חק לישראל: דיונים ועיונים בשיעור היומי

שיעורי הקהילות און אנדערע שיעורי תורה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2012 7:34 am

האב איך אדעוואהל באשלאסען ווייטער צו נוצען די המאור חק...
א דאנק
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2528
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג נובעמבער 06, 2012 4:01 pm

ווינקל האט געשריבן:און יעך גלייך נישט דעם עימוד וסידור פונם נייעם חק, גאר שטארק צושפרייט און ריזיגע אותיות וואס כ'וועל מעגליך הנאה דערפון בזקנה ושיבה בס"ד.
די המאור חק האט אלע רש"י'ס אויף נ"ך.


גם אני הק' גליין נישט די עימוד וסידור. אבער דער ביאור איז עפעס מורא'דיג, גאר קלאר צו פארשטיין, מיט הקדמות פאר יעדן זאך באזונדער, נ"ך משניות גמרא זוהר און מוסר. ממש א געשמאק.

(אין די הקדמה צום קונטרס ווען ער וויל ארויסברענגען די וויכטיגקייט פון חק, שרייבט ער אז "אנשטאט דעם לערנט מען היינט דף היומי..." לדעתי איז דאס איבריג.)

אויך שרייבט ער אז עס איז שוין דא 4 שיעורים, אויפן טעלעפאן הערט מען נאר צוויי.

נו, מפעל החק (אמאליגער ניק) קום באריכטן ביטע.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך נובעמבער 07, 2012 1:43 pm

אין היינטיגן נביא שטייט איינמאל ו'א'תה אדוני, און איינמאל ו'ע'תה אדוני, און אונטערסאנט אז דער תרגום טייטשט דעם ערשטן "ועתה" ואת רבוני, און דעם צווייטן "ואתה" וכען רבוני.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10700
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך נובעמבער 07, 2012 2:24 pm

זעה רד"ק אויף ביידע פסוקים.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך נובעמבער 07, 2012 3:51 pm

לכאורה האט געשריבן:זעה רד"ק אויף ביידע פסוקים.

יישר כח, וועל מיר נאכקוקן בע"ה.

משתמש
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 25, 2012 12:30 pm

תגובהדורך משתמש » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2012 10:46 pm

ווינקל האט געשריבן:אין היינטיגן נביא שטייט איינמאל ו'א'תה אדוני, און איינמאל ו'ע'תה אדוני, און אונטערסאנט אז דער תרגום טייטשט דעם ערשטן "ועתה" ואת רבוני, און דעם צווייטן "ואתה" וכען רבוני.

ביסל שפעט, אבער בעסער שפעט וויא קיינמאל. האב איך נאכגעקוקט און די נייע חק און ער פארענטפערט עס ביי די ביאור און די הערות אז די תרגום איז א טעות בשם הרד"ק ומנחת שי

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » פרייטאג נובעמבער 16, 2012 1:34 pm

הרד"ק והמנחת ש"י זאגן ניקס אז דער תרגום איז טעות!

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2528
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 11:32 am

פריילאך האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:און יעך גלייך נישט דעם עימוד וסידור פונם נייעם חק, גאר שטארק צושפרייט און ריזיגע אותיות וואס כ'וועל מעגליך הנאה דערפון בזקנה ושיבה בס"ד.
די המאור חק האט אלע רש"י'ס אויף נ"ך.


גם אני הק' גליין נישט די עימוד וסידור. אבער דער ביאור איז עפעס מורא'דיג, גאר קלאר צו פארשטיין, מיט הקדמות פאר יעדן זאך באזונדער, נ"ך משניות גמרא זוהר און מוסר. ממש א געשמאק.

(אין די הקדמה צום קונטרס ווען ער וויל ארויסברענגען די וויכטיגקייט פון חק, שרייבט ער אז "אנשטאט דעם לערנט מען היינט דף היומי..." לדעתי איז דאס איבריג.)

אויך שרייבט ער אז עס איז שוין דא 4 שיעורים, אויפן טעלעפאן הערט מען נאר צוויי.

נו, מפעל החק (אמאליגער ניק) קום באריכטן ביטע.



יעצט געהערט אז די "מפעל החק" קומט דערווייל נישט ארויס מיט נאך בענדער, דאס נאר געווען ווי א דוגמא, און צו געבן פאר די עולם די געלגענהייט צו זאגן מיינונגען און קריטיק, און בעז"ה לשנה הבאה וועלן זיי ארויסקומען מיטן פולן סעט.

נא, ווער האט תיקונים?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10700
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2012 4:24 pm

געהערט פון א איד אין שוהל אז ער האט געקויפט דעם ערשטן באנד און ער קען זיך נישט גענוג אנזעטיגן דערפון, ער האלט עס אין שטוב אויפן טיש און יעדע מאל ער האט נאר א פרייע מינוט כאפט ער א לערן דערין, עס גייט אים נישט אן אויב יעצט איז פרשת בראשית אדער ויגש, ער לערנט דורך אלעס אויפן סדר מיט גרויס אפעטיט.

ער האט זיך מיר אויסגעדרוקט אז ער קלערט ערנסט אריין אויב מען גייט אים נאך געבן שכר פאר דיזע לערנען, ווייל ער שפירט דערין אן אמת'ן עונג גשמי.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג דעצמבער 21, 2012 3:48 am

אינטערעסאנט
געראדע היינט אין די חלק המוסר איז דא שארפע רייד פון חרדים וואס איז נוגע צום היינטיגען מצב
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג ינואר 24, 2013 7:35 am

ווער ווייסט פארוואס דער שם ע~ב איז אפגעטיילט אין היינטיגע חלק און פון היינט ביינאכט?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג ינואר 24, 2013 1:49 pm

חחח, פונקט די זעלבע געטראכט היינט ביים שיעור. ס'איז דאך א גאנצע רייע מיט וועגן וויאזוי מען רעכנט די שמות. איין וועג איז די ערשטע צוויי אברהם און יעקב און די דריטע יצחק, וויל מען אפשר ממתיק זיין די דינים ליל שישי... בדרך סוד איז דאך דא די מנין הפסוקים פאר איטליכער טאג.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג ינואר 25, 2013 4:13 am

ברוך שכיונתי להערת קרן זוית שליט"א....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10700
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג ינואר 25, 2013 12:09 pm

און איך הייב נישט אן צו פארשטיין דעם וואונדער פון מורינו ורבינו מ'סטאקפארט שליט"א
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » זונטאג ינואר 27, 2013 7:26 am

אוואדאי זענט איר גערעכט ידידי חביבי לכאורה אז דער מספר הפסוקים איז מאסגעבענד
אבער לכאורה וויבאלג אלץ איז דאך ממקור קדוש פון אר"י ז"ל
וואלט מען זיך ערווארט אז עס זאל זיך אזוי פיהרען אז עס זאל נישט זיין קיין הפסק אין די דריי פסוקים
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10700
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג ינואר 27, 2013 1:28 pm

וויאזוי קען מען דאס אויסרעכענען? יעדע וואך לערנט מען 26 פסוקים, מה יעשה אותו המסדר אז די 26 פסוקים ענדיגן זיך בעפאר דעם דריטן פסוק פונעם שם?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג ינואר 27, 2013 1:32 pm

דער סטאקפארטער זיידע וואונדערט זיך אז עס וואלט ווען געדארפט לכאורה אויסקומען אז די כו פסוקים זאל נישט צוטיילן דעם שם...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10700
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג ינואר 27, 2013 4:16 pm

יאך האב נאך אלץ שוועריגקייטן צו פארשטיין. איז דאס א שאלה אויף הלכה למשה מסיני פארוואס די פסוקים זענען אזוי אויסגעשטעלט געווארן?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג ינואר 28, 2013 4:40 am

איך האב געמיינט צו פרעגען אזוי ווי ידידנו ווינקל....
אז בהשגחה וואלט געפאסט עס זאל זיך אזוי צופיהרען
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג ינואר 28, 2013 1:43 pm

כ'קען מיך נישט איינהאלטן פון ניצן די מליצה... (מס"פ איר'ט מיר דערמאנען ערי"כ, גוט?) לא על הארי תלונתו, כי אם על הוי"ה...

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג ינואר 29, 2013 5:11 am

מיר האבען חלילה נישט קיין טענות אויף קיינעם נישט
נישט אויף דער באשעפער חלילה
נישט אויף דעם אריז"ל
נישט אויף ווינקל
נישט אויף קיינעם חלילה
סתם געהאט א התעוררות בשעת דאס לערנען
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » זונטאג מארטש 17, 2013 9:14 am

אין לעצטע וואך ביי די הלכה ווערט געברענגט א רמב"ם אין מעה"ק
אז מונין שעות לקרבנות
און ביי א קרבן וואס דארף זיין א בן שנה אויב די שחיטה איז פאר א גאהץ יאהר
און די זריקה איז געווען נאך דעם יאהר איז עס פסול
ונוראות נפלאתי
ווי אזוי קען א פארשטארבענער ווערען עלטער?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך מארטש 20, 2013 4:07 pm

המממ, די מפרשי הרמב"ם ברענגן דאס נישט אויף? אולי דארף מען נאכקוקן בשרשו אין די גמרא.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך מארטש 20, 2013 4:19 pm

אמת
מיין ברודער זזג האט מיר געשריבען אז הרב קאסטנער שליט"א פון אנטווערפען האט געענטפערט
אז עס איז דא א ילפותא אז די גאנצע עבודה פון שחיטה ביז זריקה דארף זיין ווילאנג ער וואלט געווען א בן שנה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך מארטש 20, 2013 4:25 pm

אה,מיט א לימוד איז נישט שייך צו טענה'ן...


צוריק צו “שיעורי הקהילות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט