דל גאה האט געשריבן:אביסל קלארער צומאכן די נושא אין פרובירן אז אלעס זאל שטומען איז אזוי
האמיר געשמועסט פון צוויי זאכן וואס ווערט דערמאנט אין די גמרא
א. פון מצות תפילין שמקורו בסוכה מו עא ונפסק בשוע אוח סי כה סיעף יב אז מען דארך טאקע איבער מאכן יעדע מאל וואס מען לייגט א ברכה( ועיין בבאר הגולה שכתב שמקורו בסוכה מו וכרבי )שטייט ווייטער אין די מחבר " הזיזם ממקומם אדעתא להחזירם מיד צריך לברך " אין אויף דעים זאגט די רמא אז ויש אומרים שלא לברך וכבר נתבאר לעיל סימן ח סעיף יד (וואס דאס איז ביי הלכות ציצית ) עמער באלד אביסל
מער אויסשמועסן דע הלכה ביי טלית
קומט יעצט אויס אז אפילו אונז פסקנן וואו רבי איז דאך דא א מחלוקה צווישן די מחבר אין די רמא צו ווען סאיז נישט דא קיין גרויסע הפסק צו מען דארף איבערמאכן א ברכה אדער נישט . והבן
ב. ביי הלכות סוכה וואס מקורו איז אויך אין סוכה מה עב אז מען דארף יעדע מאל איבער מאכן א ברכה ונפסק בשוע סימן תרלט סיעף ח שכתוב המחבר נהגו . שאין מברכים על הסוכה אלא בשעת אכילה .
ועיין במשנה ברורה סיעף קטן מז וזל ואף אם יצא מסוכתו רק שהיה דעתו להחזיר מיד אצ לברך שניתל ברענגט ער ווייטער א ויא דכיון שיצי בינתים אפילו על דעת לחזור מיד צריך לברך וואס דאס איז לכאורה די מחלוקה פון די רמא אין די מחבר ביי הלכות תפילין
ג. דאס איז שוין אזאך וואס שטייט אין הלכות ציצית סימן ח סיעף יד וזל המחבר אם פשט טליתו אפילו היה דעתו לחזור ולהתעטף בו מיד צריך לברך כשיחזור ויתעטף בו מיד . זאדט די רמא ויש אומרים שאין מברכין אם היה דעתו לחזור ולהתעטף בו , האמיר ווייטער די זעלבע מחלוקה נאכאמאל
היוצא לנו מזה אז מנעמט אן וואו רבי ביי אלע פעלער נאר יעצט איז דא א מחלוקה צו יעדע היסח הדעת דארף מען שוין איבערמאכן די ברכה אדער נישט .
יעצט דעיס וואס איר האט אריין געמישט די מחלוקה פון די רת צו מדארף מאכן א ברכה נאר ווען מגייט יעצט עסן אין די סוכה , למחילת כבודך פארשטיי איך נישט וואו עס קומט אריין דא ווייל אפילו איך האלט אז מדארף מאכן א לישיב אפילו איך עס נישט , קען אבער נאך אלץ זיין אז איך וועל נישט דארפן מאכן יעדע מאל א ברכה ווען איך איך קום אריין אין די סוכה אזוי וואו די רמא ,
יעצט ביי הלכות תפילין איז אזוי איז ווען איינער גייט אריין אין א בית הכסא קבוע וואלט לכאורה געדארפט זיין די הלכה אז מען דארף איבערמאכן א ברכה ווייל מטאר דאך דארט ניש אריין גיין הייסט דעיס א היסך הדעת (ועיין בתוספות סוכה מה עב דה אחד) אין אזוי האבן טאקע אסאך געטון ובזה נכלל רוב פוסקים ונכלל אדמור מצאנז אדמור מסאטמאר אדמור תוא זיע אז עכפ איין ברכה זיכער
נאר וואס דען סדא א מגן אברהם סקכב וואס וואס שרייבט וזל ואפשר לומר דכשבית הכסא אין אינו רחוק כמו בית הכסא שלהם אינו צריך לברך ועכל אין דעיס איז לכאורה זייער אינטערסאנט ווייל לויט ווי אזוי די מגן אברהם אליין איז מסביר פארדעים אז א בית הכסא וואס מען טאר נישט אריין גיין מיט דעים מיט די תפילין איז אידחי ליה הברכה , ממילא וואס האט עס מיט נאנט אין ווייט , (אגב אין הלכות סוכה איז יא משמע פון מגא אז הליכה הוי הפסק )
איז לכאורה פארלאזט זיך דער עולם אויף די מגא אבער לכאורה וואלט נישט געדארפט זיין אזוי וואס אפילו די תניא סימן ל פסקנט אויך נישט וואו די מגא אין רוב פוסקים פסקנן מען זאל יא איבער מאכן סאו לכאורה איז עס נאר א חסרון ידיעה
הצלחה
זייער זייער שיין צולייגט.
איך וואלט עס ווען מסכם גווען אזוי.
א. ביה"כ שבשדות, זעט מען קלאר אין די גמרא אז רבא אליבא דרבי דארף מען איבערמאכן א ברכה, ובזה ליכא שום פקפוק.
ב. ביה"כ כהיום. פשטות אין די פוסקים ווערט נישט דערמאנט קיין חילוק, אבער דער מג"א וויל זאגן אז אפשר ביה"כ היינט וואס איז נאנט אפשר זאל מען נישט דארפן איבערמאכן א ברכה.
ג. חלץ/יצא על מנת לחזור איז א מחלוקת. לויטן רמ"א מאכט מען נישט איבער. ומוקי הא דרבא ורבי דוקא כשלא נתכוין או כשיצא לביה"כ כההוא דרבא.
סא למעשה האמיר עפעס א מהלך ווי אזוי דער מנהג קען שטימען מיט רבא.
(וועגן ביה"כ און די תפלין, דאכט זיך מיר אז ווען מען גייט ארויס נאר להשתין אין די היינטיגע ביה"כ וואס מען קען א סך דן זיין עס זאל האבן א דין ווי ביה"כ דפרסאי, קען זיין גרינגער).
ברכת סוכה גייט שוין אריין אין א מער קאמפלעצירטער שמועס. דהיינו אפילו לויט ר"ת וואס זאגט אז מען מאכט נאר א ברכה בשעת אכילה, איז אויך מודה אז טיול ושינה איז מחויב בסוכה וברכה, נאר ער זאגט אז זיי ווערן א "טפל" פאר די אכילה און זיי ווערן "נפטר" בברכתו.
שטעלט זיך די שאלה וואס טועט זיך איינער גייט ארויס נאך נאכטמאל צו שמחת בית השואיבה און קומט שפעטער צוריק צו די סוכה שלאפן ברענגט די מ"ב פון חיי אדם אז דאן דארף ער לכו"ע מאכן א ברכה אויפן שלאפען, ווייל ער האט נישט מיט וואס נפטר צו ווערן, פונעם פריערדיגען אכילה האט ער דאך שוין געמאכט א גרויסען הפסק. פונעם תניא דאכט זיך קומט אויס אז די "סוכה" ווערט געפטרט אפילו עס גייט זיין א גרויסער הפסק.