פארוואס גייט מען לערנען מס' שקלים? - הפלא'דיגער קונטרס!

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 3:38 pm

ס'איז ידוע אז ר' אברהם לייטנער ז"ל פלעגט זאגן, אז מען קען כמעט נישט ברענגען קיין קלארע ראיה פון ירושלמי - און מען זאל זיך רעכענען דערמיט אזוי ווי א שטיקל גמ', בסך הכל איז עס אדער א שטיקל פני משה אדער קרבן העדה, און לגבי שקלים א שטיקל "תקלין חדתין", וואס זיי האבן אזוי געלערנט פשט אינעם ירושלמי. ווייל אזוי איז און גאנץ ירושלמי, זה אומר בכה וזה אומר בכה, זייער אסאך מאל איז נישט דא קיין קלארע קאנצענזעס צווישן די מפרשים.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 9:35 am

מיין בליק אויף די מסכת שקלים: מען קומט אריין אין ביהמ"ד ביינאכט נאך א טאג פון דילן מיט א וועלט מיט משוגעים, מיט אלע מינע עגמת נפש'ן, מען זעצט זיך צו צו די גמרא, און נאך אפאר מינוט איז עס משונה'דיג געשמאק, מען לעבט מיט די חברותא, און אפי' ווען די חבר איז נישטא מען לעבט מיט די גמרא אויף אלע באקן, מען גייט אהיים נאך מעריב אן אויפגעלייגטער. די זעלבע זאך איז מיטן פארטאגס מען שטייט אויף, ס'איז נישט גרינג [ניין?? גארנישט געוואוסט...] מ'זעצט זיך צו די גמרא און די חיות קומט אריין אינעם מענטש.

דאס איז געווען מיט מסכת פסחים, שבת.

מסכת שקלים, דארט איז מקויים געווארן: בזיעת אפך תאכל לחם [אין לחם אלא תורה כדכתיב לכו לחמי בלחמי, וואטעווער] ס'איז "ביטער שווער געווען" דאס צו לערנען, און די קייט איז געלאפן ווייטער, ס'איז אזוי שווער געווען נאכדעם צו קומען אין ביהמ"ד לערנען ווען מען האט שווערליך געקענט ארויסנעמען סיפוק דערפון. סארי, איך בין א בשר ודם וואס האט ליב לעבעדיגע עקשאן.

בקיצור: איך האב מיך איבערגעצייגט אז איך האלט נאך ווייט פון תורה לשמה.. קיין ר' חיים קניבסקי וועל איך שוין נישט אויסוואקסן..

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 4:30 pm

איך קען נישט זאגן קיין שטעלונג איבער לערנען שקלים, כ'האב זיך ליידער פונקט ביי די מס' עטוואס געפוילעטצ'ט, כ'בין נאכנישט פארטיג דערווייל, פאר מיר וואלט דריי בלאט א וואך נישט געהאלפן, ס'איז געווען מיין אייגענע שולד, כ'וואלט ווען געקענט לערנען די פיר בלאט און עס קענען, נאר שאור שבעיסה וכו'.

אזוי איז עס געווען א שיינע זאך זיך צו באקענען מיט א מס' אין ירושלמי, צו לערנען די תקלין מיט'ן גר"א איז אויך געווען זיס ווי האניג, מ'דארף עס נאר יעצט ענדיגן, ממש די לעצטע פאר בלאט און גיין ווייטער.

ר"ה פארשטייט זיך פארט פיין ב"ה.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20030
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 12:57 pm

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

תגובהדורך ישמחו » דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 12:51 pm

נישט מער נישט ווייניגער ווי
והשם הטוב יכפר!

והוא רחום יכפר עון.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט