בלאט 3 פון 6
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 20, 2014 11:41 am
דורך PDF
מיללער האט געשריבן:ואי בסוגיא ההוא איירינן נתקשיתי לגבי דיונה של הגמ' אי מועלין לאחר שנעשה מצוותה , למה לא הביאה הגמ' שמועלין בדם קדשים לאחר שירדו לאמה, הרי שמועלין לאחר שנעשו מצוותן בזריקת הדם?
עי' דף כב. תוס' ד"ה מועלין בהם
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 20, 2014 5:04 pm
דורך להתחדד
PDF האט געשריבן:הגמרא מביא ראיה לכל התורה דיש מעילה לאחר שנעשה מצותו מתרומת הדשן ולעיל בסוגית חזקיה ואבהו למדין מנבלה איסור הנאה לכל התורה מדהצריך להתיר אמאי לא למדין מתרומת הדשן היתר לכל התורה מדאיצטריך קרא לאסור?
די גמרא ברעגט טאקע א ראיה להיתר לכל התורה אז עס איז נישט דא קיין מעילה משום שני כתובין תרומת הדשן ובגדי כהונה
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 20, 2014 5:07 pm
דורך שמעלקא טויב
להתחדד האט געשריבן:PDF האט געשריבן:הגמרא מביא ראיה לכל התורה דיש מעילה לאחר שנעשה מצותו מתרומת הדשן ולעיל בסוגית חזקיה ואבהו למדין מנבלה איסור הנאה לכל התורה מדהצריך להתיר אמאי לא למדין מתרומת הדשן היתר לכל התורה מדאיצטריך קרא לאסור?
די גמרא ברעגט טאקע א ראיה להיתר לכל התורה אז עס איז נישט דא קיין מעילה
הממ... הייסט איר זאגט אז פון תרומת הדשן איז גאר די ראיה, א מקור ביטע (כדרכו של גאב"ד סקרענטאן שליט"א)
דף כ''ח
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 20, 2014 6:04 pm
דורך פארצייטישער יוד
אין די גמ' איז מב' א מחלוקה צו בשעת'ן מבער זיין ע''י הטלה לים צו מען ברויך עס מפרר צו זיין איידער'ן אריינווארפען לים, והדבר צ''ע ברויך מיר דען זעהן אז די פייער זאל נישט דערנאך אינגאנצען פארברענען די חמץ, איינמאל איך האב געטון מיין פעולה איז די זאך אפגעטון, א''כ פארוואס ברויך מען מפרר זיין דעם ככר אז די ים זאל קענען מאבד זיין די ברויט.
ועי' בחזו''א דאסתפקא לי' צו ווען די ים שפייט אויס א שטיקעל ברויט צו מען זאגט דערויף אז התורה עשתה כאילו הוא ברשותו, אדער איך האב שוין געטון מיין חיוב
אינטערסאנט איז אז בדעת רבי יהודא פרעגט נישט די גמ' צו די פייער ברויך ממש פארברענען די ברויט.
---
אויף די דריי משלים וואס ווערט געברענגט פון ר''י אביי ורבא עי' בילקוט הגרשוני.
--
פלא פון א משנה די משנה צייכענט אהן די מקור לאיסור הנאה מחמץ שעבר עליו הפסח, הפסוק לא יראה לך, למעשה אין די גמ' איז מב' אז ס'איז א קנס.
וואסי פשט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 3:13 pm
דורך מיללער
לערנענדיג די גמ' פון עובד דומיא דעבד דניחא ליה, מיט די תוס' דערויף האב איך זיך דערמאנט פון דעם שמועס פאר זיבן יאר צוריק:
viewtopic.php?p=47413#p47413
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 5:13 pm
דורך שאץ מאץ
דער ענין פון היתר כרוך ווערט בארירט אין רוב תשובות אין מנח"א, ער ארבעט ארום מיט דעם הפלא'דיג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:15 pm
דורך מיללער
PDF האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:ואי בסוגיא ההוא איירינן נתקשיתי לגבי דיונה של הגמ' אי מועלין לאחר שנעשה מצוותה , למה לא הביאה הגמ' שמועלין בדם קדשים לאחר שירדו לאמה, הרי שמועלין לאחר שנעשו מצוותן בזריקת הדם?
עי' דף כב. תוס' ד"ה מועלין בהם
זייער שיין, תוס' זאגט טאקע אז די מעילה איז נאר מדרבנן, אום ס'איז באמת אן אפענע גמרא אין יומא נט: טאקע וועגן די קשיא.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 9:26 pm
דורך מיללער
אין די גמ' כח: ברענגט די גמ' א מחלוקת ר"ש ור"י פון וואו מ'לערנט ארויס מצה בזמן הזה איז מדאורייתא, ר"י לערנט פון שבעת ימים תאכל עליו מצות און ר"ש פון בערב תאכלו מצות, און די גמ' זאגט אז מ'דארף א באזונדערע פסוק פאר מצה בזה"ז (למר כדאית ליה ולמר כדאית ליה) און א באזונדערע פסוק פאר בזמן שביהמ"ק היה קיים פאר א טמא ומי שהיה בדרך רחוקה אדער א ערל ובן נכר, טראץ דעם וואס זיי מאכן נישט קיין קרבן פסח ברויכן זיי עסן מצה ע"כ הנצרך לענינינו.
די זעלבע סוגיא איז דא סוף מס' בדף קכ. דארט איז עס א מחלוקת אמוראים (עי פה תוד"ה ואידך) און רב אחא בר יעקב בלייבט אז מצה בזה"ז איז נאר א דרבנן.
ונתקשיתי בזה, לכאורה בפשטות איז נישט דער פשט אז תורה שרייבט א פסוק ספעציעל פאר א מצוה וואס איז נאר נוגע בזמן הזה לאחר חורבן הבית, נאר אלע מצוות התורה זענען מחייב יעדן איד עד סוף כל הדורות, צו עס איז דא א ביהמ"ק אדער נישט, נאר ליידער ומפני חטאינו נחרבה בית מקדשינו קענען מיר באונס נישט מקיים זיין די קרבנות והמצוות המסתעפים ממנו, ממילא על הצד אז מצה זאל נאר זיין אן ענף פון קרבן פסח אזוי ווי מרור איז טאקע, וועט מען אויטטמאטיש בזה"ז נידט חייב זיין באכילת מצה, און דאס זעלבע אפי' בזמן הבית אויב א איד מאכט נישט קיין קרבן פסח באונס (טמא, דרך רחוקה, ערל שמתו אחיו) וואלט ער נישט געדאט עסן מצה מה"ת.
קומט די תורה און שרייבט א באזונדערע מצוות עשה פון בערב תאכלו מצות אדער שבעת ימים תאכלו מצות, צו מאכן מצוות מצה אומאפהענגיג פון קרבן פסח וממילא איז יעדער איד מחויב מיט אכילת מצה בין בפני הבית בין שלא בפני הבית,פונקט ווי הנחת תפלין און נטילת לולב.
פארוואס זאל אויב אזוי נישט זיין גענוג איין אזא פסוק פאר אלע ציורים פון מענטשן וואס מאכן נישט קיין קרב"פ צוגלייך?
סוגיא דקלב''מ דף כ''ט
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 12:33 am
דורך חסיד נלהב
באמת איז די שמועס פון רבי נחוניא בן הקנה איבער'ן פטור פון קלב'מ שטארק נוגע דא אין די דף און שפעטער אויף דף ל''א ובעיקר איז די סוגיא אין כתובות וב''ק
איך האב נארמגעוואלט מעיר זיין א קליינע נקודה אינעם טיף ברייט פארצווייגטער סוגיא אז לכ' איז שווער צו פארשטיין שיטת רש''י בסוגיין (וכמדומה איז רש''י חולק אויף עטליכע מקומות בשיטת התוס') אז די פטור פון קם לי' בדרבה מיני' זאגט זיך נישט ביי אינזער פאל באוכל תרומת חמץ בשוגג ווייל ביי כריתות בשוגג זאגט מען נישט קלב''מ, איז לכ' דארף מען קענען מבאר זיין די שי' פון רש'י ווייל תוס' דא אויפען ארט איז מציין א שטארקע מ''מ די שי' הידוע פון חזקי' אז ביי אלע חיובי מיתה בין בזדון בין בשגגה זאגט זיך די דין פון קלב''מ און מען איז פטור מתשלומין
ווער עס קען מב' זיין בקצרה שיטת רש''י וואלט געווען א שטארקער העלפ דא אין די ביאור הסוגיא.
--
נאך א קורצע הערה דא בסוגיין אז לכ' איז די חיוב תשלומין און חיוב מיתה אין זמנים נפרדים ווייל מחוייב במעילה איז'ס בפשטות אין די רגע וואס ער איז מגבי' צו מוציא זיין מרשות לרשות קומט אויס אז ער האט מועל געווען מיטן הגבהה, און מחוייב באיסור חמץ וואס איז בכרת איז נאר בשעת ער איז נהנה פון די אכילת חמץ בגרונו או במעיו, וואס דאס איז צוויי באזינדערע זמנים, וכמב' בסוגיא דקלב''מ בכתובות דף ל' איז הגונב חלבו של חבירו וואס די תשלומין קומט מיט'ן מעשה הגבהה און די חיוב חלב בזמן האכילה איז מען יא מחוייב בתשלומין ווייל ס'זאגט זיך נאר קלב''מ ווען ביידע קומען בענעזאם.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 6:28 am
דורך מיללער
הרב החסיד,
בפשטות קען מען זאגן אז רש"י זאגט א תירוץ אז אפי' איך לערן נישט ווי חזקי' לגבי חייבי מיתות שוגגין שטימט נאך אלס די גמ' דא, ווייל ער קען זיין א מזיד אויפן חמץ און א שוגג אויף הקדש.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 6:31 am
דורך מיללער
אז מ'רעדט שוין איבער רש"י דא אין די סוגיא, איז גאר מערקווידיג וויאזוי רש"י לערנט דא אפ די טייטש פון דבר הגורם לממון וואס איז גאנץ אנדערש ווי אין אנדערע פלעצער אין ש"ס, און שווער צו פארשטיין.
ועי' בפי' רבינו חננאל בזה דפירש אחרת בזה ועי' בפני יהושע שהקשה כן על רש"י ונשאר בצ"ע.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 9:17 am
דורך וויכטיג מאכער
מיללער האט געשריבן:אין די גמ' כח: ברענגט די גמ' א מחלוקת ר"ש ור"י פון וואו מ'לערנט ארויס מצה בזמן הזה איז מדאורייתא, ר"י לערנט פון שבעת ימים תאכל עליו מצות און ר"ש פון בערב תאכלו מצות,
הרב מיללער, ביסט נאך ביי דעם עמוד? לויט ר"י נוץ איך די זעלבע פסוק וואס ר"ש נוצט ארויסצולערנען אז חמץ קודם זמנו האט נישט קיין לאו, נאר ר"י דרשנט די פארקערטע היקש, ער גלייכט צו מצה צו חמץ, פונקט ווי חמץ גייט אן בזמן הזה גייט מצה אויך אן, איא? וואס טוצעך מיטן אין היקש לחצאין? אז די תורה האט צוגעגליכן די צוויי לא תאכל עליו חמץ צום תאכל עליו מצה און דו נוצט דעם היקש אויף איין וועג פאר מצה בזמן הזה, וויזוי קענסטו אויסלאזן דעם פארקערטן היקש אויף חמץ קודם זמנו אז סאל נישט האבן קיין לאו... אין היקש לחצאין?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 9:54 am
דורך מיללער
וויכטיג מאכער האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:אין די גמ' כח: ברענגט די גמ' א מחלוקת ר"ש ור"י פון וואו מ'לערנט ארויס מצה בזמן הזה איז מדאורייתא, ר"י לערנט פון שבעת ימים תאכל עליו מצות און ר"ש פון בערב תאכלו מצות,
הרב מיללער, ביסט נאך ביי דעם עמוד? לויט ר"י נוץ איך די זעלבע פסוק וואס ר"ש נוצט ארויסצולערנען אז חמץ קודם זמנו האט נישט קיין לאו, נאר ר"י דרשנט די פארקערטע היקש, ער גלייכט צו מצה צו חמץ,
פונקט ווי חמץ גייט אן בזמן הזה גייט מצה אויך אן, איא? וואס טוצעך מיטן אין היקש לחצאין? אז די תורה האט צוגעגליכן די צוויי לא תאכל עליו חמץ צום תאכל עליו מצה און דו נוצט דעם היקש אויף איין וועג פאר מצה בזמן הזה, וויזוי קענסטו אויסלאזן דעם פארקערטן היקש אויף חמץ קודם זמנו אז סאל נישט האבן קיין לאו... אין היקש לחצאין?
בפשטות אין די גמ' וואלט מען פארשטאנען אז ר' יהודא קומט נישט צו חיוב מצה בזה"ז מכח א היקש צו חמץ, נאר פשוט אויב די תורה שרייבט א באזונדערע מצות עשה אויף אכילת מצה און ער פארבינדט עס נישט מיט קרבן פסח, אויטאמאטיש איז מען מחויב צו עסן מצה אפי' בזה"ז, פונקט ווי מ'דארף לייגן תפלין בזה"ז, ובל' הגמ' לקמן דף קכ. "אהדריה קרא".
ממילא איז די קשיא פון אין היקש לחצאין נישטא דא אויפן עמוד, הגם באמת איז דער היקש א באקאנטער היקש לגבי אנדערע זאכן (כל שישנו בבל תאכל חמץ ישנו בקום אכול מצה לגבי חיוב נשים במצוות עשה) האסטו א קשיא פארוואס זאגט מען נישט אין היקש לחצאין, ווייס איך נישט צו אלע זענען מודה צו יענעם היקש, אולי איז דא אן אנדערער לימוד אויף יענס.
למעשה רש"י (בד"ה לקובעו חובה) לערנט יא קלאר אז דאס איז מכח היקש וצ"ע, ועי' עוד להלן דף קך. בתוד"ה ראב"י אמר שכתבו שהלימוד הוא מתיבת "עליו" והיינו כמו דכתיב מלבד מצוות פסח יש חיוב לאכול מצה ועיי"ש במהרש"א ורש"ש וואס דער רש"ש לערנט אז תוס' האלט אויך ווי רש"י.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 3:08 pm
דורך מיללער
וויכטיג,
איך זעה יעצט אז דו האסט צוגעטראפן די פני יהושע'ס קשיא, זעה דארט בד"ה אמר לך האי לקובעו חובה ותמצא נחת.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 3:31 pm
דורך חסיד נלהב
מיללער האט געשריבן:הרב החסיד,
בפשטות קען מען זאגן אז רש"י זאגט א תירוץ אז אפי' איך לערן נישט ווי חזקי' לגבי חייבי מיתות שוגגין שטימט נאך אלס די גמ' דא, ווייל ער קען זיין א מזיד אויפן חמץ און א שוגג אויף הקדש.
הרב מיללער שיין מיישב געווען די רש''י בפשטות דא אויפען פלאץ למען ירוץ הקורא, אבער שיטת רש''י איז אויף עטליכע ערטער דלא כתוס' ברויך מען וויסען וואס איז באמת שיטת רש''י אין די נושא.
פארעפענטליכט: שבת מאי 24, 2014 9:38 pm
דורך וויכטיג מאכער
א גוטע וואך...
הרב מיללער, די קשי' איז מיר שווער געווארן לערנענדיג סיי די רשי' און סיי תוס', אלע לערנען פשט אז סיז א היקש... אבער מיין חברותא האט מיר געזאגט אז די צל"ח פרעגט די קשי' און ער ענטפערט אז אין היקש לחצאין זאגט מען נאר ווען מ'גלייכט צו איין זאך, אבער נאר האלב, למשל דא ביי אונז, מ'גלייכט צו אכילת מצה צו איסור חמץ, קענסטו זאגן אז מ'דארף צוגלייכן מצה צו חמץ אויף נאך זאכן ווייל אין היקש לחצאין, אבער צו זאגן אין היקש לחצאין אז יעצט מוז מען צוגלייכן פארקערט אויך, חמץ צו מצה, זאגט מען נישט... און לויט דעם שטומט מורא'דיג די לשון פון רשי'... רשי' דריקט "לאו לאקושי איסור חמץ לאכילת מצה, אלא לאקושי אכילץ מצה לאזהרת חמץ"... ס'קוקט אויס ווי רש"י וויל באווארענען דעם אין היקש לחצאין קשי'...
פארעפענטליכט: שבת מאי 24, 2014 10:17 pm
דורך חסיד נלהב
מיללער האט געשריבן:הרב החסיד,
בפשטות קען מען זאגן אז רש"י זאגט א תירוץ אז אפי' איך לערן נישט ווי חזקי' לגבי חייבי מיתות שוגגין שטימט נאך אלס די גמ' דא, ווייל ער קען זיין א מזיד אויפן חמץ און א שוגג אויף הקדש.
דעם שב''ק האב'ך געפינען די קצות החושן בתחילת הל' עדות סי' כ''ח שטעלט זיך שטארק אויף שיטת רש''י און עס קוקט אויס אז בפשטות איז טאקע שווער צו לערנען די רש''י אז ער איז דא געגאנגען אהן שיטת חזקי' עי''ש באריכות די תירוץ פינעם קצות בשיטת רש''י.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 12:34 am
דורך שאץ מאץ
איים סארי איך האק אריין אייניגע בלאט צוריק,
איך וויל פארשטיין, אפשר קען מיר איינער צייגן ווער ס'רעדט דערפון,
איז די מחלוקה פון יש שבח עצים בפת א מחלוקה איבער דער מציאת, מ'קריגט זיך דא אינעם פאקט צו עצים גיבט אריין א שבח אין פת צו נישט,
אדער מ'קריגט זיך אינעם לומדות, צו יש שבח עצים בפת איז פשט אז ס'האט נישט קיין חשובות איך זאל דאס רעכענען פאר א איסור, אדער יא,
למאי נפק"מ, ווייל אין עמוד ב' וויל די גמ' זאגן אז הקדש איז הארבער אויב האט מען געבאקן ברויט בעצי הקדש וכו' וכו',
איז אויב איך זאג אז מ'קריגט זיך אין מציאות צו יש שבח עצים, איז אביסל שווער, פארוואס זאל הקדש טוישן די מציאות???
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 1:08 am
דורך נא_שכל
וויכטיג מאכער האט געשריבן:א גוטע וואך...
הרב מיללער, די קשי' איז מיר שווער געווארן לערנענדיג סיי די רשי' און סיי תוס', אלע לערנען פשט אז סיז א היקש... אבער מיין חברותא האט מיר געזאגט אז די צל"ח פרעגט די קשי' און ער ענטפערט אז אין היקש לחצאין זאגט מען נאר ווען מ'גלייכט צו איין זאך, אבער נאר האלב, למשל דא ביי אונז, מ'גלייכט צו אכילת מצה צו איסור חמץ, קענסטו זאגן אז מ'דארף צוגלייכן מצה צו חמץ אויף נאך זאכן ווייל אין היקש לחצאין, אבער צו זאגן אין היקש לחצאין אז יעצט מוז מען צוגלייכן פארקערט אויך, חמץ צו מצה, זאגט מען נישט... און לויט דעם שטומט מורא'דיג די לשון פון רשי'... רשי' דריקט "לאו לאקושי איסור חמץ לאכילת מצה, אלא לאקושי אכילץ מצה לאזהרת חמץ"... ס'קוקט אויס ווי רש"י וויל באווארענען דעם אין היקש לחצאין קשי'...
די אופטוה שטאמט פון רש"י אליינס, זעה רש"י כריתות כ"ב ע"ב ד"ה ור"ע אין היקש למחצה. און אויך זעה יד מלאכי כלל האל"ף אות ל'
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 1:24 am
דורך וויכטיג מאכער
שאץ מאץ האט געשריבן:איים סארי איך האק אריין אייניגע בלאט צוריק,
איך וויל פארשטיין, אפשר קען מיר איינער צייגן ווער ס'רעדט דערפון,
איז די מחלוקה פון יש שבח עצים בפת א מחלוקה איבער דער מציאת, מ'קריגט זיך דא אינעם פאקט צו עצים גיבט אריין א שבח אין פת צו נישט,
אדער מ'קריגט זיך אינעם לומדות, צו יש שבח עצים בפת איז פשט אז ס'האט נישט קיין חשובות איך זאל דאס רעכענען פאר א איסור, אדער יא,
למאי נפק"מ, ווייל אין עמוד ב' וויל די גמ' זאגן אז הקדש איז הארבער אויב האט מען געבאקן ברויט בעצי הקדש וכו' וכו',
איז אויב איך זאג אז מ'קריגט זיך אין מציאות צו יש שבח עצים, איז אביסל שווער, פארוואס זאל הקדש טוישן די מציאות???
ביים לערנען האמער געשמיעסט פון דעם, איך געדענק נישט פון וועם מ'האטעס אויסגעשמיעסט, אבער די תירוץ איז אז הקדש איז א דבר שיש לו מתירין און ס'ווערט נישט בטל אפילו באלף...
קומט אויס אז די מחלוקת קען זיין אז יעדער פארשטייט אז עפעס א טעם גייט אריין, די שאלה איז נאר צו יש שבח עצים בפת "גענוג שטארק אז סאל נישט בטל ווערן"... און ביי הקדש איז אפילו א משהו א פראבלעם...
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 9:41 am
דורך מיללער
אויף דף ל. זאגט די גמ' ואזדא רבא לטעמיה אז הל' כר"ש לגבי חמץ שעבר עליו הפסח ווייל ער האט דערציילט אז זייענדיג ביי רב נחמן פלעגט ער מוצאי יו"ט ארויסשיקן איינקויפן חמץ פון די גוים.
איז רש"י מסביר אז דאס איז נאר יתכן אויב ער האלט ווי ר"ש און ביי א נכרי'ס חמץ האט מען נישט געקנסט משא"כ לשיטת ר"י סתמא קאמר ואפי' דנכרי.
מוז מען דא צולייגן אז דאס אליינס איז אויך נאר רבא לשיטתיה אויבן אויף דף כט. ווייל לויט רב אחא בר יעקב דארט האלט אויך ר"י אז חמץ של נכרי איז מותר באכילה והנאה.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 9:43 am
דורך שמעלקא טויב
מיללער האט געשריבן:אויף דף ל. זאגט די גמ' ואזדא רבא לטעמיה אז הל' כר"ש לגבי חמץ שעבר עליו הפסח ווייל ער האט דערציילט אז זייענדיג ביי רב נחמן פלעגט ער מוצאי יו"ט ארויסשיקן איינקויפן חמץ פון די גוים.
איז רש"י מסביר אז דאס איז נאר יתכן אויב ער האלט ווי ר"ש און ביי א נכרי'ס חמץ האט מען נישט געקנסט משא"כ לשיטת ר"י סתמא קאמר ואפי' דנכרי.
מוז מען דא צולייגן אז דאס אליינס איז אויך נאר רבא לשיטתיה אויבן אויף דף כט. ווייל לויט רב אחא בר יעקב דארט האלט אויך ר"י אז חמץ של נכרי איז מותר באכילה והנאה.
ריכטיג, אבער אף ר' אחא בר יעקב חזר בו וסבר כרבא.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 10:02 am
דורך מיללער
אמת, אבער עס איז פארט דא א מהלך להתיר אף אליבא דרבי יהודא
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 10:36 am
דורך PDF
שאץ מאץ האט געשריבן:איים סארי איך האק אריין אייניגע בלאט צוריק,
איך וויל פארשטיין, אפשר קען מיר איינער צייגן ווער ס'רעדט דערפון,
איז די מחלוקה פון יש שבח עצים בפת א מחלוקה איבער דער מציאת, מ'קריגט זיך דא אינעם פאקט צו עצים גיבט אריין א שבח אין פת צו נישט,
אדער מ'קריגט זיך אינעם לומדות, צו יש שבח עצים בפת איז פשט אז ס'האט נישט קיין חשובות איך זאל דאס רעכענען פאר א איסור, אדער יא,
למאי נפק"מ, ווייל אין עמוד ב' וויל די גמ' זאגן אז הקדש איז הארבער אויב האט מען געבאקן ברויט בעצי הקדש וכו' וכו',
איז אויב איך זאג אז מ'קריגט זיך אין מציאות צו יש שבח עצים, איז אביסל שווער, פארוואס זאל הקדש טוישן די מציאות???
די מחלוקת פון יש שבח עצים אדער נישט איז נאר שייך ווען איך זאג אז ע"ג גחלים מותרת און די שאלה איז צו די ברויט ווערט געבאקען פון די עצים אדער פון די גחלים
משא"כ בהקדש וואס די גחלים זענען אויך אסור קומט נישט אריין די שאלה בכלל
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 11:52 am
דורך נאטרוליסט
איך האב א קליינע הערה אויף דף כ"ט: ביי די ראי' אז רב אחא בר יעקב הדר בי'. אז יעדער האלט אז דבר הגורם לממון כממון און מ'קריגט זיך צי מ'גייט ווי רבי שמעון אדער רבי יהודא.
איז מיין קשיא פארוואס דארפן זיי האלטן כממון דמי, אפילו מ'האלט לאו כממון דמי וועט אויך אויסקומען אז יום טוב מעג מען הנאה האבן פון הקדש חמץ, ווייל ער איז דאך מקיש שאור דאכילה לשאור דראי'?