yahoo האט געשריבן:עטליכע הערות אויף דף יא
1) זיזין וכתלים היו יוצאין כדי שלא יציצו הכהנים זאגט די תקלין זיי זאלען נישט זעהן זאכען המביאין אותן לידי טומאה ע"י ראיה עכ"ד. וואס פאר טומאה איז מטמא ע"י ראיה?
אין די גמרא אנהייב פסחים דף ט דערציילט די גמרא איבער א כהן וואס האט געדארפט גיין קוקן אין א בור ווי א שפחה איז אריינגעפאלן ובא כהן ועמד על שפת הבור
והציץ בו לידע אם זכר הוא אם נקבה היא, און בשעת מעשה האט ער מאהיל געווען. איז דא וואס לערנען אז דאס איז פשט דא, אז דורכן מציץ זיין וועט ער קומען מאהיל זיין.
(אבער בשפטות הב איך גערלענט, שאם ח"ו יסתכל על דברים האסורים יוכל לבא לידי טומאת ק')
yahoo האט געשריבן:
3) און בכלל די גאנצע סאה רביעית פארשטיי איך נאך נישט אינגאנצען, וואס פאר א מותר איז דא געווען? מ'האט איינגעקויפט וויפיל מ'האט געברויכט, די איינציגע ריוח איז געווען אז מ'האט געצאלט ביליגער פארדעם.
און אויך ביי די בירוצין זאגט דער תק"ח בירוצי הגודשין שניתן להקדש וההקדש 'מוכר' בלא גודש, מעג דען הקדש פארקויפען? אין די משנה זאגט ר"ע אז אין משתכרין בשל הקדש.
די סאה רביעית איז פשט, אז די הלכה זאגט אז הקדש האט געגעבן פאראויס געלט פארן סיטון (האלסעללע"ר) און אפגעשמועסט א פרייז פארן גאנצן יאר, אויב איז דער פרייז געפאלן, האט הקדש נישט דערלייגט נאר דער מוכר האט געדארפט געבן פאר די פרייז וואס הקדש האט באצאלט אנהייב יאר, האט ער געדארפט געבן אסאך מער תבואה (למשל: הקדש האט איינגעצאלט הונדערט דאללאר פאר דיי הונדערט סאה ווייץ ג' סאין בסלע, די פרייז איז געפאלן צו ד' סאין בסלע, דארף דער סיוטן צושטעלן פאר הקדש יעצט פיר הונדערט סאה ווייץ) די איבריגע תבואה פארקויפט הקדש
אפילו לויט רבי עקיבא און די געלט איז די מותר נסכים אדער מותר פירות למר כדאית ליה ולמר כדאית ליה און די גמרא רופט דאס די "סאה רביעית" (לשון הק"ע בזה ואחריו התק"ח שהעתיק את דבריו [C/P] מגומגם, ונקטו הצד של כשהמחיר עלה מד' סאין בסלע לג' סאין בסלע, ופשוט שזה טעות הדפוס, עי' בתפא"י על המשניות וזה פשוט)
ר"ע האלט אין משתכרין בשל הקדש אלס אן אפיציעלער געשעפט, אז הקדש זאל ווערן א ביזנעס פון פארקויפן יינות שמנים וסלתות, אבער אויב איז הקדש פונקט געבליבן מיט די סאה רביעית אדער מיט די בירוצין איז כו"ע מודה אז מפארקויפט דאס.
yahoo האט געשריבן:4) אויבן אויף דף ד. דערמאנט די גמרא די ווארט מותר נסכים, און דארט האט מעו געטייטשט אז מותר מיינט אויב האט איינער נאכגעשיקט זיינע נסכים נאכדעם וואס מ'האט שוין מקריב געווען זיינע קרבנות באקומט עס א דין פון מותר נסכים. פארוואס מוז מען דא זוכען נייע פשטים אויף מותר נסכים?
דארט זאגט די גמרא מיט א פשטות אז דאס גייט צו כלי שרת, אז דו נוצט די ארטסקרול/מתיבתא גמרות, מיש דארט אויף, זיי שמועסן אויס דארט דער חילוק פון יענע מותר נסכים ביז אהער.
yahoo האט געשריבן:אקעי, גענוג פאר דערווייל
קענסט שוין ברענגען נאך, דיבוק חברים איז איינע פון די מ"ח דברים שהתורה נקנית בהם, סבריך הם קילורין לעינים.