נאטרוליסט האט געשריבן:איך האב א קליינע הערה אויף דף כ"ט: ביי די ראי' אז רב אחא בר יעקב הדר בי'. אז יעדער האלט אז דבר הגורם לממון כממון און מ'קריגט זיך צי מ'גייט ווי רבי שמעון אדער רבי יהודא.
איז מיין קשיא פארוואס דארפן זיי האלטן כממון דמי, אפילו מ'האלט לאו כממון דמי וועט אויך אויסקומען אז יום טוב מעג מען הנאה האבן פון הקדש חמץ, ווייל ער איז דאך מקיש שאור דאכילה לשאור דראי'?
אלא מאי הדר ביה ראב"י און ער האלט אז ר"י איז נישט מקיש שאור דראיה צו שאור דאכילה וממילא איז נאר לויט ר' שמעון איז מען מועל מכח דבר הגורם לממון.
איך פארשטיי נישט וואס עס ארט אייך