חק לישראל: דיונים ועיונים בשיעור היומי

שיעורי הקהילות און אנדערע שיעורי תורה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוגוסט 23, 2010 6:36 pm

קרעמער האט געשריבן:הערות אויפן היינטיגן חק שיעור (ג' תבא)

משניות. עס שטייט אז ביי א מלחמת מצוה גייט ארויס אפילו חתן מחדרו וכלה מחופתה. וויל איך וויסן אויב פרויען זענען אויך געגאנגען צום פראנט (גיוס בנות) אדער נאר להכין מים ומזון וכדומה.

דער רש"ש שרייבט אז זיי זענען געגאנגען לאפות ולבשל לצורך הגברים אנשי המלחמה, און דער תפארת ישראל שרייבט אז זיי זענען געגאנגען לתקן מזון ודרכים

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19045
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 23, 2010 6:55 pm

א געהעריגער מקור ביטע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

תגובהדורך זושאלע » מאנטאג אוגוסט 23, 2010 7:01 pm

קרעמער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:הערות אויפן היינטיגן חק שיעור (ג' תבא)

משניות. עס שטייט אז ביי א מלחמת מצוה גייט ארויס אפילו חתן מחדרו וכלה מחופתה. וויל איך וויסן אויב פרויען זענען אויך געגאנגען צום פראנט (גיוס בנות) אדער נאר להכין מים ומזון וכדומה.

דער רש"ש שרייבט אז זיי זענען געגאנגען לאפות ולבשל לצורך הגברים אנשי המלחמה, און דער תפארת ישראל שרייבט אז זיי זענען געגאנגען לתקן מזון ודרכים


ערשטנס, אין געוויסע כת"י ווערט נישט דערמאנט 'וכלה מחופתה'.
צווייטנס, דער 'רדב"ז' אין מלכים (ז,ד) ברענגט א פשט, אז וויבאלד דער חתן איז יוצא מחדרו, ממילא איז די כלה יוצאה מחופתה, ד.מ. אז ס' נישט שייך יעצט ביי איהר 'ימי חופה'. ענליך צו דעם טייטשט דער 'תורה תמימה' פר' שופטים (כ,ז אות ל"ו).
שכל קומט מיט די יארן...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוגוסט 23, 2010 11:41 pm

farshlufen האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:משניות (יישר כח והוא פלאי, מיר האבן אינזין געהאט צו פארצייכענען די שוי-שפיל פון די מלחמה). עס שטייט אז ביי א מלחמת מצוה גייט ארויס אפילו חתן מחדרו וכלה מחופתה. וויל איך וויסן אויב פרויען זענען אויך געגאנגען צום פראנט (גיוס בנות) אדער נאר להכין מים ומזון וכדומה.

יעיין נא בספרי מהר"י מסאטמאר, ח"ו צו זאגן אז די כלה גייט אין מלחמה, נאר אז דער חתן גייט האט זי שוין נישט וואס צו טאן בחופתה.

עיינתי בספר הק' ויואל משה מאמר שלש שבועות, וראיתי שרבינו הקדוש מביא שני דרכים בשם הרדב"ז על הרמב"ם, א') שאין הכלה יוצאת למלחמה כלל, וכלה יוצאת מחופתה היינו שאין נוהגין עוד דיני שבעת ימי המשתה. ב') שאכן יוצאת לספק מים ומזון לבעלה. ורבינו הק' יותר ניחא ליה פירוש הא', וכתב דגם לפירוש הב' צ"ל דדוקא "לבעליהן" ולא לאנשים אחרים.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוגוסט 23, 2010 11:50 pm

farshlufen האט געשריבן:א געהעריגער מקור ביטע.

לכבודך אציע דברי רביה"ק במאמר שלש שבועות (סי' קל"ה):

ונודע למשגב כי המה מיוסדים גם על שאר העבירות כולם שהם ביהרג ואל יעבור, ג"ע ושפ"ד... ואף במלחמת מצוה שהוא בברייתא במס' סוטה וברמב"ם פ"ז מהל' מלכים שהכל יוצאין אפילו חתן מחדרו וכלה מחופתה כתב שם הרדב"ז בביאורו על הרמב"ם שאין הנשים יוצאות במלחמה, אלא במה שאמר כלה מחופתה הכי קאמר כיון שחתן יוצא מחדרו כלה יוצאת מחופתה שאינה נוהגת ימי חופה. ואפשר דבמלחמת מצוה הנשים היו מספקות מים ומזון לבעליהן, עכ"ל. והפי' הראשון שכתב נראה לפענ"ד מדוקדק בלשון, דלכאו' למה חלקן בשתים לומר חתן מחדרו וכלה מחופתה, ולא כלל אותם ביחד לומר חתן וכלה מחדרם או חתן וכלה מחופתם, כיון שהוא ענין א', אלא ודאי הא כדאיתא והא כדאיתא שהחתן יוצא מחדרו למלחמה, אבל הכלה אינה יוצאת אלא מחופתה לא מחדרה למלחמה, וקמ"ל בזה דאף שע"י יציאת החתן למלחמה מתבטל ימי החופה של הכלה אין משגיחין בזה. גם לפי פי' השני של הרדב"ז שמספקות מים ומזון לבעליהן אין זה אלא לבעליהן אבל לבוא בין האנשים בפרט עם כלי זיין אין היתר אף במלחמת מצוה. וכתב הראב"ע פ' תצא עה"כ לא יהי' כלי גבר על אשה נסמכה בעבור צאת למלחמה וכו' אם היא תצא עם אנשים למלחמה תבוא בדרך לידי זנות.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג אוגוסט 26, 2010 9:20 pm

--------------------------------------------------------------------------------

דורך ווינקל אום מיטוואך יוני 30, 2010 11:54 am

יום רביעי פרשת פנחס
אינם בארדיטשובער סידור'ל (און אין נאך פלעצער) שטייט ביים פסוק פותח את ידיך ביי שחרית, אז מען זאל אינזין האבן על דרך שבח, און ביי אשרי נאך שמו"ע און ביי מנחה זאל מען אינזין האבן דרך בקשה.
האב איך היינט געפונען דעם מקור הדברים אינם זוהר הקדוש פונם היינטיגן חק.

ווינקל
שר מאה
הודעות: 208

--------------------------------------------------------------------------------

דורך תו השמיני אום מיטוואך יוני 30, 2010 12:38 pm

בחלק המוסר מספר חסידים:
"אמר החכם תן עצה טובה ונכונה לכל אדם אשר יבא אצלך להתיעץ ואפילו לשונאיו משני טעמים א׳ אשר תצא מדין שמים ולא יהיה בך חטא. ועוד כי כה תתנקם משונאך כי שונאך יחשוב בלבבו ודאי זה שונא אותי לא יעצני טובה, ויניח דעתך ויעשה דבר אחר אשר יהיה לו למכשול:"

ודבר פלא הוא,
וכי אפשר לומר שמן הנכון לעשות זאת לכתחלה.....!?

"הניגון קולמוס הלב"
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
הודעות: 499


--------------------------------------------------------------------------------

דורך ווינקל אום מיטוואך יוני 30, 2010 1:31 pm

מיר אויך געווען א פלא לערנענדיג...
נאכמער דער "ועוד" איז "סותר" דעם ערשטן טעם...

ווינקל
שר מאה
הודעות: 208

--------------------------------------------------------------------------------

דורך תו השמיני אום מיטוואך יוני 30, 2010 2:02 pm

איך בין אבער זיכער אז עס האט עפעס א פשט

"הניגון קולמוס הלב"
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
הודעות: 499


--------------------------------------------------------------------------------

דורך שמעלקא טויב אום מיטוואך יוני 30, 2010 4:06 pm

לאמיר אנפרעגן הרב קרעמער שליט"א: ס'פשט?

הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.comשמעלקא טויב
שר חמישים ומאתים
הודעות: 400


--------------------------------------------------------------------------------

דורך קרעמער אום מיטוואך יוני 30, 2010 8:56 pm

תו השמיני האט געשריבן:בחלק המוסר מספר חסידים:
"אמר החכם תן עצה טובה ונכונה לכל אדם אשר יבא אצלך להתיעץ ואפילו לשונאיו משני טעמים א׳ אשר תצא מדין שמים ולא יהיה בך חטא. ועוד כי כה תתנקם משונאך כי שונאך יחשוב בלבבו ודאי זה שונא אותי לא יעצני טובה, ויניח דעתך ויעשה דבר אחר אשר יהיה לו למכשול:"

ודבר פלא הוא,
וכי אפשר לומר שמן הנכון לעשות זאת לכתחלה.....!?


דער חיד"א שרייבט קלאר אז דאס מיינט נישט אז מען זאל דאס אינזין האבן ביים מייעץ זיין לטובה, כי לאו משנת חסידים היא!

זעה פירוש אזולאי דא:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=115

קרעמער
מייסד הקרעטשמע
הודעות: 21691


--------------------------------------------------------------------------------

דורך והוא פלאי אום מיטוואך יוני 30, 2010 9:41 pm

כעין זה איז דא א פסוק, אם רעב שונאך האכילהו לחם כי גחלים אתה חותה על ראשו, איך שרייב אויסענווייניג, איז אסור אלס דברים שבכתב אי אתה רשאי לאומרם על פה?
למה זה תשאל לשמי...
והוא פלאי
שר חמש מאות
הודעות: 887

--------------------------------------------------------------------------------

דורך קרעמער אום מיטוואך יוני 30, 2010 10:19 pm

צוליב דעם האסטו דאך דירעקט אויסגעלאזט א האלבע פסוק (ואם צמא השקהו מים)..

קרעמער
מייסד הקרעטשמע
הודעות: 21691


--------------------------------------------------------------------------------

דורך לאז געמאכט אום מיטוואך יוני 30, 2010 11:28 pm

קרעמער האט געשריבן:זעהט אויס אז דעם היינטיגן האסטו נאכנישט געלערנט, עס איז א המשך פון נעכטן איבער די געוואלדיגע מעלה פון אמירת קטורת. ובתוך הדברים איז מבואר אז מען דארף דאס זאגען "פארן" דאווענען!


אינעם היינטיגן חק אין זוהר הק' איז מבואר וועגן אשרי פאר מנחה אז מען מוז דאס זאגן פאר מנחה דייקא, שוין לאנג געהערט דערפון 'אדער פאר מנחה אדער בכלל נישט' יעצט האביך דער מקור הדברים.
אגב איינער פון די חברים דא האבן ריכטיג מציין געווען אז דער מגן אברהם איז מעתיק דעם זוהר. (כידוע ווען דברי קבלה ווערט געברענגט אין שו"ע איז זיכער אז מען דארף זיך זוי צו פירן) דארף מען טאקע מדקדק זיין דערויף.

לאז געמאכט
שר האלף
הודעות: 1268

--------------------------------------------------------------------------------

דורך לאז געמאכט אום מיטוואך יוני 30, 2010 11:34 pm

קרעמער האט געשריבן:צוליב דעם האסטו דאך דירעקט אויסגעלאזט א האלבע פסוק (ואם צמא השקהו מים)..


אונטערסאנט מיין רבי ר' שמואל דוד הכהן פריעדמאן מגי"ש נפלא אויף קול הלשון זאגט נאך כסדר פון ערגעץ אז אין גמ' איז כמעט אלעמאל עפעס געטוישט פונעם פסוק! אמאל מיינט מען אז עס איז די זעלבע ביז מען טרעפט איין ווארט וואס אין די גמ' שטייט חסר ו' וכדו', זינט דאן באמערק איך טאקע אז ס'איז ממש אזוי. (היינט מיט די עוז והדר גמרות איז זייער גרינג עס נאכצוטשעקן) גיי ווייס פארוואס דער תורה אור השלם מעג יא נאכדריקן די גאנצע פסוק פונקטליך און די גמ' נישט? אולי י"ל אז היינט אישוין עני וועי מותר וועגן עת לעשות לד' הפרו, מעג מען שוין דעס אויך דריקן.

לאז געמאכט
שר האלף
הודעות: 1268

--------------------------------------------------------------------------------

דורך והוא פלאי אום מיטוואך יוני 30, 2010 11:38 pm

ווייניג ווייסען אז עס האט נישט קיין השלמה, דהיינו אז נאך מנחה לכאו' טאר מען נישט,
ומענין לענין שמעתי מזקן אחד, שהי' נאמן עלי, שקיבל מרבותיו, שקיבלו, שהרה"ק משינאווא, כשהוצרך לעת זקנותו לדלג, דברים מסויימים בתפלה, משום זמן תפילה וכדו', לא השלימם לאחר התפלה, באמרו שאם אינו על הסדר, אין פשט לאומרם,
ואין הכוונה בהביאו זה, ללמד שלא ישלמו, ולכן בכוונה לא כתבתי על מה אמרו, רק ללמד עד כמה הנחיצות להתפלל על הסדר

למה זה תשאל לשמי...
והוא פלאי
שר חמש מאות
הודעות: 887

--------------------------------------------------------------------------------

דורך לאז געמאכט אום מיטוואך יוני 30, 2010 11:44 pm

איינער האט מיר היינט פארציילט וועגן א מגי"ש אין חק אויף קול מעוואסער, כ'האב אים היינט אויסגעהערט פון אנהויב ביזן סוף און זעהר זעהר הנאה געהאט ב"ה, ס'איז קלאר און שארף אונזער הבהרה בקיצור פונקט גוט.

עמיציר האט א אנונג ווער דער מגי"ש איז?

איין הערה האביך יא אז ער מעג אמאל אויסרעדן אויך עפעס אונטערסאנטע באמערקונגן פון צייט צו צייט אריינצוגעבן א געשמאק אינעם שיעור, באט נישט צו סאך און לאנג.. נאר אזא דרך אגב דא דארט כנ"ל (אגב דעס וואס קרעמער האט געשריבן פריער אז דער ספר חסידים מיינט נישט מען זאל חלילה אינזין האבן צו גיבן דעם חבר א אייצע אים צו באגראבן דאס האט ער יא אויסגערעדט.) קרעמער דו לערנסט פאר דארט? :)

עס אויסצוהערן רופט קול מעוואסער אויף 212-444-1100 דאן מוזט איר אויסהערן א קורצע אנאנס דערנאך דריקט 5 פאר די תורה רובריק דאן דריקט 9 פארן חק סעקשאן, דער חשובער מגי"ש זאגן דאן וועכע נומער צו קוועטשן פארן היינטיגן חק. רופט און האט הנאה.
לאז געמאכט
שר האלף
הודעות: 1268

--------------------------------------------------------------------------------

דורך קרעמער אום דינסטאג יולי 13, 2010 2:18 am

farshlufen האט געשריבן:אין די נייע חוקים דפוס א' בלום זענען אריין געדרוקט אנדערע משניות ווי אין די פארעלטערטע דרוק, אבער מ'זאגט נאך משמו פונעם מו''ל, אז ער האט נישט משנה געווען ווייל דאס איז דער אריגינעלער סדר נאר די פריערדיגע דרוקן האבן געהאט משנה געווען, און ער האט עס צוריקגעשטעלט, ווייסט איינער דא מער איבער די נושא?
אויף וואס איז דער סדר פון משניות באזירט, ע''פ קבלה?

איך בין גענצליך צומישט.


אין פרשת מטות האבן מיר אנגעהויבן מסכת עבודה זרה פרק ראשון, עס איז באשטימט געווען אויף פרשת מסעי צו לערנען מס' עבודה זרה פרק ב', וואלט דאך דברים געדארפט גיין עבודה זרה פרק ג', דערווייל האבן די מסדרים אריינגעשטעלט מכות פרק ג', ווי גלייך מיר וואלטן געלערנט ד' מטות און ד' מסעי מס' מכות פרק א' און פרק ב'.

נאכקוקנדיג אין די עברי-טייטש חק זעה איך אז זיי פארן ווייטער מיט מס' עבודה זרה אויף די דברים סדרות.

קרעמער
מייסד הקרעטשמע
הודעות: 21691


--------------------------------------------------------------------------------

דורך לאז געמאכט אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 1:56 am

עמיציר האט וואס מוסיף צו זיין וועגן די קול מבשר חק שיעורים? כ'בין נייגעריג צו הערן מער אינפארמאציע, כ'האב געפרעגט פאריגע וואך באט א ענטפער האט געשפעטיגט צו קומען, פרעג איך נאכאמאל...


לאז געמאכט
שר האלף
הודעות: 1268
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך דעצמבער 08, 2010 2:56 pm

מי יודע האט געשריבן:איך מיין אז אינעם היינטיגן חק ביי די משניות עם פירוש משנת אליעזר איז דא א טעות אינעם פירוש. (אויב מאך איך א טעות ביטע אויפמערקזאם מאכן)
די משנה זאגט אין יבמות פי"ב מ"ד, החרש שנחלץ, א טויבער וואס האט געמאכט חליצה, והחרשת שחלצה, אדער א טויבע וואס מען האט איר געמאכט חליצה. איז די ברטנורא מפרש, אז א טויבע פרוי האט נאר א תקנה מיט יבום.
איך האב געקוקט משנת אליעזר נאך פאר איך האב געקוקט ברטנורא, זע איך ווי ער טייטשט החרשת שחלצה, ויש שם גם פקחת.
איינער קען מיר זאגן דא פשט?
דער מפרש האט לפום ריהטא אזוי געטייטשט, ווייל פונקט ווי החרש שחלצה מיינט יש שם אח פקח, איז די זעלבע ביי חרשת יש שם אחר, אבער דא רעדט מען דאך פון איין פרוי וואס מען דארף מאכן חליצה, ממילא איז עס לענ"ד לכאורה א טעות.

מען רעדט דא פון חק לישראל ליום ג' ויחי

דער מקור פונעם משנת אליעזר איז א רש"ש, עיין שם

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2504
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

נישט עסן מער ווי מען דארף

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 10:42 am

אינעם מוסר (חרדים) פונעם חק יום ב' ויחי, איז דא שארפע ווערטער וועגען זיך איבערעסן. וזה לשונו

באכלך יותר על שובעך הפסדת ובטלת זמן האכילה וזמן היציאה, ואם יזיק האצטומכא ותהיה טרוד בצערך הרי שלש זמנים, ואם יגרום חולי כמאמר רמב"ם הרי עברת על אזהרת ונשמרת מאד לנפשותיכם. ואפשר לגרום מות על שונאך, ודמך מידך יוצרך יבקש, וכל המצות שבתורה שהיית עתיד לשמור ולעשות תבטל בר מינן.

גדולה לגימה ואותו מותר אשר היית מותיר משובעך אילו האכלתיו לעני זכית לחיי העולם הזה והבא, גם עברת על בל תשחית. לכן דברי הרמב"ם תשים עטרה על ראשך שכתב לא תאכל אלא כשאתה רעב ולא תשתה אלא כשאתה צמא ולא תאכל עד שתשבע לגמרי אלא פחות שליש, ולדברי הראב"ד כתענית לפני יוצרך יחשב לך, עכ"ל.

מבהיל על הרעיון.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2504
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » פרייטאג דעצמבער 24, 2010 12:05 pm

א שיינע באשרייבונג וועגן חק לישראל - געווען אין ענגלישן המודיע.
צוגעלייגטע
chuk.pdf
(236.29 KiB) דאונלאודעד 80 מאל
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג דעצמבער 24, 2010 1:40 pm

פריילאך האט געשריבן:א שיינע באשרייבונג וועגן חק לישראל - געווען אין ענגלישן המודיע.

א שיינעם דאנק, דער פרינטער פארארבעט שוין מעשים איך זאל עס קענען געהעריג ליינען

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג ינואר 04, 2011 10:47 pm

קרעמער האט געשריבן:היינט האט מען געלערנט אין חק לישראל (יום ד' בשלח) אז מען טאר נישט פארבארגן קיין געלט אן קיין עדים, צוליב לפני עור, מען איז מכשיל דעם לוה צו לייקענען, אויך מאכט מען אז אנדערע מענטשן זאלן שעלטן דעם מלוה וואס האט זיך - לויט זייער פאלשע השערה - סתם אנגעלייגט אויפן אומשולדיגן לוה כאילו ער איז אים שולדיג געלט.

דער מקור דערפון איז א גמרא אין בבא מציעא דף ע"ה ע"ב, איך האב דאס נאכגעקוקט אין שו"ע (חו"מ סי' ע' סעיף א') עס ווערט אזוי גע'פסק'נט להלכה, דער מחבר דרוקט זיך אויס "אסור".

וויל איך וויסן צו דאס וואס מענטשן זענען ליידער נישט נזהר דערין איז מחמת חסרון ידיעה, אדער איז דא עפעס א היתר דערויף?

יעצט זעה איך א גאנצע שמועס דערוועגן אין פלפולא חריפתא סוף איזהו נשך, ער טענה'ט אז מען נעמט נישט אן די טעם פון לפני עור נאר שגורם קללה לעצמו, און דערפאר איז די וועלט מיקל אין דעם (דער מהר"ם שיף דרוקט זיך שארף אויס אויף דעם שטיקל מעדני מלך/פלפולא חריפתא עיין שם).

אויך דער רש"ש אויפן פלאץ ברענגט עפעס א שטיקל היתר צו בארגן געלט אן א שטר אדער עדים, אויב דער פארבארגער איז נישט קיין גרויסער עושר און דער בארגער וועט נישט האבן די חוצפה צו לייקענען די הלואה, עיין שם.

דאס איז אויסער די תירוצים וואס מיר האבן געברענגט אויבן בשם פתחי חושן עיין שם.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 08, 2011 8:29 pm

פאראיאר האבן מיר דא געהאט אזא שמועס:
ווארד2007 האט געשריבן:היינט אין די גמרא אין ויקהל האבן מיר באגעגנט די גמרא אז ישראל בהר סיני פסקה זוהמתן, נו דאס איז דאך א באקאנט מאמר פאר יעדן
וואס איז מיר איז אבער שווער געווארן לערנענדיג בפנים, די גמרא זאגט מפני מה עובדי כוכבים מזוהמין, מפני שלא עמדו על הר סיני, עס איז דאך באקאנט אז נאכן חטא העגל איז דאך אלעס צוריקגעקומען, קומט אויס האבן אידן חלילה פונקט די זעלבע זוהמא?
ואולי יש לחלק, אז נישט ממש די גאנצע זוהמא איז צוריקגעקומען, וצ"ע

קרעמער האט געשריבן:וואו שטייט אז די זוהמא איז צוריקגעקומען ביים עגל? עס שטייט אז די יצר הרע איז צוריקגעקומען, די מיתה איז צוריקגעקומען, אבער זוהמא מאן דכר שמיה?

ווארד2007 האט געשריבן:אוי קרעמער ביטע
ס'איז באקאנט, ליתר שאת האב איך געזוכט אין אוצר החכמה האב איך געטראפן אין צוויי ספרים דעם לשון "אחר שעשו העגל חזרה זוהמתן כמו שהיתה מקודם" (נחלת צבי פר' קרח)
"במתן תורה פסקה זוהמתן ובעגל חזרה" (אהבת ישראל פר' שמיני)
גערעכט דאס זענען לעצטיגע ספרים, אבער למען "אויפווייזן" האב איך נישט צייט גוט צו זיכן א פריערדיגע ספר, אבער ברור אז ס'ווערט געברענגט פריער
ועל כן קושיא במקומה עומדת

יעצט האב איך געפונען א מקור דערצו אין זוה"ק (ח"ב קצ"ג ע"ב) "כיון דחטו בעגלא כו' ואמשיכו עלייהו חויא בישא כמלקדמין" [תרגום הזוהר: והמשיכו עליהם (זהמת) הנחש הרע כבתחלה]

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אפריל 28, 2011 10:23 pm

קרעמער האט געשריבן:יום ב' אמור לערנט מען די פאלגענדע שטיקל פון ספר חסידים, וואס האט א גרויסע גרייז (אויך אין תקליטור האבן זיי דעם גרייז):


ספר חסידים - סימן כז
אל תאמר שאין לחפש בדרכיו ולשוב כי אם מעבירות שיש בהן מעשה, כגון גזל וזנות וגניבה וכיוצא בהן, אלא כשם שצריך אדם לפרוש ולשוב מהם, כך הוא צריך לחפש בדיעות הרעות שיש לו לשוב מהן, מן הכעס ומן האיבה או מן הקנאה או מן הגזל ומרדיפת המאכלות וכיוצא בהן. מהכל צריך לשוב, ואלו קשים יותר מן העונות שיש בהן מעשה, שבזמן שאדם רגיל באלו קשה לפרוש מהן, אחרי אשר נשתקע ודש לעשות, וע"ז נאמר (ישעי' נה ז) יעזוב רשע דרכו:

אנשטאט די צווייטע "הגזל" באלאנגט "הגאוה" (אזוי האב איך געזען אינעם אלטן דרוק חק לישראל עברי טייטש).

שוב ראיתי שהוא העתק מדברי הרמב"ם, ושם נאמר "ההתל" תחת "הגזל" השני ודו"ק

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מאי 30, 2011 1:36 pm

farshlufen האט געשריבן:קרעמער, אבער שטייט אין זוהר אז מען זיצט ביים דוכן'ען?

יעצט געזען אז דער מגן אברהם (סי' קכ"ח סקכ"ב) ברענגט צו דעם זוה"ק אלס ראיה צו זיין 'נראה לי' אז טראצדעם וואס די כהנים ברויכן שטיין בשעת נשיאת כפים, מעג די ציבור זיצן אויף די פלעצער.

[שייך ליום ה' נשא]

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5635
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג מאי 30, 2011 2:44 pm

קרעמער האט געשריבן:פאראיאר האבן מיר דא געהאט אזא שמועס:
ווארד2007 האט געשריבן:היינט אין די גמרא אין ויקהל האבן מיר באגעגנט די גמרא אז ישראל בהר סיני פסקה זוהמתן, נו דאס איז דאך א באקאנט מאמר פאר יעדן
וואס איז מיר איז אבער שווער געווארן לערנענדיג בפנים, די גמרא זאגט מפני מה עובדי כוכבים מזוהמין, מפני שלא עמדו על הר סיני, עס איז דאך באקאנט אז נאכן חטא העגל איז דאך אלעס צוריקגעקומען, קומט אויס האבן אידן חלילה פונקט די זעלבע זוהמא?
ואולי יש לחלק, אז נישט ממש די גאנצע זוהמא איז צוריקגעקומען, וצ"ע

קרעמער האט געשריבן:וואו שטייט אז די זוהמא איז צוריקגעקומען ביים עגל? עס שטייט אז די יצר הרע איז צוריקגעקומען, די מיתה איז צוריקגעקומען, אבער זוהמא מאן דכר שמיה?

ווארד2007 האט געשריבן:אוי קרעמער ביטע
ס'איז באקאנט, ליתר שאת האב איך געזוכט אין אוצר החכמה האב איך געטראפן אין צוויי ספרים דעם לשון "אחר שעשו העגל חזרה זוהמתן כמו שהיתה מקודם" (נחלת צבי פר' קרח)
"במתן תורה פסקה זוהמתן ובעגל חזרה" (אהבת ישראל פר' שמיני)
גערעכט דאס זענען לעצטיגע ספרים, אבער למען "אויפווייזן" האב איך נישט צייט גוט צו זיכן א פריערדיגע ספר, אבער ברור אז ס'ווערט געברענגט פריער
ועל כן קושיא במקומה עומדת

יעצט האב איך געפונען א מקור דערצו אין זוה"ק (ח"ב קצ"ג ע"ב) "כיון דחטו בעגלא כו' ואמשיכו עלייהו חויא בישא כמלקדמין" [תרגום הזוהר: והמשיכו עליהם (זהמת) הנחש הרע כבתחלה]

אביסל מענינא דיומא
אין מס' שבת דף ק"ח ע"א, בעא מיניה מר בריה דרבינא מרב נחמן בר יצחק מהו לכתוב תפילין על גבי עור של דג טהור אמר ליה אם יבא אליהו ויאמר מאי אם יבא אליהו ויאמר וכו' אלא אם יבא אליהו ויאמר אי פסקא זוהמא מיניה אי לא פסקא זוהמא מיניה.
זאגט די ר"ן אז ביי מתן תורה איז פסקה זוהמתן (וואס דער נחש הקדמוני האט אריינגעלייגט אין אלע בריות) פון אלע מענטשן וואס זענען געשטאנען ביים הר סיני, חוץ פיש זענען נישט געווען דארט, און פארדעם איז די ספק צו פסקה זוהמתן צו נישט.
זעט מען פון די ווערטער פון ר"ן צוויי זאכן, איינס א אינטערעסאנטע זאך אז אלע חיות ובהמות זענען געווען ביי מתן תורה, ווייל ער זאגט דאך אז פסקה זוהמתן חוץ פון פיש, און א צווייטע זאך, אויב די גמרא האט א ספק אויף פיש צו פסקה זוהמתן כדי מען זאל קענען שרייבן אויף דעם תפילין, קומט אויס אז אפילו נאכן חטא העגל איז עס נישט צוריקגעקומען.
איז אפשר רעדט מען פון צוויי סארט זוהמות? וצ"ע.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מאנטאג מאי 30, 2011 3:08 pm

וואספארא צושטעל, נאר די אידן האבן געדינט די עגל און נאר פאר זיי איז צוריקגעקומען די זוהמא, משא"כ פאר די בעלי חיים.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5635
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג מאי 30, 2011 4:27 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:וואספארא צושטעל, נאר די אידן האבן געדינט די עגל און נאר פאר זיי איז צוריקגעקומען די זוהמא, משא"כ פאר די בעלי חיים.

קען זיין ביסט גערעכט, אבער אזוי מן השמים איז מיר יעצט אונטערגעקומען א גמרא אין שבת דף קמה ע"ב, מפני מה כותים מזוהמין שלא עמדו על הר סיני, און לעומת זה אידן? זענען יא געשטאנען אויפן בארג סיני, איי ס'איז דאך חזרה זוהמתן?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג מאי 30, 2011 5:42 pm

אפ"ל אז דאס וואס די אידן האבן צוריק באקומען די זוהמא, איז נישט דאס וואס עס איז געווען פארדעם.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג יוני 30, 2011 11:37 am

מאנטיק ביים לערנען די משניות בין איך נתעורר געווארען צווי הערות
1) אין משנה ד' שטייט ובמועד לשמו פטור ושלא לשמו חייב
דאס הייסט אויב איינער האט חמץ אין ברענגט א קרבן פסח שלא לשמו אין יום טוב איז ער חייב
זאגט דער ברטנורא וחייב משום לא תשחט בהדי לאו דלא יראה ולא ימצא
איז משמע אז עס איז נישט דא קיין מציאות איינער זאל עובר זיין אויף לא תשחט אהן אויך עובר צו זיין אויף בל יראה
דאכטזיך עס איז דא א שמוז אין די אחרונים אויב למשל איינער האט מבטל געווען די חמץ אויב דאס איז גענוג אויף נישט עובר זיין לא תשחט אפילו אויב ער וואלט דאך נישט עובר געווען אויף בל יראה
לכאורה פונעם ברטנורא איז א ראיה צו דעם שמוז
2) שפעטער שטייט אז די כת שלישי לא הגיעו מעולם לאהבתי
האבען זיי כאטש פארענדיגט די הלל אדער דארט האט זיך דאס געענדיגט?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש סעפטעמבער 10, 2011 10:50 pm

קרעמער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:הערות אויפן היינטיגן חק שיעור (ב' תבא):

אין חומש שטייט ויביאנו אל המקום הזה, ויתן לנו את הארץ הזאת.

זאגט רש"י אל המקום הזה מיינט דאס ביהמ"ק, און ארץ הזאת כמשמעה. פרעגן די מפרשים לויט דעם וואלט געדארפט שטיין את הארץ הזאת בעפאר המקום הזה. זאגט דער רבי זי"ע אין חידושי תורה אז דאס איז מרמז צום תרגום יונתן הידוע אז בעפאר יציאת מצרים איז מען שוין ארויף מיט וואלקענעס (על כנפי נשרים) קיין מקום המקדש מקריב צו זיין די קרבן פסח, קומט אויס אז ויביאנו אל המקום הזה איז געווען בעפאר ויתן לנו את הארץ הזאת.

חפשתי כעת ומצאתי כמה תירוצים בדברי יואל וחידושי תורה, אבל לא עפ"י התרגום יונתן.

בשב"ק ראיתי בספר שערי אהרן שמביא תירוץ זה בשם נחל קדומים בשם מהר"י מולכו

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 4:25 am

קרעמער
מתוק מדבש...
יישר כוחך
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19045
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2011 5:34 pm

אינעם היינטיגן שיעור יום ג' נצבים אויפן פסוק סלו סלו המסלה צייכענט דער רד"ק צו למה שפירוש בשרשים, ס'איז כדאי עס נאכצוקוקן אינעווייניג כי יש שם כמה חידושים - שרש סלל:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=164
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2011 6:11 pm

farshlufen האט געשריבן:אינעם היינטיגן שיעור יום ג' נצבים אויפן פסוק סלו סלו המסלה צייכענט דער רד"ק צו למה שפירוש בשרשים, ס'איז כדאי עס נאכצוקוקן אינעווייניג כי יש שם כמה חידושים - שרש סלל:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=164

דו האסט אפשר דעם רד"ק השלם? ווייל אין נ"ך לובלין איז נישט צוגעצייכנט צו ספר השרשים, נאר צו זיין פירוש אין ישעיה נ"ז י"ד אויפן פסוק "ואמר סלו סלו"

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19045
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2011 6:33 pm

ניין, למדתי בנ"ך המאור.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2011 6:34 pm

farshlufen האט געשריבן:ניין, למדתי בנ"ך המאור.

זיי ברענגן טאקע פון אן אנדערן דרוק וואס איז מער מאריך ווי נ"ך לובלין


צוריק צו “שיעורי הקהילות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט