מיללער האט געשריבן:אנהייבנדיג דעם לעצטן פרק אין מס' יומא האט עס געגעבן א טרייסל, אט אט גיימיר שוין מאכן דעם גרויסן סיום, בסיעתא דשמיא ובעזרתו יתברך וועל מיר טאקע זוכה זיין דערצו בקרוב ביום קבלת התורה הבעל"ט, בשמחה ובאנפין נהירין.
דער נייער פרק האט אונז ארויסגענומען פונעם גליקליכען אמאל, פון די גאלדענע עבודה אין בית המקדש שיבנה במהרה בימינו, און אונז אריינגעווארפן אין אונזער "יום הכיפורים" וואס מיר קענען פון יאר-יערליך, די חמשה עינוים און די הלכות המסתעפות, די סוגיות פון חצי שיעור און אנדערע אקטועלע און פאפולערע הלכות למעשה, בריך רחמנא דיהב לן אורייתא, לולי תורתך שעשועי אז אבדנו בעניינו.
ר' שמעלקא האט אנגערירט די נקודות פון חצי שיעור, נעכטן האט מיין חברותא היקר הי"ו מיר מעורר געווען על דברי רש"י הק' אנהייב פון די סוגיא, ווי עס איז משמע אז לויט ריש לקיש אז דער דין פון שבועה איז נאר חל אויף חצי שיעור, איז דאס נאר ווען למעשה האט ער געגעסן טאקע נאר א חצי שיעור, די רגע אבער ער עסט א גאנצע כזית נו"ט רח"ל איז ער פטור פון קרבן שבועה משום מושבע ועומד מהר סיני, האמיר זיך געווינדערט פארוואס דאס איז טאקע אזוי, אמער, אין יעדן כזית איז זאך דא אויך א חצי כזית, און אויב די שבועה האט חל געווען אויפן חצי שיעור פארוואס זאל ער נישט ברענגען א קרבן אויף דעם ערשטן חצי שיעור?
למעשה האב איך געזען אז דער שפת אמת שטעלט זיך דערויף און ער בלייבט בצריך עיון.
לחומר הנושא קען מען זאגן אז באמת האט דאך ר' יוחנן א טענה פון "חצי לאצטרופי" וואס לויט טייל מפרשים איז פשט אז ווי קען זיין חצי שיעור מותר און די רגע ער עסט נאך א חצי שיעור ווערט עס אסור, לכאורה צוויי מאל גארנישט איז גארנישט, ממילא האלט רש"י אז אוודאי איז ריש לקיש מודה אז איינמאל דער מענטש עסט א שיעור שלם איז דער גאנצער שיעור אסור, א בחינה פון חוזר וניעור, און יעדע כלשהוא דערפון איז אסור, נאר אויב ער שטעלט זיך אפ ביי א חצי שיעור וויבאלד עס הייסט נישט קיין אכילה איז עס מותר מה"ת, און אויף דעם איז דער שבועה חל ודו"ק.
קודם לשנה הבאה ביים שבת שובה דרשה וועל איך שוין קענען בעסער מיטהאלטן די סוגיא פון חצי שיעור...
-
פארדעם דארף דאך עס זיין בכדי אכילת פרס, אנישט איז דאס טאקע צוויי מאל גארנישט.
ס'איז דא די באקאנטע קשיא וואס מרן מהר"א זאגט אסאך נאך פון חידושי הרי"ם, די ירושלמי זאגט אז אידן זענען אריינגעקומען אין ארץ ישראל אין ערב פסח און האבן געגעסן מצה מן החדש ווייל די עשה פון מצה איז דוחה די ל"ת פון חדש. פרעגט אויף דעם תוס' אז לכאו' 'קען מען נישט מצמצם זיין די אכילה אז ס'זאל זיין ממש נאר א כזית, קומט דאך אויס נאך יעדע כזית איז ער עובר אויפ'ן איסור חדש און ס'איז נישטא די מצוה פון אכילת מצה?
פרעגט דער רי"ם, אויב איך זאג אז חצי שיעור איז אסור מן התורה, ווען ער הייבט אן עסן די כזית מצה, ער עסט די ערשטע משהו האט ער נאכנישט מקיים געווען די מצוה פון בערב תאכלו מצות אבער ער איז שוין עובר אויפ'ן איסור חדש?