בחון עצמך - חזרת דפים ס-פ ממס' פסחים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

חזרה מדף ס עד פ

תגובהדורך ישמחו » זונטאג אוגוסט 10, 2014 3:16 pm

היכי תמצא.

וויפיל מציאות'ער איז דא ווען רוב ציבור איז טמאים, און מ'עסט נישט פסח ראשון, און אויך נישט פסח שני?

דערווייל ביז דף פ', איז דא דריי.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

בחון עצמך - חזרת דפים ס-פ ממס' פסחים

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוגוסט 10, 2014 3:22 pm

-

די נעמען שמעיה און אבטליון קענען מיר פון פרקי אבות, אבער אין ש"ס בדרך כלל זענען זיי נישט פון די שטארק באקאנטע נעמען.

מיר האבן זוכה געווען אז אין די צוואנציג בלאט ווערן זיי דערמאנט גאנצע דריי מאל.

א. בדף סד: (ברש"י) לגבי משקין את המשוחררת

ב. דף סו. הלל הבבלי גיט אריין א פסק פאר די בני בתירא שלא שימשו שני גדולי הדור שמעיה ואבטליון

ג. דף ע: יהודה בן דורתאי וואונדערט זיף אויף שני גדולי הדור שמעיה ואבטליון שהם חכמים גדולים ודרשנים גדולים ולא אמרו לישראל שחגיגה דוחה שבת

ואגב, אז מ'רעדט פון נעמען פון פרקי אבות אין אונזערע בלעטער איז מערקווידיג אז אויך עקביא בן מהללאל (בדף סד:) און בן תימא (בדף ע.) זענען באקאנטע פרק נעמען וואס ווערן דערמאנט דא.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוגוסט 10, 2014 3:29 pm

ישמחו האט געשריבן:היכי תמצא.

וויפיל מציאות'ער איז דא ווען רוב ציבור איז טמאים, און מ'עסט נישט פסח ראשון, און אויך נישט פסח שני?

דערווייל ביז דף פ', איז דא דריי.


מ'עסט נישט אדער מ'איז בכלל נישט מקריב?


איך שרייב קודם וויפיל היכי תימצי עס קומט אויס וואס אםי' רוב ציבור זענען טמא און מ'מאכט נישט דעם פסח ראשון בטומאה

א. רוב ציבור טמאין בטומאת זב ומצורע
ב. שלישית בטומאת מת ושליש בזיבה
ג. מחצה על מחצה ונשים משלימין לטומאה אם נשים בראשון רשות
ד. מחצה על מחצה ונשים משלימין לטהורין למ"ד נשים בראשון חובה
ה. טמאין עודפין על הטהורין באיש אחד לדברי ר"א בן מתיא אין היחיד מכריע את הציבור

אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

תגובהדורך קושר כתרים » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:17 pm

ישמחו האט געשריבן:היכי תמצא.

וויפיל מציאות'ער איז דא ווען רוב ציבור איז טמאים, און מ'עסט נישט פסח ראשון, און אויך נישט פסח שני?

דערווייל ביז דף פ', איז דא דריי.



כגון שנטמאו רוב ציבור אחר שחיטת הפסח, קודם הזריקה.

כמבואר בדף ע"ח ע"ב, מאן תנא להא דתנו רבנן שחטו בטהרה ואחר כך נטמאו הבעלים יזרק הדם בטהרה ואל יאכל בשר בטומאה, כמאן... ורבי יוחנן אמר אפילו תימא רבנן, היא הכא במאי עסקינן בציבור, דאפילו בטומאה נמי עבדי, אי בציבור אמאי אין הבשר נאכל בטומאה, גזירה שמא יטמאו הבעלים לאחר זריקה ויאמרו אשתקד לא נטמאנו ואכלנו השתא נמי ניכול ולא ידעי דאשתקד כי איזדריק דם בעלים טמאים הוו השתא בעלים טהורין הוו.

וכך איפסקא הילכתא ברמב"ם הל' קרבן פסח פרק ז הל' ט:
שחטוהו בטהרה ונטמאו רוב הצבור קודם זריקה, זורק את הדם והפסח לא יאכל, גזירה שמא יטמאו אחר זריקה בשנה אחרת ויאכלוהו בטומאה.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 6:31 pm

די יעצטיגע בלעטער וואס מ'חזרט האבן די הלכה פון נטמא בשר וחלב קיים סיי אינעם ערשטן בלאט פון די חזרה סב. און סיי אינעם לעצטן בלאט עט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 6:42 pm

פסח בשאר ימות השנה בעי עקירה ווערט באהאנדלט סיי בדף סד. און סיי בדף עג:

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 6:48 pm

וועלכע שבות האבן די חכמים אויך מתיר געווען בשבת כאטש עס איז נאר מכשירין וואס מ'וואחט געקענט ערלעדיגן פאר שבת, און פארוואס?

אריינצולייגן די מעסער בין קרני הבהמה כאטש עס איז א שבות דמחמר און דער היתר איז ווייל עס איז א שבות כלאחר יד איז עס גרינגער

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:28 pm

מיללער האט געשריבן:וועלכע שבות האבן די חכמים אויך מתיר געווען בשבת כאטש עס איז נאר מכשירין וואס מ'וואחט געקענט ערלעדיגן פאר שבת, און פארוואס?

אריינצולייגן די מעסער בין קרני הבהמה כאטש עס איז א שבות דמחמר און דער היתר איז ווייל עס איז א שבות כלאחר יד איז עס גרינגער


עיין בתוס׳ שם אז נאר ביי א בהמה האט מען מתיר געווען

עפל-בוים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 17, 2014 11:38 pm

תגובהדורך עפל-בוים » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:36 pm

סאיז א מחלוקת רשי און תוספות. זעה מהרש״א. ווי אויך וויל איך וויסן פאר וואס ווען די כלי שרת זענען טמא
זאגט מען טומאה הותרה, סדא א לימוד?


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט