מיללער האט געשריבן:אין דף כ"ג. דערמאנט רש"י בד"ה וצריכי די גמ' אין ביצה אז שאור איז בעצם נישט ראוי לאכילה.
האב איך זיך געכאפט אז אנהייב מסכתא איז דא א מחלוקת רש"י ותוס' בטעם למה תיקנו חכמים בדיקת חמץ, רש"י זאגט שלא יעבור עליו בבל יראה און תוס' זאגט אז אי משום הא איז דאך גענוג ביטול, נאר וועגן שלא יבא לאוכלו.
איז מיין שאלה היכי תימצי אין א שטוב וואס איז א מקום שאין מכניסין בו חמץ, די איינציגע זאך וואס קומט דארט אריין איבערן יאר איז נאר שאור, איז מען לויט תוס' פטור דארט בודק צו זיין כיון שאין ראוי לאכילה איז נישטא דער חשש פון שמא יבא לאוכלו אדער איז אפשר משום לא פלוג דארף מען יא בודק זיין?
ואותה שאלה יכול לישאל גם במי שיודע בברור שלאחרונה לא נשתמש בהבית למשל א סומער דירה וואס מ'איז שוין נישט דארט געווען א לאנגע תקופה, און אפי' אויב עס איז פארבליבען דארט חמץ איז עס שוין נתעפש, זיין ספק איז נאר צו עס איז שוין נפסל מאכילת כלב אויך, וועט מען לויט תוס' דארפן בודק חמץ זיין אדער וויבאלד עס איז נישט דא דער חשש פון שמא יבא לאוכלו איז ער פטור?
והשלישית, א הויז וואו מ'גייט נישט זיין פסח איז דאך נישטא קיין חשש שמא יבא לאוכלו טיז מען לויט תוס' פטור מבדיקה? ומל' הגמ' דף ו. משמע שבתוך ל' יום קודם הפסח מחויב לבדוק אף באין דעתו לחזור.
דארט קען מען אפשר ענטפערן אז איך בין חושש אז אפשר וועט זיך טוישן דער פלאן במשך דעם יו"ט ושוב יש חשש שמא יבא לאוכלה.
כ'האף איך מעג דא אריין רעדן אפי' איך האלט נישט מיט די שיעור, און איך קום נאר ממה שלמדתי בשו"ע.
על ראשון ראשון, לגבי שאור/חמץ נוקשה די ריכטיגע ענטפער דערויף איז אז שאור איז 'מן התורה' מותר אפי' צו עסן, נאר חז"ל האבן געזאגט שיאור ישרף וויבאלד ס'איז ראוי לאכילה ע"י הדחק חששו שמא יבא לאוכלו (ופשוט דזהו לכו"ע ואינו תלוי במחלו' רש"י תוס' לגבי טעם הבדיקה), כמבואר במג"א סי' תמ"ב סק"א.
ממילא לגבי השאלה במקום שהשתמשו רק עם חמץ נוקשה, י"ל דאין חילוק בין רש"י לתוס', דלרש"י הרי חז"ל אסרו להשהותו בביתו ואיכא בל יראה מדרבנן, ואם לא יבדוק אחריו הרי יעבור מדרבנן, ולתוס' הרי ראוי לאכול ע"י הדחק ויש לחוש שמא יבא לאכלו כשימצאהו. די שאלה איז נאר צו חז"ל האבן ארויפגעלייגט דערויף אזא שטארקע איסור שיצטרך לבדוק ולחפש אחריו...
לגבי די שאלה פון א זוממער דירה וואס די שאלה איז באמת אז וויבאלד ס'איז דא כמה ספיקות צו פאלט אוועק די חיוב בדיקה, מבואר בשועה"ר סי' תל"ג סכ"ה ובקו"א סק"ו ובהגהה על הסעיף שם, אז די גאנצע בדיקת חמץ איז נתקן געווארן אויף ספיקות, ממילא די אלע ספיקות העלפן נישט אוועקצונעמען די חיוב בדיקה, נאר וואס יא, א ספק וואס איז קרוב לוודאי, ווי די משל וואס ער רעדט דארט אז עס קען זיין די תרנגולים האבן עס אויפגעגעסן דכך הוא דרכם, וגם מיירי קודם ל' יום שיש עוד ספק דלמא נתעפש או נמאס ונפסל מאכילת כלב דאס קען שוין יא העלפן שלא לחייבו בבדיקה עיי"ש.
שלישית, איז די תירוץ דערויף דכיון ששואלין ודורשין בהלכות פסח ל' יום קודם לחג, מאותו שעה חל עליו להזהר ולקיים כל מצות חכמים, ממילא וויבאלד די סיבת הדבר איז געווען שמא יבא לאכלו, און אויף די מציאות ווי ער איז יעצט (דהיינו כל זמן שהוא בביתו) איז דא די חשש, איז דא די חיוב בדיקה, נאר וואס דען דער מענטש איז אויפגעקומען מיט נאך א וועג זיך ארויסצודרייען פון די חשש דורך אוועקפארן, דאס העלפט אים נישט פטור צו ווערן פון די חיוב וואס ער איז נתחייב געווארן פון ל' יום קודם פסח.
----
לגבי שאלה ב', לאמיר קלארער זיין אין די דין פון יוצא לדרך, די שועה"ר איז מבאר אז די הלכה איז תלוי אין די מחלוקת צווישן רש"י און סמ"ק לגבי חמץ שנפלה עליו מפולת. דאן לאמיר קודם זען וואס דארט איז און נאכדעם צוריק קומען צו יוצא לדרך.
וודאי חמץשיטת רש"י איז אז וויבאלד אין הכלב יכול לחפש אחריו הרי הוא כמבואר מן העולם לגמרי, דאס איז א געוויסע סארט ביעור חמץ, און ער איז שוין נישט עובר בבל יראה ובבל ימצא דערויף אפי' ער איז עס בכלל נישט מבטל. פונדעסטוועגן איז נאך אלץ דא א חיוב מדרבנן צו 'מבטל' זיין מחשש אפשר וועט זיך אויפדעקן די חמץ אינמיטן פסח און אויב ער וועט עס נישט מבטל זיין פאר פסח וועט ער עובר זיין אויף ב"י וב"י, און אויב האט ער עס נישט מבטל געווען פאר פסח, י"א דלא קנסו אותו לפקח הגל ולהוציא החמץ ולבערו.
שיטת הסמ"ק איז, אז דאס איז נישט כאילו ער האט עס מבער געווען, און וויבאלד ס'איז זיכער פארהאן דארט חמץ אויב גייט ער עס נישט מבטל זיין איז ער עובר מה"ת אויף ב"י וב"י, אבער אויב ער איז עס מבטל, איז דאס גענוג אפילו מדרבנן, ווייל די גאנצע חשש פארוואס מען דארף בודק חמץ זיין איז שמא יבא לאוכלו, אבער דא גייט דאך עס בלייבן פארדעקט גאנץ פסח דארף איך נישט מורא האבן דערפאר. און וויבאלד מן התורה איז מען מחויב עס צו מבטל זיין, אויב האט ער עס נישט מבטל געווען פאר פסח איז ער מחויב מן התורה צו גיין אויפגראבן און נאכזיכן נאך די חמץ.
אויב אבער ס'איז פחות מג' טפחים, דארף איך שוין מורא האבן אז וויבאלד הכלב יכול לחפש אחריו, יכול להיות שישייר מעט כשיוציא החמץ משם, ויש לחוש דלמא יבא לאכלו, ממילא איז לכו"ע נישט גענוג וואס ער איז עס מבטל נאר מען דארף אויפזיכן די חמץ און מבער זיין מן העולם.
ספק חמץביז דא האט מען גערעדט פון וודאי חמץ, אבער ספק חמץ, דאס הייסט מען האט זיך טאקע משתמש געווען מיט חמץ אין דעם מפולת, אבער עס קען זיין אז מען האט עס שוין לאנג אוועקגענומען פון דארט, איז כו"ע מודה אז מן התורה איז גענוג ביטול, און אויב ער איז עס מבטל האבן חז"ל נישט מחייב געווען ער זאל דארפן אויפגראבן און בודק זיין צו ס'איז דא דארט חמץ.
אויב אבער האט ער עס נישט מבטל געווען, ווענד זיך שוין צו ער האט זיך משתמש געווען דארט מיט חמץ תוך ל' צו קודם ל', אויב האט ער זיך משתמש געווען תוך ל', חייב לפקח ע"י מרא וקרדום ולבדוק אם יש שם חמץ, מכיון דהוי ספיקא דאורייתא.
ואם השתמש רק מקודם ל' אז יש כמה ספיקות, שמא ניטל, שמא נתעפש באורך הזמן, וא"כ מה"ת אי"צ לבערו, רק נשאר עליו חיוב מדרבנן שחייבו לבדוק חמץ אפי' בכמה ספיקות, ורבנן לא אטרחוהו להוציאו ע"י מרא וחצינא כיון שאין שם חמץ וודאי.
וכ"ז כשלא ביטלו ויש להסתפק שמא יש שם חמץ ואין עליו גל גבוה ג' טפחים, אבל אם יודע בוודאי דאם יש שם חמץ יש עליו בוודאי ג' טפחים אז תלוי במחלוקת רש"י והסמ"ק, דלרש"י מכיון דמה"ת הרי הוא כמבוער ע"כ לא הטריחוהו חז"ל בספק חמץ, אבל להסמ"ק עדיין הוא ספיקא דאורייתא וחייב לפקח ע"י מרא וקרדום.
(ועיי"ש בקו"א דבאמת נחלקו בזה הח"י והעו"ש, להח"י בספק חמץ אפי' לא ביטל, לא הטריחוהו לפקח הגל, ולהעו"ש גם בספק חמץ אם לא ביטל בכל אופן חייב לפקח הגל. ולמעשה מיקל הקו"א 'כטעם' הח"י דהיינו כשהוא גל של ג' טפחים מכיון דלשיטת רש"י טעם הביטול הוא רק משום גזירה ע"כ בספק לא גזרינן ואי"צ לפקח, ואיה"נ לשיטת הסמ"ק בכל אופן צריך לבטל מכיון שהוא ספיקא דאורייתא, ולא מטעם גזירה, ובפחות מג' חייב לפקח גם לרש"י).
דאס איז ביי מפולת, יעצט לגבי יוצא לדרך ואין דעתו לחזור וועט זיין די זעלבע מחלוקת, ווייל דאס אוועקפארן איז פונקט ווי עס פאלט ארויף דערויף א מפולת וגבוה ג' טפחים.
לשיטת הסמ"ק, א שטוב וואס מען האט זיך באניצט דארט כסדר מיט חמץ און ס'איז זיכער דא דארט א שטיקל חמץ אויף אזא פאל וואס ער איז מחויב מה"ת צו בודק זיין און מבער זיין דעם חמץ, וועט זיין די הלכה פונקט ווי ביי חמץ שנפל עליו מפולת, אז אפי' ער פארט אוועק איז ער מחויב מה"ת צו בודק זיין און מבער זיין, און וויבאלד די חיוב אי זמה"ת איז נישט קיין חילוק ווען ער פארט אוועק, ממילא אפי' פאר ל' יום וועט ער שוין אויך זיין מחויב לבדוק החמץ, ומכיון דמה"ת חייב בתשביתו חל עליו גזירת חכמים דלא די בביטול נאר מען דארף עס בפועל ארויסנעמען.
דאס איז וודאי חמץ, אבער אויב איז עס א ספק חמץ, דהיינו מען באניצט זיך נישט כסדר דארט מיט חמץ, דעמאלטס איז די חיוב בדיקה נאר מדרבנן, דא איז שוין א חילוק אויב ס'איז תוך ל' איז דאך שוין חל אויף אים די תקנת חז"ל ממילא דארף ער בודק זיין, אויב איז עס קודם ל' העמידו דבריהם על דין תורה ואי"צ לבדוק.
לשיטת רש"י, איז דא די הלכה פונקט ווי ביי מפולת שגבוה ג' טפחים, וואס מה"ת איז דאס כאילו מבוער מן העולם, און חז"ל האבן מצריך געווען ביטול, אבער דא איז אביסל אנדערש ווי ביי מפולת, ווייל דא אויב פארט ער אוועק תוך ל' וויבאלד ס'איז שוין חל אויף אים די תקנת חז"ל פון בדיקה, וועט ער יא דארפן בודק חמץ זיין, אבער פאר ל' אפי' ס'איז דא דארט וודאי חמץ דארף ער עס בכלל נישט מבער זיין, ווייל לשיטת רש"י איז דאס כמבוער.
דאס איז אלעס אויב עס איז אין דעתו לחזור בפסח, אבער אויב דעתו לחזור בפסח דארף ער בכל אופן בודק חמץ זיין אפי' ער פארט אוועק אנפאנג יאר, דיש לחוש שמא ישכח ויאכל החמץ.
יעצט לאמיר צוריק גיין צו שאלה ב', לגבי א זוממער דירה וואס מען איז שוין לאנג נישט דארט געווען, איז אזוי, אויב וועט ער נישט דארט זיין פסח, וועט זיין א חילוק צו ס'איז וודאי חמץ צו נישט, אויב ס'איז וודאי חמץ איז עס תלוי במחלוקת רש"י וסמ"ק, ולהלכה יש לחוש להסמ"ק וצריך לילך ולבדוק החמץ, אויב איז עס ספק חמץ דארף ער לכו"ע נישט בודק זיין און ס'איז גענוג מיט ביטול מכיון שהוא קודם ל'.
אויב וועט ער יא דארט זיין פסח, דארף מען אוודאי יא בודק חמץ זיין און נישט קיין חילוק ווען מען גייט ארויס פון דארט, אויב טראכט מען צוריק צו גיין דארט פסח דארף מען בודק חמץ זיין.
--
נ.ב. די סוגיא איז פון די געשמאקסטע סוגיית אין שועה"ר אין הל' פסח...