הערות על הבחינות

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25613
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 16, 2015 5:45 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:די נעכטיגע בחינה אויף ביצה -תענית.
שאלה יג, אם אמר בימות החמה מוריד הגשם - מהו?

ביי די תשובות איז געשטאנען מיט א פשטות אז מחזירין.

אזוי קומט טאקע אויס פון די גמרא ג' ע"ב.
איי וואס טוט זיך מיט שיטת ר' אליעזר אז כשם שתחיית המתים וכו' לפיכך אם בא להזכיר כל השנה כולה מזכיר?


1. רבי אליעזר שמותי

2. בפשטות איז משמע אין די משנה אז ר"א איז מופרך, נאר אין די ברייתא זאגט ר"א אז ממעג טאקע זאגן א גאנץ יאר, ואולי נחלקו בזה המשנה והברייתא בשיטת ר"א

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » מאנטאג נובעמבער 16, 2015 6:48 pm

א גיטע בחינה געווען

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25613
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 16, 2015 7:17 pm

להתחדד האט געשריבן:א גיטע בחינה געווען

יא

קומט קרעדיט פארן מאכן אזא ארבייט פון רובא אגדתא גמרות, בריך רחמנא דיהב לן אורייתא

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25613
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג ינואר 17, 2016 10:31 pm

זייער טרעפליכע און געלונגענע שאלות! א מוסטער זייער ארבייט, תחזקנה ידיהם

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » זונטאג מאי 08, 2016 11:30 pm

געווען פיינע שאלות

קע"ה געווען א געפאקטע שהול, ציגעקימען פיל מיט נייע לומדים נישט געגלייבט ביי יובמות זאל מען דארפן זיכען ווי צי זיצען
עס זאל נאר אנהאלטען

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25613
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מאי 09, 2016 12:46 pm

להתחדד האט געשריבן:געווען פיינע שאלות

קע"ה געווען א געפאקטע שהול, ציגעקימען פיל מיט נייע לומדים נישט געגלייבט ביי יובמות זאל מען דארפן זיכען ווי צי זיצען
עס זאל נאר אנהאלטען

פון אלע געגנטן קומען אריין באריכטן פון א ריבוי ספסלי בית המדרש בליעה"ר, בכמות ובאיכות, עס זענען צוגעקומען אסאך חשוב'ע חברים, בעלי בתים נכבדים און אנשי מדות, ווי אויך בני תורה און מרביצי תורה, וועלכע זעהן דערינען א געלגענהייט קונה צו זיין די שווערע מסכתא יבמות ברוב עם, און זיין פון די קוצרים ברנה נאך די זריעה בדמעה טאג-טעגליך.

די שאלות זענען געווען זייער מומחיות'דיג געפרעגט, יעדע שאלה האט פארמאגט א תמצית פון גאנצע שקלא וטריא, אזוי ארום האט דער נבחן נאכאמאל איבערגע'חזר'ט די בלעטער, און מוצא געווען דערינען א טעם כלשד השמן וכצפיחית בדבש.

תחזקנה ידי ראשי החבורה! מען קען נישט באגרייפן וואספארא זכות הרבים די חבורה טראגט מיט זיך, די בתי מדרשים והיכלות התורה האבן געדינערט נאכטן דורכאויס דעם טאג! פון יעדן ווינקל האט מען געהערט 'צרות', נאר אזעלכע צרות געווינטשען, פון איין זייט שרייט איינער אז עשה דוחה ל"ת במקום יש בו כרת, און דער אנדערער וויל וויסן עשו בית שמאי כדבריהם אדער נישט, דער ריתחא דאורייתא און קאך האט געדונערט עד לב השמים.

א קול תורה, קול גדול ולא יסף, השי"ת זאל העלפן ווייטער, מחיל אל חיל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25613
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 06, 2016 4:30 pm

די וועלט זאגט: בעסער שפעטער ווי קיינמאל, שוין צוויי טאג פון די לעצטע בחינה, אבער עס איז נאך נישט צו שפעט ארויסצוברענגען די התפעלות פון די בחינה, הן מצד די שאלות און הן מצד די השתתפות פון די חברים, מידי חודש בחודשו, א קידוש השם במלוא מובן המלה.

-

אינטערעסאנט די לעצטע שאלה האט געפרעגט וואס די הלכה איז פון א קינד פון עבד ועכו"ם הבא על בת ישראל און די שאלה האט געפאדערט דריי תשובות. א גרויסער עולם האט נאטורליך פארשטאנען אז די תושבה דארף זיין 1. הולד ממזר 2. הולד כשר, און 3. הולד פגום/מקולקל. למעשה איז דא א שטארקע משמעות פון די גמרא אז אפי' די שיטות וואס האלטן הולד כשר מיינט עס נאר כשר לבוא בקהל אבער פסול לכהונה, איז טאקע אנגענומען אז עס זענען דא שיטות תנאי ואמוראי וואס פסק'נען הולד כשר לכהונה?

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » מיטוואך יולי 06, 2016 5:14 pm

מיללער האט געשריבן:די וועלט זאגט: בעסער שפעטער ווי קיינמאל, שוין צוויי טאג פון די לעצטע בחינה, אבער עס איז נאך נישט צו שפעט ארויסצוברענגען די התפעלות פון די בחינה, הן מצד די שאלות און הן מצד די השתתפות פון די חברים, מידי חודש בחודשו, א קידוש השם במלוא מובן המלה.

-

אינטערעסאנט די לעצטע שאלה האט געפרעגט וואס די הלכה איז פון א קינד פון עבד ועכו"ם הבא על בת ישראל און די שאלה האט געפאדערט דריי תשובות. א גרויסער עולם האט נאטורליך פארשטאנען אז די תושבה דארף זיין 1. הולד ממזר 2. הולד כשר, און 3. הולד פגום/מקולקל. למעשה איז דא א שטארקע משמעות פון די גמרא אז אפי' די שיטות וואס האלטן הולד כשר מיינט עס נאר כשר לבוא בקהל אבער פסול לכהונה, איז טאקע אנגענומען אז עס זענען דא שיטות תנאי ואמוראי וואס פסק'נען הולד כשר לכהונה?


גיב א קוק דא אין ב"י סיעף ה'

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » מיטוואך יולי 06, 2016 5:24 pm

אגב. איז דא. גרויסע מחלוקת צווישען דעם חוות דעת און דעם חמדת שלמה צו הוולד כשר איז פשט לאחר גירות אדער דוקא נאך גירות עיין שו"ת חמדת שלמה אבע"ז סימן ב-ג

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25613
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 3:53 pm

דער אשכול איז לאנג געשלאפן, נעכטן א' סליחות העעל"ט האבן מיר געהאט די חודש'ליכע בחינה, נאטורליך איז דער טאג נישט געווען די גרינגסטע פאר א בחינה, אבער עכ"ז האט א שיינער עולם זיך באטייליגט לויט ווי מען הערט פון איבעראל.

אינטערעסאנט צו דאס איז במכוון אזוי געווען, אבער אסאך האבן געשפירט אז די בחינה איז געווען עטוואס לייכטער ווי אלעמאל, פארשטייט זיך אז מ'האט געדארפט גוט קענען די בלעטער צו קענען ענטפערן, זענען די שאלות געפרעגט געווארן אויף א מייסטערהאפטיגן אופן אז דער וואס האט גוט גע'חזר'ט האט גרינגער געקענט טרעפן די פאסיגע תירוץ אין א קורצע פארמאט.

וואס זאגן אנדערע דערוועגן?

אוועטאר
פאפקארן
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 25, 2011 4:00 pm

תגובהדורך פאפקארן » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 3:59 pm

ראשית ווער עס קאן די מהלך פון שאלות אויף די בחינה קאן שוין ביי now כאפן וואס מען גייט פרעגן,
והשנית איז די בלעטער נישט אזעלעכע קורצע סוגיות ווי די פריעדיגע בלעטער איז עס געווען גרינגער ציזאמצינעמן,
והשלישית יא עס איז דעפענטלי געווען גרינגער, אזאש פון די ערשטע פאר ווערטער פון די שאלה פלאס די נומ, פון תירוצים אדער הו"א מס' האט מען געקענט כאפן וואס צו ענטפערן.

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 4:37 pm

דעפינעטלי געווען גרינגער.

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 4:45 pm

פון מיין אבזערוואציע ווינקל איז "בכמות" געווען א שוואכער ציבור געווען נעכטן. אפשר האלב בוחנים פון א נארמאלע בחינה.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1974
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

קושיות והערות על שיעור היום - מסכת נדרים

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג יוני 26, 2017 12:26 pm

איך האב פארגעסן נעכטן צו נעמען די תשובות אויף די בחינה ראשונה במסכת נדרים. אויב איינער האט די תשובות צו די האנט, ביטע אריינסקענען און ארויפלייגן. א דאנק.
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

Haklal
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

last nights Shallas

תגובהדורך Haklal » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 10:17 am

last night shallas
צוגעלייגטע
8-22-2017 10-15-01 AM.jpg
8-22-2017 10-15-01 AM.jpg (173.35 KiB) געזעהן 4195 מאל

Haklal
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Answers

תגובהדורך Haklal » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 10:19 am

last nights answers
צוגעלייגטע
Answers.jpg
Answers.jpg (255.58 KiB) געזעהן 4195 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25613
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 12:26 pm

אי"ה היינט יום א' סליחות אויפדערנאכט קומט פאר די רוטינע בחינה פאר חבורת תורתך שעשועי פון דף נב ביז סז ממסכת נדרים

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דינסטאג מארטש 05, 2019 5:14 pm

ביי די נעכטיגע בחינה איז געווען איינע פון די שאלות פארוואס א ישראל טאר נישט חתונה האבן מיט א כותית מיט די מספר 3

די גמרא איז אויף דף עה: - עו. ווען איך האב געלערנט די גמרא האב איך פארשטאנען אז ס'דא נאך 2 שיטות פון רב נחמן און רבא אז ממזר נתערב בהן און שפחה נתערב בהן, דאן איז דא 5 מהלכים. אויסער אויב איך האב עפעס נישט גוט געלערנט. אויב איינער פון די לומדים דא קענען קלאר מאכן. ייש"כ

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג מארטש 05, 2019 5:54 pm

איר האט זייער גוט געלערנט, פשוט נישט מדייק געווען דעם שאלה וואס פרעגט לגבי א ״ישראל לכותית״, 3 טעמים פארוואס די כותים זענען אסור לבא בקהל ה׳.

רב נחמן [בשם רבה בר הונא] מיט רבא זענען מוסיף פארוואס אפילו א ״כותי לכותית״ איז אסור.

——

[דאכצעך כ׳האב ביז היינט נישט באזוכט דעם פארום. ממש א שאד, כ׳שפיר זיך ממש ווי איך זיץ אינעם היכל התורה. אפשר קעמען דא קובע זיין א שיעור יעדן טאג?.. כ׳זעה אז אמאל פלעגט עס גראדע יא זיין מער אקטיוו.]
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

פרא-חסיד
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2016 12:42 am

תגובהדורך פרא-חסיד » דינסטאג מארטש 05, 2019 7:49 pm

לר' יהודה, אדם נאמן על העובר שהוא ממזר מדין יכיר? הלא הוא אומר שאין זה בנו? ואיך יהיה נאמן מדין יכיר?

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5013
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 10:05 pm

וואס דען מיינט יכיר?
נאר צו זאגן אז ער איז יא יין זון? ווען ער איז א גוסס?, אויב האט ער א נאמנות אויף יא האט ער א נאמנות אויף ניין.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

פרא-חסיד
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2016 12:42 am

תגובהדורך פרא-חסיד » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 11:34 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:וואס דען מיינט יכיר?
נאר צו זאגן אז ער איז יא יין זון? ווען ער איז א גוסס?, אויב האט ער א נאמנות אויף יא האט ער א נאמנות אויף ניין.

איך מיין אז דו בטסט נישט גערעכט, עני העלפ?

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » פרייטאג מארטש 08, 2019 11:02 am

פרא-חסיד האט געשריבן:לר' יהודה, אדם נאמן על העובר שהוא ממזר מדין יכיר? הלא הוא אומר שאין זה בנו? ואיך יהיה נאמן מדין יכיר?


עיין בחידושי חתם סופר כאן אריכות גדול.


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט