קושיות והערות על שיעור היום - פרק מי שהיה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

קושיות והערות על שיעור היום - פרק מי שהיה

תגובהדורך מחותן » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 1:07 pm

עס ווער געזיכט א קלארע הסבר איבער די מחלוקה פון די חכמי ישראל און חכמי אמוע"ה איבער גלגל החמה והמסתעף.. דף צ"ג ע"ב

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25270
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 3:48 pm

דף צג: מחלוקת עולא ורב יהודה צו כל שאינו יכול ליכנס בשעת שחיטה אדער בשעת אכילה. הייסט דאס אז זיי זענען מחולק במציאות הדברים ווי ווייט מודיעין איז פון ירושלים?

לויט עולא די פופצן מיל איז ביז חומת ירושלים אדער ביז צ די עזרה?

אויבן בדף צא. רעדט רב חסדא אז דעא בית האסורין איז אינדרויסן פון בית פאגי, דאס איז די גרעניץ פון ירושלים, למעשה איז דער חבוש יוצא מיטן קרב"פ מיינט דאס אז רב חסדא פסקנט ווי רב נחמן הורצה אדער אפי' לויט רב ששת וויבאלד סאיז נישט ווייטער פון מודיעין איז ער בכלל נישט בדרך רחוקה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25270
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:40 am

מחותן האט געשריבן:עס ווער געזיכט א קלארע הסבר איבער די מחלוקה פון די חכמי ישראל און חכמי אמוע"ה איבער גלגל החמה והמסתעף.. דף צ"ג ע"ב

איך ווייס נישט פונקטליך אויף וואס גענוי איר זוכט הסברים, אבער אויב נאר צו פארשטיין די גאנצע גמרא עפ"י המציאות ודרך הטבע, איז גענוג מעתיק צו זיין דברי הרש"ש פה וז"ל: ומאמרי הש"ס אשר לכאורה מורים נגד זה (לפי מה שהתבאר במופת ובנסיון) יש להם כוונה אחרת פנימית עכ"ל

עפל-בוים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 17, 2014 11:38 pm

תגובהדורך עפל-בוים » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 8:12 am

אויך דער רמח״ל האט א שיינע ביאור אויף דעם ענין. מקען עס זעהן אנהייב מדרש רבה. מהאט עס דארט אריינגעדרוקט.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:18 am

מחותן האט געשריבן:עס ווער געזיכט א קלארע הסבר איבער די מחלוקה פון די חכמי ישראל און חכמי אמוע"ה איבער גלגל החמה והמסתעף.. דף צ"ג ע"ב

אויב דו פרעגסט עפעס ספעציפיש קענען מיר פרובירן צו ענטפערן
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 12:26 pm

מיללער האט געשריבן:דף צג: מחלוקת עולא ורב יהודה צו כל שאינו יכול ליכנס בשעת שחיטה אדער בשעת אכילה. הייסט דאס אז זיי זענען מחולק במציאות הדברים ווי ווייט מודיעין איז פון ירושלים?

לויט עולא די פופצן מיל איז ביז חומת ירושלים אדער ביז צ די עזרה?

אויבן בדף צא. רעדט רב חסדא אז דעא בית האסורין איז אינדרויסן פון בית פאגי, דאס איז די גרעניץ פון ירושלים, למעשה איז דער חבוש יוצא מיטן קרב"פ מיינט דאס אז רב חסדא פסקנט ווי רב נחמן הורצה אדער אפי' לויט רב ששת וויבאלד סאיז נישט ווייטער פון מודיעין איז ער בכלל נישט בדרך רחוקה.


מחלוקת עולא ורב יהודה, עיין בתוספות ד"ה רב יהודה.

בפשטות איז רב ששת אויך מודה דערצו, אזויווי דו זאגסט ער איז נישט בדרך רחוקה.


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט