חסיד נלהב האט געשריבן:אין חולין קוקט אויס אז ס'מכח לחם עוני און נישט אז ס'איז דער אלגעמיינער אכילה פראבלעים ועיי'ש בתוס' עס איז לכ' מוכח אז בעצם קען מען יא אזוי יוצא זיין, און בעצם וואלט די רש''ש פון דעם גופא געקענט מדייק זיין.
און בנוגע לאכילת חמץ עיי''ש בתוס' אז הגם ביי חמץ שטייט אכילה, איז אסור להמחות החמץ מכח איסור הנאה.
איך האלט מיך איין פון שרייען, אבער במחילתך הנעלה איר האט געזען די גמ' דארט? עס איז נישט אזוי משמע מדבריכם.
די גמ' זאגט אז ביי חמץ והמחהו איז דא ר ריבוי "נפש לרבות את השותה" פרעגט תוס' שתיה איז דאך אלעמאל בכלל אכילה, זאגט תוס' אז ביי א מידי דאכילה דממחי להו ושתי להו דארף איך א ספעציעלע ריבוי.
לכאורה אויב איז עס מטעם איסור הנאה פ"וו דארף איך א ריבוי? נאר די פשט איז די זעלבע, ווען איינער "טרינקט" עסנווארג ( אין בעלזא טרינקט מען קאקאש קעיק פארן דאווענען....) הייסט עס נישט "אכילה" און אויך פארלירט עס א שם "לחם" איינמאל עס איז צולאזט, והיינו הך כלשון התוס' שם.
ממילא בפשטות מיינט נישט רש"י דא דער אלגעמיינער פוטר פון שלא כדרך אכילתן ווייל אויב יא פ"וו ביי חמץ איז מען חייב? איי ווייל איך האב א ספעציעלער ריבוי, וועט דאך לפי"ז זיין חמץ חייב בשלא כדרך אכילה? והא ליכא מאן דפליג.
נאר וואדען, עס איז א פוטר אז קיין "אכילה" הייסט עס נישט מצד הצורה שבהפעולה, וואס דאס איז נישט ווי עמיצער עסט חלב חי וואס מצד פעולת האכילה איז אלעס נארמאל דער צורת המאכל איז שלא כדרך.