קושיות והערות על שיעור היום - פרק ואלו דברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פארצייטישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 12, 2013 2:24 pm

דף ס''ח שיטת בעל המאור

תגובהדורך פארצייטישער יוד » מאנטאג יולי 28, 2014 5:12 pm

איך האב יעצט באמערקט א מוראדיגער חידוש בשיטת ר''א ור''י צו שמחת יום טוב איז א מצוה צו א רשות

דער בעל המאור לערנט אז אפילו די וואס זאגען אז ס'איז א רשות איז דאס דוקא נאר א רשות אויף דעם אז די לימוד התורה קען רעפלעיסען די סעודה אבער א חיוב איז זיכער דא אויף שמחת יו''ט לכולי עלמא עיי'ש באריכות בהראיות לדבריו
-פנימי- בלתי מוגה כלל

עפל-בוים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 17, 2014 11:38 pm

תגובהדורך עפל-בוים » מאנטאג יולי 28, 2014 6:53 pm

פשטות האב איך פארשטאנען אז ר׳א האלט נישט דווקא או כולו או כולו, נאר אפילו אזוי אויך , און ר יהושע האלט דווקא חציו. אבער אפילו לויט ר׳א קען ער אויך טוהן אזוי. ר׳י האלט אז די סתירת הפסוקים איז מוכיח חציו און ר׳א האלט אז נישט. בין איך גערעכט?

פארצייטישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 12, 2013 2:24 pm

תגובהדורך פארצייטישער יוד » מאנטאג יולי 28, 2014 6:55 pm

יא יא
די זאגסט עס כלפי די שיטה פינעם בעל המאור??
די בעה''מ האלט אז עס איז יא א חיוב לר''א נאר עס קען פארטוישט ווערן שמחת יו''ט בלימוד התוה''ק
-פנימי- בלתי מוגה כלל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 28, 2014 9:23 pm

חגיגת י"ד האט מען אויך מקריב געווען נאכן תמיד של בין הערבים?

(כן משמע מרש"י עא. ד"ה אשר תזבח בערב וצ"ע למה לא נחשב לעיל בדף נט. בין הדברים שנקרבים לאחר התמיד, ואולי זה דוקא לבן תימא דמקיש החגיגה להפסח והברייתא דלעיל לא ס"ל כוותיה ועדיין צ"ע)

שוב מצאתי במנחת חינוך מצוה ה אות י"ט שהביא מדברי המשנה למלך הל' כלי המקדש פ"ו ה"ט שנסתפק בזה, וראיתי בפנים במשל"מ שמביא את דברי רש"י שציינתי והקשה מהברייתא בריש תמיד נשחט ונדחק לתרצה עיי"ש באורך.

תורתך
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 11:36 pm

תגובהדורך תורתך » מאנטאג יולי 28, 2014 11:01 pm

די צל"ח איז אזוי מדייק פון רש"י דף ס"ט ע"ב ד"ה עמו: עם הפסח "בארבעה עשר בניסן" אז רש"י וויל זאגן אז ס'קומט נישט צוזאמען מיטן פסח נאר קודם התמיד וועגן דעם זאגט רש"י אן אריכות "בארבעה עשר בניסן" אינעם זעלבען טאג אבער נישט אין די זעלבע צייט.. הערליך

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 29, 2014 12:45 am

תורתך האט געשריבן:די צל"ח איז אזוי מדייק פון רש"י דף ס"ט ע"ב ד"ה עמו: עם הפסח "בארבעה עשר בניסן" אז רש"י וויל זאגן אז ס'קומט נישט צוזאמען מיטן פסח נאר קודם התמיד וועגן דעם זאגט רש"י אן אריכות "בארבעה עשר בניסן" אינעם זעלבען טאג אבער נישט אין די זעלבע צייט.. הערליך



ולכאורה תלוי אם חגיגת י"ד חובה או רשות כדברי רב אשי לעיל סט:

תורתך
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 11:36 pm

תגובהדורך תורתך » דינסטאג יולי 29, 2014 1:09 am

ניין, אפילו ס'איז א חובה קומט עס פארן תמיד

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » דינסטאג יולי 29, 2014 2:42 am

מיללער האט געשריבן:
סאדע_באטל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
עפל-בוים האט געשריבן:בליעת דם? מ׳עסט דאך נישט דאס בלוט? סגייט ארויס ביים בראטן, ניין?

בליעת בשר, די פלייש ביי די שחיטה איז רותח און די מעסער איז בולע דערפון און דערנאך פולט אין די אנדערע בהמה.

אויב איז די פלייש בשעת שחיטה גענוג רותח מבליע צו זיין, וויאזוי נוצט מען א מעסער פון א טריפה ונבילה אויף די נעקסטע בהמה?

בשטיפה ומריקה

אליבא דהילכתא ווייס איך נישט צו מ'נעמט עס טאקע אן

http://beta.hebrewbooks.org/tursa.aspx?a=yd_x3499

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 29, 2014 8:33 am

תורתך האט געשריבן:ניין, אפילו ס'איז א חובה קומט עס פארן תמיד



דאס איז איין שיטה, אבער ווי דערמאנט קלערט דער משל"מ אנדערש און ער ברענגט מפורש אז דער רא"ם אויפן סמ"ג האלט קלאר אז די חגיגה איז אויך געווען לאחר התמיד.

אויף דעם האב איך צוגעלייגט אז דאס קען זיכער נאר זיין טאמער די חגיגה איז א חובה, ווארום א רשות קען זיכער נישט דוחה זיין די עשה דהשלמה.

וכן כתב מפורש הנו"ב זצ"ל בצל"ח סט. ד"ה רש"י ד"ה עמו "שזה ודאי שאם החגיגה לאו דאורייתא אי אפשר להביאה אחר תמיד שבהע"ב דאטו מתקני רבנן לעקור עשה דעליה השלם?"

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג יולי 29, 2014 9:45 am

מיללער, לויט דעם דארף מען טוישן אויף די שאלה אין די בחינה... וואס קען מען מקריב זיין נאכ'ן תמיד של בין הערביים?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » דינסטאג יולי 29, 2014 10:54 am

די קשיא וואס די סאטמאר רבי שליט״א (מהר"א) האט געשיקט דעס יאר פין נוי העמשעיר פאר תלמידי ישיבתינו האט מיט די גמרא וואס מיר לערנען יעצט דף עג.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 29, 2014 11:00 am

להתחדד האט געשריבן:די קשיא וואס די סאטמאר רבי שליט״א (מהר"א) האט געשיקט דעס יאר פין נוי העמשעיר פאר תלמידי ישיבתינו האט מיט די גמרא וואס מיר לערנען יעצט דף עג.

אפשר קען עס איינער ארויפלייגן לתועלת הלומדים?

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » דינסטאג יולי 29, 2014 11:00 am

זעה דא די קשיא
צוגעלייגטע
MayanGanim-Matos-5774.pdf
(223.36 KiB) דאונלאודעד 114 מאל

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » דינסטאג יולי 29, 2014 11:05 am

דעס וואס איך האב , אויב איינער קען זאל ער ארויף לייגען מער א קלארע

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 31, 2014 11:12 am

להתחדד האט געשריבן:די קשיא וואס די סאטמאר רבי שליט״א (מהר"א) האט געשיקט דעס יאר פין נוי העמשעיר פאר תלמידי ישיבתינו האט מיט די גמרא וואס מיר לערנען יעצט דף עג.


להתחדד האט געשריבן:זעה דא די קשיא


א יישר כח אייך הרב להתחדד, נעכטן זענען מיר אנגעקומען אריינצוקוקען דערין ביישוב הדעת, ומצאנו בה דברים מתוקים לחיך בס"ד.

איך וועל מיך ערלויבן אראפצושרייבן אויף אידיש די קשיא וואס דער רבי זז"ג ברענגט דארט אראפ און די צוויי תירוצים דערויף, אבער אביסל בהרחבה פון וואס עס איז געשריבן געווארן ע"י כ"ק האדמו"ר שליט"א בקיצור.

א. די גמרא אין שבת עד: ברענגט א מחלוקת אביי ורבא לגבי מתעסק ביי מלאכת שבת, אביי לערנט אז נאר נתכוין להגביה את התלוש וחתך את המחובר איז א מתעסק און מ'איז פטור פון א חטאת, און רבא לערנט אז אויך ביי נתכוין לחתוך את התלוש וחתך את המחובר הייסט א מתעסק (באמת האבן מיר שוין געהאט די צוויי זאכן אויבן אין כל שעה, און עס איז מסתבר אז די צוויי לשונות דארט ווענדט זיך במחלוקת אביי ורבא עיי"ש).

ב. דערויף איז דא מחלוקת רש"י ותוס' בביאור הדברים, בעיקר בדברי רבא וואס מיר פסק'ענען אזוי, וואס איז דער באדייט פון "נתכוין לחתוך את התלוש וחתך את המחובר". רש"י לערנט אז דאס איז וואס מיר רופן א "מיסטעיק", ער האט געוואלט לדוגמא אראפשניידן א טרויב פון א געהענגל וואס דער געהענגל איז שוין אפגעריסן פונעם בוים נאך פון פאר שבת, א זאך וואס איז מותר לכתחלה, נאר בטעות האט ער גענומען א טרויב פון א דערנענבנדיגען געהענגל וואס איז נאך יא מחובר לקרקע וממילא איז דא דערביי אן איסור פון מלאכת קוצר, האלט רבא אז וויבאלד זיין כוונה איז געווען צו טאן א "חיתוכא דהתירא" הייסט דאס א מתעסק און ער איז פטור.

ג. תוס' האלט אז נישט דאס איז רבא'ס חידוש, ווייל אזא זאך איז פטור אפי' פון איין מחובר צום צווייטן, ד.ה. ווען ער האט געפלאנט אפצורייסן פון בוים א' און ער האט "ביי מיסטעיק/בטעות" אפגעריסן פון בוים ב', אפי' ער האט געפלאנט צו טאן אן איסור קצירה, דאך הייסט דאס א מתעסק ופטור לכו"ע אפי' לויט אביי (אויסער ביי חלבים ועריות - רצה לאכול שומן ובטעות אכל כזית אחר שהיא חלב חייב שכן נהנה ואכ"מ)

נאר רבא רעדט פון א מציאות ווען דער זעלבער טרויב וואס ער האט אפגעשניטן האט ער געוואלט שניידן לכתחלה, נאר ער האט געמיינט אז דער געהענגל איז נישט מחובר וממילא מעג ער אראפרייסן די טרויב, און דערווייל איז דאס געווען מחובר, דא האלט אביי אז וויבאלד עס איז נתקיימה מחשבתו און ער האט נישט געמאכט קיין "מיסטעיק" אינעם עצם פעולה, נאר די פאקטן זענען אים געווען אומקלאר, דאס הייסט א נארמאלער שוגג אויף וואס מ'איז חייב א חטאת און נישט קיין מתעסק, משא"כ רבא האלט אז אויך דא איז ער פטור מטעם מתעסק ווייל ער האט מכוין געווען צו א 'חיתוכא דהתירא'.

ד. ווי דערמאנט פסק'נען מיר ווי רבא, וממילא ווערט לויט תוס' שווער די גמרא אין מס' שבת ביי שני תינוקות וואס ווערט דא אראפגעברענגט אויף דף עב, אז אויב האט ער געמיינט אז דאס קינד איז די קינד וועמענס ברית געפאלט אויס אום שבת, און בטעות האט ער גענומען א קינד וועמענס ברית האט געדארפט זיין ערב שבת וממילא איז עס נישט דוחה שבת, איז אפי' ער האט אים טאקע געוואלט מל זיין ונתקיימה מחשבתו, אבער לויט רבא איז דאס פונקט ווי נתכוין לחתוך את התלוש - כסבור שהוא תלוש ונמצא שהוא מחובר, איז וואס דארף איך דא צוקומען צו "טעה בדבר מצוה" און נאר ר' יהושע האלט ער איז פטור, דא דארף יעדער האלטן אז מען איז פטור מדין מתעסק.

ה. די קשיא פרעגט דער מגיני שלמה דארט אויפן פלאץ און אזוי אויך מערערע אחרונים, און דאס זעלבע - ברענגט די רבי - איז שווער אויף אונזער משנה אין פסחים, ווען איינער האט געמיינט אז ער שח'ט א קרבן פסח און דערווייל איז דאס געווען אן אנדערע קרבן וואס איז נישט דוחה שבת, אדער אפי' עס איז געווען א בהמה של חולין, און דאס זעלבע ווען עס שטעלט זיך ארויס אז די בהמה איז געווען א בעל מום אדער א טריפה שבגלוי, דארף מען לויט תוס' עפי' שיטת רבא זיין פטור מטעם מתעסק, אפי' איך האלט נישט אז דאס הייסט א טעה בדבר מצוה.

ן. דערויף ברענגט דער רבי צוויי תירוצים; איינס איז די תירוץ פונעם מגיני שלמה וואס דאס זאגט אויך רבי עקיבא איגר, דער חתם סופר און נאך אחרונים. אז אפי' רבא האלט אויך נאר אז עס הייסט א מתעסק, דעמאלס ווען ער האט מיכוין געווען צו א "חיתוכא דהיתרא" ד.ה ווען ער האט געמיינט אז דער טרויב איז תלוש, האט ער געוואלט טאן א פעולת היתר גמור ממש, און דעפאר ווען עס שטעלט זיך ארויס אז עס איז מחובר, איז דאס לשיטת רבא נישט געווען נתקיימה מחשבתו, ווייל קיין איסור האט ער אוודאי נישט געוואלט טאן.

משא"כ דא סיי ביי מילה און סיי ביי שחיטת הקרב"פ בשבת, כאטש די תורה האט טאקע מתיר געווען דאס צו טאן אום שבת, איז נישט פשט אז דאס איז א "שחיטה דהתירא", נאר עס איז אן "איסור" וואס די תוה"ק האט מתיר געווען, וממילא אויב שטעלט זיך ארויס אז עס איז בכלל נישט געווען קיין קרב"פ אדער אז דאס איז נישט קיין תינוק בן שמונת ימים, איז אפי' לויט רבא א געווענליכער שוגג, ווייל במציאות איז נתקיים געווארן מחשבתו סיי בהפעולה און סיי אינעם מהות האיסור דערפון (ויש שעיינו ופלפלו בזה אם זה נכון דוקא אם נלמוד שמלאכת שבת דחויה היא אצל מילה קורבנות או אפי' אם הותרה ואכמ"ל)

ז. נאכדעם אבער זאגט דער רבי אז מ'קען די קשיא פארענטפערן באופן פשוט יותר, עפ"י די ווערטער פון גאון ישראל וקדושו דער הייליגער אבני נזר זצ"ל, דער אבנ"ז זאגט עס כלפי אן אנדערע קשיא פון כלאים אבער דער חילוק איז גילטיג אויף די קשיא אויך.
דער אבני נזר זאגט א טיפערע און זייער אן אמת'ע דערהער מחלק צו זיין צווישן די צוויי זאכן און ער איז מסביר, אז די סברא פון רבא ביי נתכוין לחתוך את התלוש איז ווייל ער האלט אז דאס איז פונקט ווי נתכוין להגביה את התלוש וואס דארט איז אביי מודה. ד.ה. ווען איינער זעהט א טרויב אויף דער ערד און ער וויל עס אויפהייבן - נישט רייסן - מיינענדיג אז עס איז תלוש, און אויפהייבנדיג האט ער עס במציאות אראפגעריסן פון א צווייגל וואס איז געווען פארשטעקט, דארט האלט אויך אביי אז דאס הייסט א מתעסק, ווייל הגבהה מיט קצירה זענען צוויי אנדערע פעולות ונמצא שלא נתקיימה מחשבתו במציאות הפעולה.
זאגט רבא, "שניידן א תלוש" און "שניידן א מחובר" איז פונקט אזוי צוויי באזונדערע פעולות, ווייל איז דען דא אן איסור אום שבת צו "שניידן"? דער איסור איז בכלל נישט דאס, די מלאכה איז "עוקר דבר מגידולו" און איינמאל די זאך איז תלוש איז דאס נישט עוקר דבר מגידולו, וממילא איז דאס צוויי באזונדערע פעולות און דאס ווערט אויך גערופן א מתעסק (ולדבריו צ"ל שבהא פליגי אביי ורבא אם הולכין בתר הדמיון במציאות או הדמיון בהפועל יוצא ודו"ק)
משא"כ ביי מילה אדער שחיטת הפסח, על אף וואס ער מיינט אז ער גייט מל זיין א תינוק בן ח' אדער ער גייט שחט'ן א כשר'ער קרבן פסח, איז כו"ע מודי אז דאס איז מיט קיין האר נישט קיין אנדערע פעולה במציאות ווי מל זיין א תינוק בן ז' אדער בן ט' אדער אז די שחיטה איז מיט א געדאנק אנדערש ווי שחט'ן א חולין בהמה אדער א בעל מום, וממילא איז אפי' רבא אויך מודה צו אביי אז דאס הייסט נתקיימה מחשבתו.

מתיקות התורה, מורא'דיג!

פארצייטישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 12, 2013 2:24 pm

תגובהדורך פארצייטישער יוד » דאנארשטאג יולי 31, 2014 11:15 am

טאקע זיס, יישר כח פאר'ן שיין צולייגען
-פנימי- בלתי מוגה כלל

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » דאנארשטאג יולי 31, 2014 3:12 pm

רב מילער הערליך שיין

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג יולי 31, 2014 7:14 pm

הערליך מילער, אראפגעלייגט מיט אלע טעמים!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:54 pm

תגובהדורך צעיר באלפי ישראל » זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:58 am

ייש"כ הרב מילער.

בגליון שעשועים (יו"ל ע"י המתיבתא) ראיתי שהאריך בזה הג"ר אלי' סימאן שליט"א במח"ס פתח אליהו, על דברי המגיני שלמה הנ"ל, אם תירוצו הוא רק למ"ד דחויה, או גם למ"ד התורה, עיי"ש ותמצא נועם.

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2014 10:59 am

מען האלט שוין טאקע נאכען פארהער אויף דעם פרק, אבער נאך אפאר הערות וועט נישט שאטען.

אויף דף ע"ג ע"ב, ווען מ'קומט צו אז די ברייתא וואס שטייט ישרף מיד קומט אויס ווי יוסף בן חונאי ובפטורי סבר לה כר' יושע, לכאורה לויט ר' יושע וואלט מען אויף אזא פאל געווען חייב ווייל ס'דאך לא עשה מצוה איך האלט דאך יעצט אז ס'איז פסולו בגופו.

אויסער אויב מ'גייט דא לויט שיטת ר' מאיר אז ר' יושע פטר'ט אפילו לא עשה מצוה.

==

אויף דף ע' עמוד א אינטען ביי די קופיץ

פארוואס טאמער האלט איך אז ס'מותר לשבור עצמות פונעם חגיגה מוז איך זאגען אז ער האט שוין געטובלט די קופיץ בי"ג, פראוואס קען נישט זייןן אז די בעל הבית האט געפלאנט צו טובל'ן דעם קופיץ י"ד נאכמיטאג און ס'האט הערב שמש און ביינאכט ביים עסן די חגיגה קען ער עס נוצען?

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 1:18 am

מיללער האט געשריבן:חגיגת י"ד האט מען אויך מקריב געווען נאכן תמיד של בין הערבים?

(כן משמע מרש"י עא. ד"ה אשר תזבח בערב וצ"ע למה לא נחשב לעיל בדף נט. בין הדברים שנקרבים לאחר התמיד, ואולי זה דוקא לבן תימא דמקיש החגיגה להפסח והברייתא דלעיל לא ס"ל כוותיה ועדיין צ"ע)

שוב מצאתי במנחת חינוך מצוה ה אות י"ט שהביא מדברי המשנה למלך הל' כלי המקדש פ"ו ה"ט שנסתפק בזה, וראיתי בפנים במשל"מ שמביא את דברי רש"י שציינתי והקשה מהברייתא בריש תמיד נשחט ונדחק לתרצה עיי"ש באורך.

רבי, ע"כ תנא ושייר ולא נחית למנינא, דהרי רבינו פרץ בתוס' ביצה ה. כותב דאם באו עדים מן המנחה ולמעלה הקריבו מוסף דראש חודש אחר התמיד כמבואר בגמ' פסחים, וכשם שעשה שיש בו כרת דוחה, כן אתי עשה דרבים ודחי עשה דהשלמה עיי"ש.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 7:40 am

צושויער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:חגיגת י"ד האט מען אויך מקריב געווען נאכן תמיד של בין הערבים?

(כן משמע מרש"י עא. ד"ה אשר תזבח בערב וצ"ע למה לא נחשב לעיל בדף נט. בין הדברים שנקרבים לאחר התמיד, ואולי זה דוקא לבן תימא דמקיש החגיגה להפסח והברייתא דלעיל לא ס"ל כוותיה ועדיין צ"ע)

שוב מצאתי במנחת חינוך מצוה ה אות י"ט שהביא מדברי המשנה למלך הל' כלי המקדש פ"ו ה"ט שנסתפק בזה, וראיתי בפנים במשל"מ שמביא את דברי רש"י שציינתי והקשה מהברייתא בריש תמיד נשחט ונדחק לתרצה עיי"ש באורך.

רבי, ע"כ תנא ושייר ולא נחית למנינא, דהרי רבינו פרץ בתוס' ביצה ה. כותב דאם באו עדים מן המנחה ולמעלה הקריבו מוסף דראש חודש אחר התמיד כמבואר בגמ' פסחים, וכשם שעשה שיש בו כרת דוחה, כן אתי עשה דרבים ודחי עשה דהשלמה עיי"ש.

איר זאגט ריכטיג אבער כאמור אין דעם פאל דארפן מיר נישט צוקומען דערצו ווייל די ברייתא מוז נישט האלטן שהקריבו את החגיגה לאחר התמיד.


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט