות והערות על שיעורי היום - מסכת מגילה

תגובהדורך נאטרוליסט » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 6:58 pm

אתכבד בזה בפתיחה בדף ב.
בקושיות הגמ׳ מי התיר קריאת המגילה לבני הכפרים בי׳״א, י״ב וי״ג אם לא האנשי כנסת הגדולה, שאין בי״ד יכול לבטל דברי בי״ד חבירו אא״כ גדול הימנו בחכמה ובמנין.

וצ״ע מה בין זה לכל התיקונים שתיקנו חז״ל, שהחמירו והקלו למגדר מילתא או לצורך חיזוק הדת. וגם זה שהתירו להקדים לבני הכפרים היה צורך גדול, דבלא״ה לא הי׳ ביכולתם לקיים מצות קריאת המגילה באמצע השבוע?

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 10:33 pm

איזה תיקונים תיקנו חז"ל לשנות מקרא מפורש עם יום מסוים

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 12:17 am

ארבעים יכנו, ואתו רבנן ובצרו חדא.
חז״ל בטלו שופר וקריאת המגילה כשחל בשבת, משום גזירת שמא יעבירנו. - וכמו״כ הכא הקדימו לקרוא מגילה בכפרים כדי שלא יבואו יבואו לעבור על מקרא מגילה.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 12:36 am

לט מלקות הוא פירוש חז"ל בהדאורייתא, לא שביצרו
גזירת שמא יעבירנו הוא שוא"ת

מחזור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » זונטאג דעצמבער 13, 2015 12:47 pm

גמרא דף ג ע"א
ביומא ההוא יסגי מספדא בירושלים כמספדא דאחאב בר עמרי דקטל יתיה הדדרימון בן טברימון ברמות גלעד, וכמספדא דיאשיה בר אמון דקטל יתיה פרעה חגירא בבקעת מגידו

א חלק פון די מעשה האבן מיר נישט לאנג צוריק געלערנט (ס'וועט זיין אין איין בחינה...) אין תענית דף כ"ב ע"א וב'

ת"ר חרב שאמרו אינו צריך לומר חרב שאינו של שלום אלא אפילו חרב של שלום שאין לך חרב של שלום יותר מפרעה נכה ואעפ"כ נכשל בה המלך יאשיהו שנאמר (דברי הימים ב לה, כא) וישלח אליו מלאכים לאמר מה לי ולך מלך יהודה לא עליך אתה היום כי אל בית מלחמתי ואלהים אמר לבהלני חדל לך מאלהים אשר עמי ואל ישחיתך מאי אלהים אשר עמי אמר רב יהודה אמר רב זו ע"ז אמר הואיל וקא בטח בע"ז יכילנא ליה (דברי הימים ב לה, כג) ויורו היורים למלך יאשיהו ויאמר המלך לעבדיו העבירוני כי החליתי מאד מאי כי החליתי מאד אמר רב יהודה אמר רב מלמד שעשו כל גופו ככברה אמר ר' שמואל בר נחמני אמר רבי (יוחנן) מפני מה נענש יאשיהו מפני שהיה לו לימלך בירמיהו ולא נמלך מאי דרש (ויקרא כו, ו) וחרב לא תעבור בארצכם מאי חרב אילימא חרב שאינה של שלום והכתיב ונתתי שלום בארץ אלא אפילו של שלום והוא אינו יודע שאין דורו דומה יפה כי הוה ניחא נפשיה חזא ירמיהו שפוותיה דקא מרחשן אמר שמא ח"ו מילתא דלא מהגנא אמר אגב צעריה גחין ושמעיה דקא מצדיק עליה דינא אנפשיה אמר (איכה א, יח) צדיק הוא ה' כי פיהו מריתי פתח עליה ההיא שעתא (איכה ד, כ) רוח אפינו משיח ה':

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובהדורך שלך לחמך » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 12:43 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:אתכבד בזה בפתיחה בדף ב.
בקושיות הגמ׳ מי התיר קריאת המגילה לבני הכפרים בי׳״א, י״ב וי״ג אם לא האנשי כנסת הגדולה, שאין בי״ד יכול לבטל דברי בי״ד חבירו אא״כ גדול הימנו בחכמה ובמנין.

וצ״ע מה בין זה לכל התיקונים שתיקנו חז״ל, שהחמירו והקלו למגדר מילתא או לצורך חיזוק הדת. וגם זה שהתירו להקדים לבני הכפרים היה צורך גדול, דבלא״ה לא הי׳ ביכולתם לקיים מצות קריאת המגילה באמצע השבוע?

לויט די גמרא זעט אויס אז סאיז נאר זיי גרינגער צי מאכן, נישט אז איך האב מורא אז זיי וועלן נישט ליינען

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2015 9:19 pm

בדף ז: ובעאי למיכס צעא, עי' בדברי המהרש"א בח"א שכ' בדרך בדיחותא אודות הקערות שלנו שעשוין מדברים שראוין לאכילה

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מוצ"ש דעצמבער 19, 2015 8:30 pm

בדף ז. במחלוקת לענין איזהו ספרי קודש מטמאין את הידים. די מחלוקה צווישן רבי שמעון און רבי יוסי איז לגבי די מחלוקת צווישן ב"ש וב"ה ווער עס איז מחמיר און ווער מקיל לגבי קהלת?

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » זונטאג דעצמבער 20, 2015 12:06 pm

דף ח:

ביי זב זאג איך אז וטהר מיינט שאינו מטמא כלי חרס בהיסט למפרע און ביי מצורע מיינט וטהר שאינו מטמא בביאה למפרע, לגבי זב איז רש"י מסביר פארוואס דוקא דעס בין איך ממעט ווייל פון איין פסוק פארדעם לערנט מען ארויס אז ער איז מטמא בהיסט אבער ביי מצורע שרייבט נישט רש"י גארנישט וואס עפעס בין איך דוקא ממעט שאינו מטמא למפרע בביאה?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 20, 2015 3:18 pm

yahoo האט געשריבן:דף ח:

ביי זב זאג איך אז וטהר מיינט שאינו מטמא כלי חרס בהיסט למפרע און ביי מצורע מיינט וטהר שאינו מטמא בביאה למפרע, לגבי זב איז רש"י מסביר פארוואס דוקא דעס בין איך ממעט ווייל פון איין פסוק פארדעם לערנט מען ארויס אז ער איז מטמא בהיסט אבער ביי מצורע שרייבט נישט רש"י גארנישט וואס עפעס בין איך דוקא ממעט שאינו מטמא למפרע בביאה?

למעשה לערן איך דאס נישט, די גמרא ברענגט אין די קשיא א דמיון מילתא למילתא.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מאנטאג דעצמבער 21, 2015 10:54 am

צוריק צו דף ב.

ר' שמואל בר נחמני, זמן זמנם זמניהם לא משמע ליה,
מ'זעט אסאך מאל אין ש"ס אזא ענין אז ס'איז דא ווער ס'דרשנט נישט קיין איבריגע אותיות,

וואס איז פשט דערפון, זיי האלטען אז מ'קען נישט דרשנען פון קיין איבריגע אותיות, אדער האלטען זיי אז ביי די ספעציפישע ווארט איז נישט איבריג ?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » דינסטאג דעצמבער 22, 2015 8:40 am

דף יא. שלשה מלכו בכיפה ואלו הן אחאב נבוכדנצר ואחשורוש.

לכאורה ס'איז דאך געווען מלכות יהודה בימי אחאב.

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מיטוואך דעצמבער 30, 2015 9:47 pm

ביים חשבון פון יעקב אבינו איז מיר שוער אזוי:

דעם חשבון וואס מיר האבן איז אזוי:
יעקב כשיצא מבית אביו: היה 63 שנה
שהה בבית עבר: 14
שהה בבית לבן עד שנולד יוסף: 14
סך הכל: כשנולד יוסף היה יעקב צ״א שנה.
כשיוסף נמכר למצרים היה יעקב ק״ח שנה (בן 17 כשנמכר)
יוסף בבית אסורים: 13 שנה
שבע שנת השובע ושני שנת הרעב: 9 שנה
סך הכל היה יעקב כשמלך יוסף: 121 שנה
יעקב כשהגיע למצרים 9 שנה אח״כ 130 שנה.

חשבון ב:
יעקב כשעמד לפני פרעה: 130 שנה
יוסף באותו זמן 9 שנים אחר שנתמנה למשנה למלך: 39 שנה

130
-39
=91 שנה היה יעקב כשנולד יוסף.

- כ׳ שנים בבית לבן (כדכתיב זה לי עשרים שנה בביתך)
- י״ד שנים בבית עבר
- ב׳ שנים נשתהה בדרך.

א״כ היה יעקב 55 שנה כשלקח הברכות ולא 63?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך דעצמבער 30, 2015 10:49 pm

די לעצטע 6 יאר פון בית לבן און די 2 יאר פון נשתהה בדרך זענען דאך נכלל אין די יארן פון יוסף, האסטו 8 יאר ווייניגער
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג ינואר 01, 2016 9:12 am

נאטרוליסט האט געשריבן:ביים חשבון פון יעקב אבינו איז מיר שוער אזוי:
יוסף בבית אסורים: 13 שנה

לכאורה האט דיר שוין זייער גוט פארענטפערט, איך וויל נאר וויסען פון וואו האסטו גענומען די נאמער 13 איך ווייס נאר 12
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

מחזור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » פרייטאג ינואר 01, 2016 11:30 am

קונטרס בית חוניו מהרב ר' שמואל שלמה טעלער שליט"א
http://www.bechatsrossatmar.com/PDF/312 ... Shmos-5776

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » פרייטאג ינואר 01, 2016 12:41 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:ביים חשבון פון יעקב אבינו איז מיר שוער אזוי:
יוסף בבית אסורים: 13 שנה

לכאורה האט דיר שוין זייער גוט פארענטפערט, איך וויל נאר וויסען פון וואו האסטו גענומען די נאמער 13 איך ווייס נאר 12


יוסף הי׳ בן י״ז כשנמכר.
בן שלשים כשיצא מבית אסורים ועמד לפני פרעה.

הרי שהיה י״ג שנה במאסר.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג ינואר 01, 2016 1:21 pm

לאו דוקא במשמר, ווייל די ערשטע שטיקל צייט איז ער געווען בבית פוטיפר
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » זונטאג ינואר 03, 2016 3:03 pm

אגב פארציילט מען אז אין בריסק האט געוואוינט א טשערנאבלער אייניקעל וואס איז געווען בידידות מיט ר' חיים, האבן זיי זיך אמאל געשפארט וואס איז גרעסער לימוד התורה אדער מייחד זיין יחודים, האט דער אדמו"ר געברענגט א ראיה אז די 14 יאר לימוד התורה בבית עבר לערנט מען נאר ארויס פון א חשבון, משא"כ די עבודה פון די מקלות איז די תורה מאריך, וואס איז באקאנט פון זוהר אז דאס איז געווען געוואלדיגע יחודים, האט ר' חיים צירוק געזאגט למעשה אויף די 14 יאר לימוד התורה איז ער נישט נענש געווארן און אויף די יארן פון די יחודים יא.
באמת שטייט אזוי אין די גמ' אז א מצוה איז מגינא בעידנא דעסיק ביה, משא"כ תורה בין בעידנא דעסיק ביה בין בעידנא דלא עסיק ביה

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג ינואר 03, 2016 6:25 pm

מענין לענין שלא באותו ענין, האב איך פונקט היינט געזען איינע פון די מפרשי התורה פרעגן, פארוואס איז יעקב נענש געווארן אויף כיבוד אב ואם די גאנצע גיין צו לבן איז דאך געווען על פי צוואת אביו ואמו, ווען ער גייט ווען נישט וואלט ער געדארפט נענש ווערן,
נאר וואס דען, זיין מאמע האט אים געזאגט,ימים אחדים וואס באקאנט אז עס מיינט זיבן יאר, ימים של שבתות, און וועגן דעם נאך זיבן יאר האט טאקע יעקב אבינו געזאגט, כי מלאו ימי זאגט רש"י הם הימים אחדים שאמרה לו אמו, איז ווען לבן האט אויסגעפאפט יעקב און געגעבען לאה אנשטאט רחל, האט יעקב געדארפט מקבל זיין די גזירה מן השמים און זיך אויסדייען און אהיים גיין ווייל די מצוות מורא אב ואם איז שוין נשלם געווארן, און אז יעקב איז געבליבן לענגער ארבעטן כדי צו מעמיד זיין א תולדה פון רחל אויך, האט ער מיט דעם מגלה געווען אז ער איז נישט דא משום כיבוד אב נאר וועגן אהבת רחל, איז עס געווען א חטא, איז געווען טאקע מידה כנגד מידה אז די קינד איז אוועק גענומען געווארן פון אים
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובהדורך שלך לחמך » דינסטאג ינואר 19, 2016 3:55 pm

דף יא.
די גמרא ברענגט א ראי' אז אחאב איז געווען מושל בכיפה ווייל ווי אזוי האט ער געקענט זיכן דארט ווי ער איז נישט קעניג.
פארוואס קען ער נישט זיכען מיט מרגלים?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 19, 2016 5:51 pm

הבוחר בטוב האט געשריבן:דף יא. שלשה מלכו בכיפה ואלו הן אחאב נבוכדנצר ואחשורוש.

לכאורה ס'איז דאך געווען מלכות יהודה בימי אחאב.


שלך לחמך האט געשריבן:דף יא.
די גמרא ברענגט א ראי' אז אחאב איז געווען מושל בכיפה ווייל ווי אזוי האט ער געקענט זיכן דארט ווי ער איז נישט קעניג.
פארוואס קען ער נישט זיכען מיט מרגלים?


על פי פשטות, די גמ' ברענגט די ראיה מכח די שבועה, דאס וואס עובדיה האט געשוואורן אז אחאב האט געזוכט איבעראל איז נאר שייך אויב ער האט געהאט בעלות צו זוכן איבעראל, אז נישט, אפשר האט מען די שלוחים/מרגלים ערגעץ נישט אריינגעלאזט? און עובדיה איז מוסיף אז אחאב האט באשוואורן אלע מדינות צו פרעגן צו אליהו איז דארט, דאס אלעס ווייזט בפשטות אז ער איז געווען בכח דאס צו טאן אלס מושל אויף אלע מדינות.

אבער אינטערעסאנט אז סיי דער רד"ק און דער רלב"ג דארט אין מלכים זאגן קלאר היפך דברי הגמ' אז ער איז שארף נישט געווען קיין מושל בכיפה, און דער רלב"ג טענה'ט אט דאס וואס הרב הבוחר פרעגט, אין ארץ ישראל גופא איז ער ניטאמאל געווען מושל איבעראל עיי"ש וצ"ע

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך ינואר 20, 2016 6:03 am

בדף ל. ברש"י ד"ה ת"ר, "ברייתא זו מפורשת למעלה 'בסירוגין' לרב כדאית ליה וכו' "

רשיה"ק נוצט דעם ווארט 'בסירוגין' בל' מליצה נאכדעם לשון נופל על לשון פון מסרגין לשבתות ודו"ק

אגב, האבן מיר דאס ענין געהאט אויבן שוין ביי קריאת המגילה בסירוגין און אין די גמ' די מעשה פון אמתא דבי רבי

אוועטאר
המחפש
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 5:40 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך המחפש » מיטוואך ינואר 20, 2016 6:27 pm

מיללער האט געשריבן:
הבוחר בטוב האט געשריבן:דף יא. שלשה מלכו בכיפה ואלו הן אחאב נבוכדנצר ואחשורוש.

לכאורה ס'איז דאך געווען מלכות יהודה בימי אחאב.


שלך לחמך האט געשריבן:דף יא.
די גמרא ברענגט א ראי' אז אחאב איז געווען מושל בכיפה ווייל ווי אזוי האט ער געקענט זיכן דארט ווי ער איז נישט קעניג.
פארוואס קען ער נישט זיכען מיט מרגלים?


על פי פשטות, די גמ' ברענגט די ראיה מכח די שבועה, דאס וואס עובדיה האט געשוואורן אז אחאב האט געזוכט איבעראל איז נאר שייך אויב ער האט געהאט בעלות צו זוכן איבעראל, אז נישט, אפשר האט מען די שלוחים/מרגלים ערגעץ נישט אריינגעלאזט? און עובדיה איז מוסיף אז אחאב האט באשוואורן אלע מדינות צו פרעגן צו אליהו איז דארט, דאס אלעס ווייזט בפשטות אז ער איז געווען בכח דאס צו טאן אלס מושל אויף אלע מדינות.

אבער אינטערעסאנט אז סיי דער רד"ק און דער רלב"ג דארט אין מלכים זאגן קלאר היפך דברי הגמ' אז ער איז שארף נישט געווען קיין מושל בכיפה, און דער רלב"ג טענה'ט אט דאס וואס הרב הבוחר פרעגט, אין ארץ ישראל גופא איז ער ניטאמאל געווען מושל איבעראל עיי"ש וצ"ע




אין מדרש שטייט קלאר אז די ראיה איז פון די שבועה וז"ל:
מדרש רבה אסתר פרשה א פסקה ה
אחאב שלט בכולן הה"ד (שם י"ח) חי ה' אלהיך אם יש גוי וממלכה וגו' וכי אדם משביע במקום שאינו שולט?

אויף די קשיא פון די רד"ק און רלב"ג וכו' - עי' באריכות בכלי יקר מלכים א-יח
צוגעלייגטע
Document3.pdf
כלי יקר - מלכים א'-י"ח
(249.1 KiB) דאונלאודעד 194 מאל
מכון לכל עניני ליקוטים ומראי מקומות hamchapes@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך ינואר 20, 2016 6:30 pm

יישר כח גדול וחזק!


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט