קושיות והערות על שיעור היום - מסכת יומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19630
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 20, 2015 1:27 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:די גמ' זאגט אין לשכת בית האבן איז געווען כלים פון גללים, כלי גללים. אין רש"י דא טייטשט צפיעי בקר, רש"י אין אנדערע פלעצער טייטשט אז ס'איז געווען שייש. דער גליון הש"ס צייכענט עס אן.

קודם וויל איך פארשטיין די טייטש פון צפיעי בקר, און פארוואס טייטשט רש"י הק' אנדערש גללים דא ווי אין מס' שבת?

שמעלקא לעבן, מעגסט שוין איבער'חזר'ן ווידעראמאל מס' שבת..

רשיה"ק אין מס' שבת זעלבסט טייטש אנדערש פון דף ט"ז ע"ב ביז נ"ח ע"א.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג ינואר 20, 2015 1:32 pm

אמר ר' נחמן מודינא היכא דאיכא שריים לאכילה,
סתם אזוי ביי א קרבן ציבור איז נישט דא שריים לאכילה?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 20, 2015 2:08 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:אמר ר' נחמן מודינא היכא דאיכא שריים לאכילה,
סתם אזוי ביי א קרבן ציבור איז נישט דא שריים לאכילה?

א מוסף איז אלעמאל א עולה און אלע מנחות ונסכים ביי קרבנות ציבור, זענען כליל תקטר. זעלטן זענען דא קרבנות ציבור עם שיריים שנאכלין

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג ינואר 20, 2015 2:12 pm

ייש"כ
איז דא נאך עפעס חוץ מנחת עומר?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג ינואר 20, 2015 2:14 pm

שלמי ציבור זאגט מען יעדען טאג ביי קרבנות ונאכלין לפנים מן הקלעים
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג ינואר 20, 2015 2:20 pm

דאס איז די כבשי עצרת,

און איין שטיקל פריער, חטאת הציבור וכו' שעירי ראשי חדשים ושל מועדות די זעלבע,
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דינסטאג ינואר 20, 2015 2:52 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:אויף דף ו' ע"ב רש"י ד"ה הותרה היא בציבור זאגט רש"י: ואף קרבן שלו דוחה את הטומאה שהרי זמנו קבוע וקרבנו תלוי בו, אז אפי' די קרבן "יחיד" וואס דער כהן פריוואט ברענגט משלו איז אויך אין כלל פון טומאה הותרה בציבור וויבאלד ס'איז זמן קבוע לו וקרבנו תלוי בו.

לכאו' אויף דף ז' ע"א זאגט די גמרא באילים מיינט באילו של אהרן דאע"ג דקביע ליה זמן כיון דיחיד הוא מהדרינן, אז אפי' ס'איז קבוע ליה זמן מיט דעם אלעם זוכט מען עס צו מאכן בטהרה און נישט זאגן טומאה הותרה. וואסי די חילוק פריער אז מ'זאגט הותרה ווייל ס'איז קביע ליה זמן און דא איז מהדרינן ווייל ס'איז דיחיד?

מאכט דער ריטב"א קדישא א חילוק צווישן ברענגן א קרבן בטומאה פונעם כהן צו אז דער עצם זאך זאל זיין טמא. אזוי האב איך פארשטאנען דעם ריטב"א, אויב איינער קען עס ביטע מעתיק זיין.


די ריטב"א זאגט אז די חילוק איז צו מ'רעדט פון מקריב זיין די קרבן בטומאה דאן זאג איך אז מהדרינן לעשותו בטהרה, משא"כ ווען מ'רעדט נאר צו מ'דארף מטריח זיין דעם כהן צו האבן הפרשה ז' ימים זאג איך אז ס'האט א הלכה ווי א קרבן ציבור אז ער דארף נישט האבן הפרשה.

צדיקל
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2013 5:19 pm

תגובהדורך צדיקל » דינסטאג ינואר 20, 2015 3:36 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:אויף דף ו' ע"ב רש"י ד"ה הותרה היא בציבור זאגט רש"י: ואף קרבן שלו דוחה את הטומאה שהרי זמנו קבוע וקרבנו תלוי בו, אז אפי' די קרבן "יחיד" וואס דער כהן פריוואט ברענגט משלו איז אויך אין כלל פון טומאה הותרה בציבור וויבאלד ס'איז זמן קבוע לו וקרבנו תלוי בו.

לכאו' אויף דף ז' ע"א זאגט די גמרא באילים מיינט באילו של אהרן דאע"ג דקביע ליה זמן כיון דיחיד הוא מהדרינן, אז אפי' ס'איז קבוע ליה זמן מיט דעם אלעם זוכט מען עס צו מאכן בטהרה און נישט זאגן טומאה הותרה. וואסי די חילוק פריער אז מ'זאגט הותרה ווייל ס'איז קביע ליה זמן און דא איז מהדרינן ווייל ס'איז דיחיד?

מאכט דער ריטב"א קדישא א חילוק צווישן ברענגן א קרבן בטומאה פונעם כהן צו אז דער עצם זאך זאל זיין טמא. אזוי האב איך פארשטאנען דעם ריטב"א, אויב איינער קען עס ביטע מעתיק זיין.


די לשון הריטב"א איז
זאת אומרת טומאה הותרה בציבור פרש"י ז"ל וביום הכפורים כוליה קרבן צבור ואף קרבן שלו דוחה את הטומאה שהרי זמנו קבוע וקרבן ציבור תלוי בו(לפננו כתב ברש"י וקרבנו תלוי בו). וקשה דהא לקמן אמרי' דאילו של אהרן אע"ג דקביע ליה זמן כיון דיחיד הוא מהדרי' לעשתו בטהרה.
ויש לומר דהתם הוא שלא לעשותו בטומאה ממש ואומר להביא אחרת תחתיה, אבל לענין דלא נטרח למעבד הפרשה דין קרבן צבור יש לו. ובתוס' פירשו דאע"ג דאילו קרבן יחיד משום אילו בלבד לא רצו להפרישו, דהא פר קרבן צבור הוא חשוב כי רוב עבודות התלויות בקרבן השעיר ציבור תלוי בו


דער ריטב"א זאגט צוויי תירוצים, די ערשטע מאכט ער א חילוק, דא רעדט מען פון הפרשה אז דער כה"ג זאל נישט טמא ווערן, אויף דעם זאגט איך אז ס'פעלט נישט אויס. אבער דארט ביים איל רעדט מען ס'איז זיכער טמא געווארן, זאגט מען מ'זאל מקריב זיין אן אנדערע איל, אדער אז דער כה"ג איז באמת טמא געווארן, זאג איך אז דער צווייטע כהן זאל עס מקריב זיין.

די צווייטע תי' זאגט ער, אז עס איז א חילוק צווישן די פר החטאת פונעם כה"ג און די איל פונעם כה"ג, די פר החטאת פונעם כה"ג האט א דין קרבן ציבור, ווייל די שעיר החטאת של ציבור איז תלוי אינעם פר, ווי דער ריטב"א ברענגט די לשון רש"י וקרבן ציבור תלוי בו, אויב איז דער כה"ג מקריב זיין פר קען מען מקריב זיין די שעיר החטאת, און אויב נישט איז עס מעכב. אבער די איל איז נישט מעכב, וועגן דעם פארן פר וואס איז ווי א קרבן ציבר פעלט נישט אויס קיין הפרשה, און פארן איל אליין האבן מען נישט מתקן געווען קיין הפרשה.

זאגן זיי שוין פארוואס טאקע פארן איל אליין האט מען נישט מתקן געווען קיין הפרשה, ווייל אויב ווערט דער כה"ג טמא, קען דער כהן אחר מקריב זיין די איל.

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דינסטאג ינואר 20, 2015 3:46 pm

א שכח צדיקל פארן אראפברענגן לשונו הטהור פונעם ריטב"א, איך האב נאר געשריבן לפי זכרוני.

צדיקל האט געשריבן:זאגן זיי שוין פארוואס טאקע פארן איל אליין האט מען נישט מתקן געווען קיין הפרשה, ווייל אויב ווערט דער כה"ג טמא, קען דער כהן אחר מקריב זיין די איל.


ווער איז די זיי זאגן?

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג ינואר 20, 2015 3:57 pm

yahoo האט געשריבן:א שכח צדיקל פארן אראפברענגן לשונו הטהור פונעם ריטב"א, איך האב נאר געשריבן לפי זכרוני.

צדיקל האט געשריבן:זאגן זיי שוין פארוואס טאקע פארן איל אליין האט מען נישט מתקן געווען קיין הפרשה, ווייל אויב ווערט דער כה"ג טמא, קען דער כהן אחר מקריב זיין די איל.


ווער איז די זיי זאגן?


די בעלי התוספות
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג ינואר 20, 2015 3:59 pm

ישר כח הרב הצדיק.

-

כ'טראכט יעצט, וואו זעהט מען אז קביע ליה זמן זאל מען מתיר זיין טומאה?

מילא ציבור לערנט מען ארויס דארט ביי פסח שני ווייל ס'שטייט איש איש, אבער קביע ליה זמן וואו זעהט מען? ביי קרבן פסח זעהט מען אז טראץ וואס ס'איז קביע ליה זמן איז עס נישט מותר בטומאה?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 20, 2015 4:28 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:ישר כח הרב הצדיק.

-

כ'טראכט יעצט, וואו זעהט מען אז קביע ליה זמן זאל מען מתיר זיין טומאה?

מילא ציבור לערנט מען ארויס דארט ביי פסח שני ווייל ס'שטייט איש איש, אבער קביע ליה זמן וואו זעהט מען? ביי קרבן פסח זעהט מען אז טראץ וואס ס'איז קביע ליה זמן איז עס נישט מותר בטומאה?

שמעלקא, חזור חזור ואל תצטרך לבלזור:
http://www.hebrewbooks.org/shas.aspx?me ... format=pdf

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג ינואר 20, 2015 4:46 pm

בזיונות!

במועדו איז דער לימוד, איא?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 20, 2015 4:57 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:בזיונות!

במועדו איז דער לימוד, איא?

ס'אן אריכות צו במועדו אדער איש נדחה ואין ציבור נידחין, עיי"ש היטב ובתחילת הפרק ובתוס'

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 20, 2015 11:07 pm

דף ז: ח. תמיד שלא יסיח דעתו ממנו. ווי ליגט דער ענין פון ימשמש,בכל שעה ולא יסיח דעתו אינעם ווארט תמיד?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 20, 2015 11:14 pm

מיללער האט געשריבן:דף ז: ח. תמיד שלא יסיח דעתו ממנו. ווי ליגט דער ענין פון ימשמש,בכל שעה ולא יסיח דעתו אינעם ווארט תמיד?

יעצט זעה איך דער שפת אמת, מתוק מדבש
צוגעלייגטע
IMG_20150120_231313_507.jpg

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19630
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך ינואר 21, 2015 9:42 am

farshlufen האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:די גמ' זאגט אין לשכת בית האבן איז געווען כלים פון גללים, כלי גללים. אין רש"י דא טייטשט צפיעי בקר, רש"י אין אנדערע פלעצער טייטשט אז ס'איז געווען שייש. דער גליון הש"ס צייכענט עס אן.

קודם וויל איך פארשטיין די טייטש פון צפיעי בקר, און פארוואס טייטשט רש"י הק' אנדערש גללים דא ווי אין מס' שבת?

שמעלקא לעבן, מעגסט שוין איבער'חזר'ן ווידעראמאל מס' שבת..

רשיה"ק אין מס' שבת זעלבסט טייטש אנדערש פון דף ט"ז ע"ב ביז נ"ח ע"א.

שמעלקא, עיין כלים פרק' י משנה א' ובמפרשים
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך ינואר 21, 2015 10:04 am

ייש"כ הרב מיללער פאר די הייליגע ווערטער פון שפת אמת,
ביי די צדיקים איז יעדע ריר געווען לפני ה', הלואי זאלן מיר קענען אביסל בשעת די תפילין איז על מצחו, זיין לפני ה'.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך ינואר 21, 2015 10:46 am

ייש"כ מיללער פארן שפת אמת, הייליג זיס.

-

דער שאגת ארי' אין גבורת ארי פרעג א קשיא די גמ' זאגט (ח' ע"ב) והא קימא לן דהזאה שבות ואינה דוחה את השבת. לכאו' זאגט מען דאך אין שבות במקדש און דאס איז דאך לצורך מקדש.

און דער שפת אמת קדישא איז נאך מוסיף, אויב איז ער טמא געווען איז דאך עס א צורך מקדש און אויב נישט איז דאך עס נישט קיין איסור שבות ווייל דער גאנצע איסור איז דאך אז ער איז א "מתקן מנא" אבער אויב ער איז טהור אידאך נישטא קיין פראבלעם.

זאגט דער שפת אמת אז דער גאנצע מזין עליו בכל יום איז דאך נאר אז ס'זאל זיין הזאה בזמנה, און פארדעם בינעך נאכנישט מתיר שבות במקדש. און ער פירט אויס אז אויב מ'זאגט אז מ'איז מזה נאר שלישי ושביעי וועט מען אפשר דוחה זיין שבת ווען ס'געפאלט בשביעי או בשלישי טאקע מטעם הנ"ל שאין שבות במקדש.

דא האט איז דער שפת אמת
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך ינואר 21, 2015 1:13 pm

דף ו' ע"א
בתוספות אלא יש לפרש מביתו למה פירש הוה לן למימר שיפרישוהו למחילה אחת בהר הבית דאמרי' פרק כיצד צולין (שם דף פו.) דמחילות לא נתקדשו.

וואס איך פארשטיי נישט איז, לויט תוספות צי וואס דען האט מען עם בכלל געמוזט מפריש זיין אין הר הבית, אויב פעלט בכלל נישט אויס עס זאל זיין בקדושת הר הבית, האט מען דאך געקענט מפריש זיין אין עפעס א שטיבל אין ירושלים, וואס פעלט אויס אז די פרישה זאל זיין אין א מחילה בתוך שטח ההר, אויב עס האט במילא נישט די קדושה?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך ינואר 21, 2015 1:32 pm

יהיה כן האט געשריבן:דף ו' ע"א
בתוספות אלא יש לפרש מביתו למה פירש הוה לן למימר שיפרישוהו למחילה אחת בהר הבית דאמרי' פרק כיצד צולין (שם דף פו.) דמחילות לא נתקדשו.

וואס איך פארשטיי נישט איז, לויט תוספות צי וואס דען האט מען עם בכלל געמוזט מפריש זיין אין הר הבית, אויב פעלט בכלל נישט אויס עס זאל זיין בקדושת הר הבית, האט מען דאך געקענט מפריש זיין אין עפעס א שטיבל אין ירושלים, וואס פעלט אויס אז די פרישה זאל זיין אין א מחילה בתוך שטח ההר, אויב עס האט במילא נישט די קדושה?

בעצם די פרישה אז עס דארף זיין סמוך צום בית המקדש, סיי אויב איך לערן עס פון די מילואים ומפתח אהל מועד לא תצאו און סיי אויב איך לערן עס פון סיני, ביידע מאל איז דאך די פרישה געווען נאנט צו די קדושה.

נאר אויב דארף ער זיך נישט פורש זיין מאשתו, קען ער דאך נישט קומען אין א מקום קדוש, דאן זאל ער זיין סמוך ונראה במחילות שלא נתקדשו וזה וזה יתקיים בידו.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך ינואר 21, 2015 1:34 pm

שכוח, סקרענטאנער (כ'האב נאך נישט א בליק געטון אין ארטסקרול גמרא......)

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » מיטוואך ינואר 21, 2015 5:35 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:אויף דף ו' ע"ב רש"י ד"ה הותרה היא בציבור זאגט רש"י: ואף קרבן שלו דוחה את הטומאה שהרי זמנו קבוע וקרבנו תלוי בו, אז אפי' די קרבן "יחיד" וואס דער כהן פריוואט ברענגט משלו איז אויך אין כלל פון טומאה הותרה בציבור וויבאלד ס'איז זמן קבוע לו וקרבנו תלוי בו.

לכאו' אויף דף ז' ע"א זאגט די גמרא באילים מיינט באילו של אהרן דאע"ג דקביע ליה זמן כיון דיחיד הוא מהדרינן, אז אפי' ס'איז קבוע ליה זמן מיט דעם אלעם זוכט מען עס צו מאכן בטהרה און נישט זאגן טומאה הותרה. וואסי די חילוק פריער אז מ'זאגט הותרה ווייל ס'איז קביע ליה זמן און דא איז מהדרינן ווייל ס'איז דיחיד?

מאכט דער ריטב"א קדישא א חילוק צווישן ברענגן א קרבן בטומאה פונעם כהן צו אז דער עצם זאך זאל זיין טמא. אזוי האב איך פארשטאנען דעם ריטב"א, אויב איינער קען עס ביטע מעתיק זיין.


עיין בתוס' ח.ד"ה אי סבר

צדיקל
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2013 5:19 pm

תגובהדורך צדיקל » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 3:54 pm

די גמ' דף ח. ורבי יהודה לקבוע לו מקום מנא ליה נפקא ליה מעל מצחו, ור"ש נמי תיפוק ליה מעל מצחו, אין ה"נ אלא על מצחו ונשא מאי עביד ליה, אמר לך ראוי למצח מרצה, שאינו ראוי למצח אינו מרצה, לאפוקי נשבר הציץ דלא מרצה, ולר' יהודה נשבר הציץ מנא ליה, נפקא ליה ממצח מצחו, ור"ש מצח מצחו לא משמע ליה.

לכאורה וואס פרעגט די גמ' פון ווי ר' יהודה ווייסט נשבר הציץ אינו מרצה, ר' יהודה האלט דאך אז ווען ס'איז נישט על מצחו איז די ציץ נישט מרצה, איז דאך אז נשבר הציץ זעכער נישט מרצה, עס איז דאך נישט על מצחו.

געזען דער ריטב"א פרעגט די קי' און זאגט, תירצו בתוספות דאי לית לי' לר' יהודה קרא למעוטי נשבר הציץ, לית לי' לאוקמיה קרא דלעיל להיכא דתלי בסיכתא אלא להיכא דנשבר, דכל מה דאפשר לאפושי ברצוי מפישנן מכיון דכתיב תמיד לרצון.

די תוספות וואס דער ריטב"א ברענגט, איז תוספות ישנים וואס איז דא על הדף, וזה לשונו.
נשבר הצץ מנ"ל, וא"ת מהאי לישנא גופיה דעל מצחו ונשא, וי"ל דה"ק נשבר הציץ מנ"ל דמעיקרא ה"ל לאוקמא קרא אנשבר, ולא לאינו על מצחו דאינו מרצה.

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 4:22 pm

דף ד:

די גמרא ברענגט אפאר דיעות איבער די פרישה בסיני, ר' נתן אומר כדי למרק אכילה ושתי' במעיו און רש"י זאגט אז ער לערנט אזויווי ר' יוסי הגלילי אבער לא ניתן ללמוד מכאן פרישה לשאר הנכנסין, און נאכדעם ברענגט די גמרא נאך א שיטה פון ר' מתיא בן חרש לאיים עליו כדי שתהא תורה ניתנה באימה, און בפשטות קען מען פון דא אויך נישט ארויסלערנן לשאר הנכנסין למחנה שכינה, אבער רש"י דא זאגט גארנישט (אזויווי ער זאגט פריער) און רש"י לייגט צו נאך ווערטער "וישים לבבו ליכנס למחנה שכינה באימה". ס'קוקט עפעס אויס ווי רש"י האט געהאלטן אז פון דא קען מען יא ארויסלערנן פאר כל הנכנסין למחנה שכינה. אויב בין איך גערעכט, פון ווי נעמט עס טאקע רש"י אז ס'גייט ארויף אויף יעדעם? אין די גמרא שטייט דאף נאר כדי מקבל צו זיין די תורה באימה.


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט