שיעור השבוע בפרשת השבוע ובענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24512
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 24, 2017 8:21 am

בס"ד יום א' ויחי תשע"ח לפ"ק - יום ראשון מב' ימי התמדת התורה לחברי חבורתינו בעיר סטעמפארד, בדיבוק חברים וצוותא חדא

יענע וואך פרשת ויגש במישלם יומי דחנוכה, איז געווען א קלענערע שיעור פון דריי בלאט דפים כה-כז ממס' נזיר, צו ערלויבן צייט ללימוד הלכות ועניני חנוכה ענינא דיומא. טראץ די קלענערע שיעור בכמות, טראגן די דריי בלעטער א שטארקע געוויכט באיכות מיט שווערע עניני קדשים וקרבנות, אריינברענגענדיג דעם לומד אין די וועלט פון קרבנות ובית המקדש מיט געגועים צום ותחזינה עינינו בשובך לציון ושם נעבדך ביראה.

לערענענדיג דעם רמב"ן הק' אויפן פסוק (בראשית מו, א) ויזבח זבחים לאלקי אביו יצחק, איז דער רמב"ן דארט מאריך בנפלאות בנגלה ובנסתר אויף דעם וואס מ'זעהט אז יעקב אבינו האט דוקא מקריב געווען קרבנות שלמים אקעגן די מדת הדין, אנדערש ווי נח וואס האט נאר מקריב געווען עולות ווי חז"ל זאגן אין זבחים לא הקריבו בני נח שלמים, און ער איז מבאר פארוואס שלמים האט אין זיך די מדה קעגן מדת הדין מפני שמטילין שלום בעולם, עיי"ש

ביי אונז ביי נזיר כאטש מיר פארשטייען געוויס נישט די ענינים, זעהט מען אז די קרבנות נעמען אריין אלע סוגים, עולה חטאת ושלמים און דער אשם ביי נזיר טמא, וואס אוודאי האבן די אלע קרבנות אין זיך פארשידענע סגולות וענינים גבוהים.

(ובדרך אגב, דער פסוק אין פרשת ויגש, ויכלכל יוסף את אחיו, האבן מיר דאך אויך שוין געהאט אין נזיר)

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 12:56 am

האבנדיג בשיעור השבוע (לא:) בגלילא שנו, א באקאנטער תי' וואס מ'געפונט עטליכע מאל אין ש"ס, קומט באלד אויף דער תוספות ישנים (שבת מז.) וועלכער ברענגט בשם רבינו מאיר א נייעם פשט אויף בגלילא שנו וואס די גמ' ענטפערט אין שבת עח. פארוואס בשיעור הוצאה לחיוב שבת ביי מים גייט מען בתר רפואתו און נישט בתר שתייתו דשכיחא (אנדערש ווי רש"י - שהיין היה להם ביוקר ולא השתמשו לרפואה מזה רק ממים, און ר"ת - שיין הרבה מצוי להם ולא שתו מים) "כי מרוב שתיית היין היה להם חכלילו עינים ושכיחי רפואת המים טובא", וואס איז גאנץ פאסיג צום ברכת יהודה די וואך, חכלילי עינים מיין.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24512
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 8:23 am

לא לנו האט געשריבן:האבנדיג בשיעור השבוע (לא:) בגלילא שנו, א באקאנטער תי' וואס מ'געפונט עטליכע מאל אין ש"ס, קומט באלד אויף דער תוספות ישנים (שבת מז.) וועלכער ברענגט בשם רבינו מאיר א נייעם פשט אויף בגלילא שנו וואס די גמ' ענטפערט אין שבת עח. פארוואס בשיעור הוצאה לחיוב שבת ביי מים גייט מען בתר רפואתו און נישט בתר שתייתו דשכיחא (אנדערש ווי רש"י - שהיין היה להם ביוקר ולא השתמשו לרפואה מזה רק ממים, און ר"ת - שיין הרבה מצוי להם ולא שתו מים) "כי מרוב שתיית היין היה להם חכלילו עינים ושכיחי רפואת המים טובא", וואס איז גאנץ פאסיג צום ברכת יהודה די וואך, חכלילי עינים מיין.

הערליך און יישר כח פאר די מראה מקום בדברי התוס' והתו"י שם בשבת

בעצם די גאנצע גמרא דא צו חמרא עדיף צו שמן עדיף האט א שייכות צו די וואכעדיגע סדרה בברכת יעקב, ווייל יהודה האט באקומען די ברכה אויף ריבוי יין כדכ' חכלילי עיניך מיין און כבס ביין לבשו, און אשר האט באקומען א ברכה אויף ריבוי שמן כדכ' מאשר שמנה לחמו ופירש"י שהיו זיתים מרובים בחלקו והיה מושך שמן כמעין.

און דאס שטימט מיט אונזער גמרא, ווייל די גמרא זאגט אז געווענליך איז שמן עדיף מיין ווייל עס איז נישט אזוי מצוי, אבער 'בגלילא' דארט איז חמרא עדיף איז תוס' (נדפס בדף לג: ד"ה אלא מאי) מסביר: בגלילא שנו שהיה להם רוב שמן והיין יקר להו משמן.

חלקו של יהודה איז דאך ירושלים וסביב לה דארט איז שמן נישט געווען אזוי מצוי, חלקו של אשר איז דאך בגליל! דארט איז דא 'זיתים מרובים, ומושך שמן כמעין' און טראץ דעם וואס וויין האט אויך דארט נישט געפעלט כדברי התוס' שם במס' שבת, דאך איז חמרא געווען עדיף להם משמן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24512
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 8:32 am

עוד רגע אדבר בשייכות מפרשת השבוע פר' ויחי לשיעור השבוע מס' נזיר דפים כח-לא, בסוף פרקין מי שאמר דף ל: בין האיבעיות מביא הגמ' בעי רבא בכור ופשוט מאי, היינו אם גם לענין גילוח על נזירות אביו יש עדיפות לירושת בכור על פשיט.

בפרשת השבוע ראובן בכורי אתה וגו' פחז כמים אל תותר וגו' שראובן איבד את בכורתו ואת העדיפות פי שנים שיש לבכור, והבכורה חלק הםי שנים עברה ליוסף כמ"ש ואני נתתי לך שכם אחד יתר על אחיך.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג דעצמבער 31, 2017 12:19 pm

בשיעור שבוע העבר (נזיר כ"ט:) מובא המחלוקת של מופלא סמוך לאיש. ולשלב לשיעור השבוע ויחי דמובא בהפטרה הפסוק (מלכים א ב) וחזקת והיית לאיש, יש לציין דברי התוס' (סנהדרין סח:) להקשות בדרשת חז"ל, וכי יהיה לאיש בן סורר ומורה, דדרשי' סמוך לגבורתו של איש, והיינו בגיל י"ג, "וא"ת דילמא שנה שלפני גדלות כדאשכחן (נדה דף מו.) במופלא הסמוך לאיש לענין נדרים (והיינו דשם לא דרשי' ואיש כי ידור דהיינו בגיל גבורת איש, ושנה שלפני זה היינו בגיל י"ג) ומפר"ת דהכא דריש 'לאיש' דמשמע לשון גבורה כדכתיב (מלכים א ב) וחזקת והיית לאיש" עכ"ל.

ועוד יש לציין דברי רש"י באותו עמוד "שלא מצינו בכל התורה שיהא קרוי איש בפחות מבן י"ג אבל בבן י"ג מצינו שקראו הכתוב איש כדכתיב (בראשית לד) ויקחו שני בני יעקב שמעון ולוי איש חרבו", שמובא ברש"י פרשת ויחי בפסוק שמעון ולוי אחים כלי חמס מכרותיהם.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24512
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 31, 2017 7:39 pm

לה"ו יום א' שמות תשע"ח לפ"ק פה סקרענטאן יצ"ו

בשבוע הבעל"ט ממשיכים ומסיימים פרק חמישי ממסכת נזיר ומתחילים פרק שישי, בדפים לב-לה מן המסכתה הנדירה עם פירוש רבינו אשר הרא"ש ומתכוננים לבחינה הבאה ביום א' וארא הבעל"ט על דפים כא-לה ממסכת נזיר

בדפינו של היום דף לב: במתני' נחלקו החכמים על נחום המדי שרצו להתיר את הנזירים בזמן חורבן הבית שיבנה במהרה ע"י פתח של נולד ולא הודו לו חכמים, ובגמ' אמרי' דרבי אליעזר שנחלק במסכת נדרים וס"ל פותחין בנולד גם הוא חזר בו שהרי הוא היה בין החכמים בזמן החורבן ולא שמענו שהורה כנחום המדי בזה.

הנה במס' נדרים שם בדף סד: שמענא דטעמו של רבי אליעזר ושיטתו דפותחין בנולד נובע מפסוק בפרשת השבוע פרשת שמות דאמר הקב"ה למשה רבינו שישוב למצרים כי הותר נדרו ע"י 'כי מתו כל האנשים המבקשים את נפשיך' ונמצא שהפתח לנדרו היה ע"י נולד, וחכמים סברו דכוונת הקב"ה היה שהענו ועניות שכיחא ולא מיקרו נולד.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24512
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך ינואר 10, 2018 7:18 pm

ב"ה יום ד' וארא תשע"ח לפ"ק

מיטן הילף פון באשעפער קל חי וקים, האבן מיר זוכה געווען צו נאך א פולע וואך מיט א הערליכן שיעור במסכת נזיר בסוגיא נרחבה של היתר מצטרף לאיסור וטעם כעיקר, בלימוד השבוע דפים לו-לט ממסכת נזיר, כן יעזור ה' הלאה בשמחת התורה.

נאך די סוגיא פון טעם כעיקר, בדף לח. ברענגט די גמרא אן אינטערעסאנטע סך הכל פון אלע דיני התורה וועלכע שיעורן איז ברביעית וכדברי רבי אלעזר עשר רביעיות הן, אויף וואס רב כהנא האט זיך געמאכט א סימן בידי"ה (רמז לשני הידים כל אחת עם חמש אצבעותיה) חמש סומקתא וחמש חיורתא. די גמרא רעכנט דאס צווייטע 'עושה פסח' מיינענדיג די ד' כוסות של פסח וואס ר"י אמר שמואל זאגט אין פרק ערבי פסחים 'ארבע כוסות הללו צריך שיהא בהן כדי רביעית'.

דבר בעתו מה טוב, ווי פאסיג איז צו דערמאנען די ד' כוסות אין פרשת וארא, וואס רש"י און דער רשב"ם אנהייב פרק ערבי פסחים בדף צט: ברענגן אראפ די מדרש רבה אין פרשת וישב (בראשית רבה פרשה פ"ח - על הכ' בראשית מ, ט) אמר רב הונא בשם ר' בניה (ברשב"ם הגירסא בשם רבי אבא) כנגד ארבע גאולות שנאמרו במצרים, והוצאתי והצלתי וגאלתי ולקחתי, די פיר לשונות וועלכע ווערן דערמאנט אין די וואכעדיגע סדרה!

אינטערעסאנט אז דער רשב"ם צייכנט צו דער מדרש הנ"ל פון בראשית רבה, בעצם איז דע זעלבע מדרש די וואך אין שמות רבה (פרשה ו - עה"כ שמות ו, ג) ארבע גאולות יש כאן והוצאתי והצלתי וגאלתי ולקחתי כנגד ד' גזרות שגזר עליהן פרעה, וכנגדן תיקנו חכמים ארבע כוסות בליל הפסח לקיים מה שנא' כוס ישועות אשא ובשם ה' אקרא.

יה"ר שנזכה בקרוב לשמוע כל הלשונות של גאולה, בביאת בן דוד גואלינו, ואז נזכה לקיים מה שנא' כוס ישועות אשא ובשם ה' נקרא

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24512
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מוצ"ש ינואר 13, 2018 9:05 pm

ב"ה מוצש"ק וארא תשע"ח

עוד לאלקי מילין מענין פרשת השבוע שמצינו בשיעור השבוע, מלבד הרמז ממכת כינם שנמצא בדף לט. מאינבא חיה ואינבא מתה שנמצא בשער (ועי' באוחה"ק שמות ח, יג-יד מה שכ' אם הכינים שבמצרים היא אותה הכינה שנמצאת באדם ובבהמה עיי"ש)

הנה בדף לח. למדנו הרמז של עשר רביעיות חמש סומקתא וחמש חיוורתא, ובין החמש חיוורתא נמצא הדין של רביעית מים למצורע וכמו שפי' הרא"ש נלמד מהכ' וטבל אותם ואת הצפור החיה בדם הצפור השחוטה על המים החיים, ואמרי' בסוטה מים שדם ציפור ניכר בהם ושיערו חכמים רביעית.

מצאנו ראינו שהבעה"ט הביא בפרשתן פרשת וארא על הכתוב (שמות ז, יז) הנה אנכי מכה במטה אשר בידי *על המים* אשר ביאר ונהפכו לדם, הביא ד' במסורה ואחד מהם הוא הפסוק הנ"ל של מצורע, בדם הצפור השחוטה *על המים* החיים , והגמ' עליה שצריך שיתן מים כדי שיהא הדם ניכר במים עיי"ש דבריו הנפלאים בביאור המסורה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24512
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 9:45 pm

בעזהשי"ת ליל שישי פרשת בא תשע"ח לפ"ק

די וואך לויטעט דער לוח השיעורים לחבורתינו ממשיך צו זיין במסכת נזיר בדפים מ-מג, יה"ר שנזכה ללמוד מתוך הרחבת וישוב הדעת.

בדרך צחות האט מיר א איד געזאגט אז פרשת בא ווען מרעדט פון מכת בכורות וה' הכה כל בכור, און דערצו איז דאך געווען דער למכה מצרים בבכוריהם די מצריים זעלבסט האבן זיך גע'הרג'ט אז עס האט זיך געוואלגערט פגרים מתים, גוססים ומגוידים, אברים של חי ואברים של מת, שדרות וגלגולת, כזיתים מן מתים, תרוודים של רקב ונצל, איז א גוטע וואך צו לערנען די גמרות וואס זענען עוסק אין די שרעקעדיגע ענינים, וע"י עסק התורה זאל מיר אוודאי ניצל ווערן פון די אלע שרעקליכע זאכן רח"ל, ואדרבא זכות התורה להוסיף חיים למוצאיהם, אורך ימים בימינה ובשמאלה עושר וכבוד וכט"ס

אין א מער אן ערנסטן טאן, די וואך הייבט מען אן די שיעור בדף מ. מיט די משנה אין מסכת נגעים שלשה מגלחין ותגלחתן מצוה, נזיר ומצורע ולווים, און די גמרא גייט אריין באריכות איבער די לימודים צווישן די דריי מקומות ווי מצוותן בתגלחת.

איז דאך אוודאי דבר בעתו צו געדענקען אז די תגלחת הלווים וואס ווערט דערמאנט אין פרשת בהעלותך (במדבר ח, ו) והעבירו תער על כל בשרם וגו' ענדיגט זיך די פרשה מיטנדי טעם הדברים פון די גאנצע תגלחת און תנופה והבאת קרבנות, און דער פסוק פירט אויס (שם טז-יז) כי נתונים המה לי מתוך בנ"י תחת פטרת כל רחם וגו' כי לי כל בכור בבנ"י באדם ובבהמה ביום הכתי כל בכור בארץ מצרים וגו'

הייסט דאס,אז די הכנה ויסוד צו די תגלחת הלוים האט זיך אנגעהויבן אין די וואכעדיגע סדרה ביי מכת בכורות! און ווי דער פסוק סוף פרשת בא זאגט, וואס מיר זאגן יעדן טאג ביי הנחת תפלין, קדש לי כל בכור פטר כל רחם בבני ישראל באדם ובבהמה לי הוא! און די קדושת הבכורים האבן די לוים געדארפט שםעטער פודה זיין וביום הפדיון האבן זיי געהאט די מצות תגלחת.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » פרייטאג ינואר 19, 2018 10:56 am

מיללער האט געשריבן:בעזהשי"ת ליל שישי פרשת בא תשע"ח לפ"ק

צום דרך צחות, געוויס איז א גאנגבארע טעמע די משנה אין מב. די רייע התראות, אל תשתה אל תשתה, אל תגלח אל תגלח, אל תטמא אל תטמא, זינט פרשת וארא איז מצרים איינגעהילט אין א ווארענונג אלאראם, משה רבינו קומט אריבער יעדן דריטן וואך מתרה זיין דעם פרעה אין לויף פון א גאנצע וואך, און אנהייבנדיג פרשת בא הייבט רש"י אן דערמיט, בא אל פרעה, והתרה בו.

Haklal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » פרייטאג ינואר 19, 2018 11:39 am

לא לנו האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:בעזהשי"ת ליל שישי פרשת בא תשע"ח לפ"ק

הייסט דאס,אז די הכנה ויסוד צו די תגלחת הלוים האט זיך אנגעהויבן אין די וואכעדיגע סדרה ביי מכת בכורות! און ווי דער פסוק סוף פרשת בא זאגט, וואס מיר זאגן יעדן טאג ביי הנחת תפלין, קדש לי כל בכור פטר כל רחם בבני ישראל באדם ובבהמה לי הוא! און די קדושת הבכורים האבן די לוים געדארפט שםעטער פודה זיין וביום הפדיון האבן זיי געהאט די מצות תגלחת.

צום דרך צחות, געוויס איז א גאנגבארע טעמע די משנה אין מב. די רייע התראות, אל תשתה אל תשתה, אל תגלח אל תגלח, אל תטמא אל תטמא, זינט פרשת וארא איז מצרים איינגעהילט אין א ווארענונג אלאראם, משה רבינו קומט אריבער יעדן דריטן וואך מתרה זיין דעם פרעה אין לויף פון א גאנצע וואך, און אנהייבנדיג פרשת בא הייבט רש"י אן דערמיט, בא אל פרעה, והתרה בו.

very very good!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24512
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך ינואר 24, 2018 8:46 pm

ב"ה ליל ה' פרשת בשלח - שירה תשע"ח

שיעור השבוע בחבורת תורתך שעשועי דפים מד-מז ממסכת נזיר.

תלי"ת האשכול הצליח למעלה מן המשוער, בעת שפתחתי את האשכול הנוכחי לא עלתה בלבי שימצא לנו כל כך השוואות מפרשת השבוע ומענינא דיומא בשיעור השבוע, שעל פי דברי מרן החת"ס יש בה מעין דמעין של 'תורה לשמה' שמופיע בבי מדרשא להורות שהקב"ה כביכול מסכים על ידינו.

אויב יעדע וואך דארף מען זוכן א רמז מפרשת השבוע, מה נכבד היום ווען מ'האט עס באיתגליא ממש אזוי ווי די וואך בדף מה. ווען די גמרא ברענגט אראפ די פסוק מפרשת השבוע ויקח משה את עצמות יוסף עמו - עמו במחיצתו.

יה"ר שנזכה להמשיך בלימודין לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו, ללמוד וללמד לשמור ולעשות, אמן נצח סלה ועד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24512
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג ינואר 28, 2018 11:07 am

מענין לענין משיעור השבוע העעל"ט לפרשת בשלח, בסוף השיעור דף מז. ריש פירקין דכהן גדול מביא הגמ' שאלה של כהן גדול המשוח בשמן המשחה ומרובה בגדים מי עדיף, ופי' הרא"ש דלאחר שגנז יאשיהו המלך את השמן המשחה לא עשו אחרת והכהנים לא נמשחו עוד אלא נתקדשו לקדושת כהונה גדולה ע"י ריבוי בגדים.

זה שגנז יאשיהו המלך את שמן המשחה הוא אחד מהדברים שנגנזו, ביחד עם צנצנת המן של פרשת בשלח ומקלו של אהרן הכהן. ולמדין זה מזה במסכת כריתות.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » פרייטאג פאברואר 02, 2018 1:29 pm

בשבוע זו, מצות 'זכור את יום השבת לקדשו', מצינו קצת שילוב לשיעור הוצאת עצם בשבת, שבמחלוקת שנוי' בשבת (פא.) עצם כדי לעשות תרווד רבי יהודה אומר כדי לעשות ממנו חף. ועל קוש' הגמ', הא קיימא לן דשיעורא דרבנן נפיש, הק' תוס' (נדפס בדף פ:) וז"ל: ואע"ג דאשכחן תרווד שהוא גדול הרבה כדאמר בנזיר בפרק כ"ג (דף נ:) גבי מלא תרווד רקב כמה שיעורו חזקיה אמר מלא פיסת יד ור' יוחנן אמר מלא חפניו התם ודאי מיירי בתרווד גדול כדתנן במסכת כלים בפ' י"ז (משנה. ב) שאמר מידה גסה מלא תרווד רקב כמלא תרווד גדול של רופאים אבל הכא להוצאת שבת מידי דחשיב בעינן ותרווד קטן חשוב הוא הרבה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24512
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג פאברואר 02, 2018 2:52 pm

עש"ק יתרו - קבלת התורה תשע"ח

יישר כח הרב משלנו פאר די טרעפליכע צושטעל.

ואנחנו בענינו מצאנו ראינו מה שיש להוסיף מעניני פרשת השבוע בשיעור השבוע מסכת נזיר דפים מח-נא. די גמרא בדף מט. מאכט א צריכותא צווישן אב ואם וועלכע עס איז מער מסתבר שיהא מתור לטמאות, און די גמרא זאגט דאי כתיב אביו הוו"א ה"ט דלא מיטמא ליה משום דחזקה בעלמא הוא, אבל אמו דידעין דילידתיה ליטמא לה קמ"ל.

די ראשונים פרעגן א וועלטס קשיא אויף די גמרא, ממנ"פ איז ער זיין טאטע איז עס דאך אויף די זעלבע מדריגה פון זיין מאמע, און אז נישט איז ער דאך א ממזר וממילא מותר לטמאות, והרבה קולמוסין נשתברו ע"ז. דער הייליגער חת"ס ענטפערט אז בעצם איז דאך קלאר אז ער זיין טאטע ווייל ררוב בעילות הלך אחר הבעל און די מאמע האט א חזקת כשרות, נאר מרעדט באופן אז דער טאטע האט געזאגט אז ער איז נישט זיין זון, און הגם לגבי דעם זון זעלבסט איז ער נישט באגלייבט, וואלט אבער געווען א הוו"א אז מה שנוגע לכיבוד האב זאל מען אננעמען דבריו און פארדעם זאל זיך די זון נישט מעגן מטמא זיין עכת"ד.

נו איז דאך פשט אז דאס ענין פון טומאת הבן להאב ואם וואס ווי מלערנט די וואך בשיעור השבוע אז פאר א כהן הדיוט און א ישראל איז עס א מצוות עשה פון 'לה יטמא', איז אויך די דערביי די מצוה פון די עשרת הדברות די וואכעדיגע סדרה, כבד את אביך ואת אמך, מכבדו בחייו ומכבדו במותו.

ועוד רמז מפרשת השבוע בשיעור השבוע, כלל ישראל נצטוו במעמד הר סיני ג' ימים קודם מתן תורה באיסור 'אל תתגשו אל אשה' וכפי מה שהביא רש"י מחז"ל היה זה מחשש טומטת פולטת שכבת זרע שבמעי אשה תוך ג' ימים. בשיעור השבוע בדף נא: למדנו איבעיא אם שכבת זרע שבמעי אשה נעשו לה גלגלין לטהר את הגוף מטומאת רקב.

יה"ר שבזכות לימוד התורה נינצל מכל נגע ומחלה ומכל מיני מרעין בישין, כמאמרו של הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זצוק"ל אשרי הגבר תיסרנו קה - מתורתך תלמדנו, ולא ישמע בגבולינו שוד ושבר, חיבוט הקבר, ומן המת אבר, מתורתך תלמדנו אשרי הגבר!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24512
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג פאברואר 09, 2018 12:34 pm

בס"ד עש"ק פרשת משפטים - שקלים תשע"ח

שיעור השובע בדיני טומאת המת והמסתעף דפים נב-נה ממסכת נזיר

הפעם אצא מגדרי ואציגה את השייכות משיעור השבוע לפרשת השבוע - פרשת משפטים - בדרך חידה, ובהמשך הזמן נחזור לזה.

כתוב בתורה (שמות כא, כו-כז) ואיש כי יכה את עין עבדו או את עין אמתו ושחתה לחפשי ישלחנו תחת עינו. ואם שן עבדו או שן אמתו יפיל לחפשי ישלחנו תחת שנו . לפי מה שלמדנו בשיעור השבוע במסכת נזיר, אם הכה את עין עבדו, או אחד משאר אבריו, אויסער דעם וואס זיין עבד גייט ארויס לחירות האט דאס אויף אים אנדערע 'קאנסקווענצן' אויך? און איז דא א חילוק דערביי צווישן עין עבדו אדער שן עבדו?

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג פאברואר 11, 2018 11:43 pm

בשבוע העבר (משפטים) מצאנו לנכון ב' השלבות כיד ה' הטובה.
בתוס' (נד. ד"ה או בקבר) מוזכר דרשת חז"ל עה"פ אדם כי ימות באהל, אתם אתם קרויין אדם וכו'. באוהח"ק (עה"פ אם אדוניו) בא"ד והוא כי תקנה עבד עברי, הלא ידעת כי האדם נחלק לשנים חלק א׳ רוחני זהוא העיקר וחלק א׳ גשמי שברא ה׳ לנשמה לשמשה שבאמצעותו מקיימת כמה מצות אשר צוה ה׳ ולו יקרא שם עבד כי אינו אלא שמש לנפש שלה יקרא אדם, כמו שאמר הכתיב על בשר אדם וכו'.
והיא היא דרשת חז"ל בפ"ק דכריתות (דף ו:) לפטור סך משמן המשחה לעובד כוכבים, מטעמא דכתי' על בשר אדם לא יסך אתם קרוין אדם וכו'.

בענין טומאת ארץ העמים הנידון בדפי פרשת השבוע, מצאנו קצת שייכות להפרשה במצות השמיטה, והשביעית תשמטנה ונטשתה וכו', עפ"י הגמ' (סנהדרין יב.) אין מעברין את השנה לא בשביעית ולא במוצאי שביעית, וכו' של בית רבן גמליאל היו מעברין במוצאי שביעית, ובפלוגתא דהני תנאי דתניא אין מביאין ירק מחוצה לארץ ורבותינו התירו. מאי בינייהו אמר רבי ירמיה חוששין לגושיהן איכא בינייהו. וברש"י, שמא יביא עמה מגוש ארץ העמים שמטמא באהל ויטמא טהרות של ארץ ישראל. (ויעעי"ש בתו' שחולק, דהחשש שלא יטמאו במגע ומשא, עפ"י המבואר בגמ' כאן נד:)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24512
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 7:52 pm

מיללער האט געשריבן:בס"ד עש"ק פרשת משפטים - שקלים תשע"ח

שיעור השובע בדיני טומאת המת והמסתעף דפים נב-נה ממסכת נזיר

הפעם אצא מגדרי ואציגה את השייכות משיעור השבוע לפרשת השבוע - פרשת משפטים - בדרך חידה, ובהמשך הזמן נחזור לזה.

כתוב בתורה (שמות כא, כו-כז) ואיש כי יכה את עין עבדו או את עין אמתו ושחתה לחפשי ישלחנו תחת עינו. ואם שן עבדו או שן אמתו יפיל לחפשי ישלחנו תחת שנו . לפי מה שלמדנו בשיעור השבוע במסכת נזיר, אם הכה את עין עבדו, או אחד משאר אבריו, אויסער דעם וואס זיין עבד גייט ארויס לחירות האט דאס אויף אים אנדערע 'קאנסקווענצן' אויך? און איז דא א חילוק דערביי צווישן עין עבדו אדער שן עבדו?

שוואכע אודיענץ דא לעצטענס, אבער פטור בלא כלום אי אפשי.

די תירוץ אויף די חידה איז אז מיר האבן געלערנט יענע וואך במסכת נזיר צווישן די מיני טומאת מת ווערט אויך אויסגערעכנט 'אבר מן החי שיש עליו בשר כראוי' וואס איז מטמא באהל, און אויב אין עליו בשר כראוי איז עס לויט איין מ"ד מטמא במגע, נמצא דאם הכה את עין עבדו או אחד משאר איברים ונשאר עליו בשר כראוי והוא עמה באהל, נטמא כחומרת טומאת מת וזריך הזאה ג' וז' וטבילה! משא"כ בשן, דשן אינה מטמאה בפ"ע אפי' שן מן המת, כמו שלמדנו לעיל.

-

די וואך פרשת תרומה לערנען מיר דפים נו-נט ממסכת נזיר, שפאנענדחג די לעצטע טריטן צום 'פיניש-ליין' ווען בעוד ב' שבועות גייען מיר מסיים זיין בעזהשי"ת די שיינע מסכתא מיטן פירוש הרא"ש בשעטומ"צ.

בדף נח. רעדט מען בנוגע דעם דין פון עשה דוחה לא תעשה, און די גמרא ברענגט איין לימוד פון לא תלבש שעטנז צמר ופשתים יחדו - גדילים תעשה לך, אז ביי ציצית מעג מען צאמשטעלן פון שעטנז.

די וואכעדיגע סדרה באלד אין אנהייב בציווי נדבת המשכן רעכנט השי"ת אויס די מאטריאל וואס מען וועט דארפן האבן, ובתוכם (שמות כה, ד) תכלת וארגמן ותולעת שני ושש ועזים. רש"י זאגט אויף תכלת. צמר צבוע בדם חלזון און אויף שש זאגט רש"י, הוא פשתן. די צוויי האט מען שפעטער שוזר געווען בבגדי הכהונה, און די כהנים האבן במצות עשה של לבישתם מדחה געווען די ל"ת פון לא תלבש שעטנז צמר ופשתים יחדיו.

אגב, אלס הכנה צו פורים הבעל"ט, הערנדיג דעם שיעור פון הרה"ג רבי מיכל זילבער שליט"א אויף נזיר דף נ"ט ווי די גמרא איז דן בארוכה איבער די לאו פון לא ילבש גבר שמלת אשה, לאזט ער זיך אריין אינעם שמועס ברמ"א סוף או"ח בהל' פורים צו א מאן מעג זיך פארשטעלן בבגדי אשה להרבות השמחה, און די שארפע ווערטער פונעם ב"ח דערוועגן אין יו"ד סי' קפ"ב וכו'

צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט