חק לישראל: דיונים ועיונים בשיעור היומי

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

קרעמער האט געשריבן:
פריילאך האט געשריבן:א שיינע באשרייבונג וועגן חק לישראל - געווען אין ענגלישן המודיע.

א שיינעם דאנק, דער פרינטער פארארבעט שוין מעשים איך זאל עס קענען געהעריג ליינען


הרב קרעמער
עס איז מיר א וואונדער אז דו האסט נישט באמערקט דער טעות פון די המודיע
באמת וואלט דאס געמוזט זיין אין טעותים אין צייטונגען אשכול...
אין די בילדער פון פארשידענע אויסגאבען פון חק לישראל
האבען זיי געדרוקט דארט דער שער בלאט פון הרב וועלץ'ס ספר חק לישראל
און נאך א ספר חק לישראל פון א ספרדישע פוסק.....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אינם נעכטיגן שיעור (ג' מקץ) טייטשט רש"י (נישטא אין אלע דרוקן חק) שנות חיים: שנים של חיים הם של פרנסה ועושר! (מיר אונטערסאנט געווען צו מערקן אז ס'איז נישט נאר א חסידישע טייטש אויף חיים, נאר רש"י טייטשט גאר אזוי.

-----
געזוכט אויפצוברענגן דעם געשמאקן אשכול, מישען אקאמפלישט...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דא איז געוועזן א שמועס איבער די שינוים אינעם סדר המשניות, אצינד האט היברו בוקס דנן ארייפגעשטעלט אן אלטן חק פון ליווארנא, וואלט כדי געוועזן צו זען וועלכע סדר דארט איז געדרוקט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אין היינטיגע חק ה' מקץ איז דא אנאינטערעסאנטע ברטנורא אויף משנה ו' לגבי די שאלה וועגען תדיר ומקודש און ער פיהרט אויס אז די גמרא בלייבט א בעיא דלא איפשיטא אבער דער ברטנורא כשלעצמו זאגט ונראה דתדיר קודם
דאכטזיך ר' עקיבא איגר שטעלט א ירושלמי נזיר און איך האב אמאהל געהערט פון הגרב"מ אזרחי שליט"א לחלק בין קדימה ועדיפות
נאך א שאלה ביניך נתעורר געווארען דער ברטנורא בשלהי פירקין איז מסביר אז מתנדבין יין ונשפך על אש המערכה והגם אז עס איז מכבה די אש פסקנ'ט מען כר' שמעון אז אינו מתכוין איז מותר
איז די שאלה צו טאקע לפי ר' יודא אין מתנדבין יין?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

msp האט געשריבן:אין היינטיגע חק ה' מקץ איז דא אנאינטערעסאנטע ברטנורא אויף משנה ו' לגבי די שאלה וועגען תדיר ומקודש און ער פיהרט אויס אז די גמרא בלייבט א בעיא דלא איפשיטא אבער דער ברטנורא כשלעצמו זאגט ונראה דתדיר קודם

דער רמב"ם פסק'נט אבער אז מען קען טוהן וויאזוי מען וויל
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אמת
דער ברטנורא זעהט אויס איז א שיטה יחידאה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

msp האט געשריבן:נאך א שאלה ביניך נתעורר געווארען דער ברטנורא בשלהי פירקין איז מסביר אז מתנדבין יין ונשפך על אש המערכה והגם אז עס איז מכבה די אש פסקנ'ט מען כר' שמעון אז אינו מתכוין איז מותר
איז די שאלה צו טאקע לפי ר' יודא אין מתנדבין יין?

לדעת רבי יהודה המתנדב יין למזבח, נותנו לספלים.
(זבחים צא:)
שכל קומט מיט די יארן...
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

שכוח ר' זושא פאר די מראה מקום
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

קרעמער האט געשריבן:ווידער א שווער שטיקל חרדים (מאנטאג ויגש), אבער דא איז עס א שטיקל גרייז אין די געדרוקטע.

פאלגענד איז די נוסח פון די ספרי החק: בן אדם, כמה בני אדם רודפי כבוד, גם אתה תרדוף כבוד, כי מחר יושיבוך בין קטני ארץ, זה תשיב ליצרך ברודפו הכבוד כו'.

מען קען דאס פארשטיין אזוי: אזויפיל מענטשן לויפן נאך כבוד, לויף דו אויך נאך דעם כבוד, ווייל מארגן וועט מען דיר זעצן צווישן נידריגע מענטשן (דערפאר ראט איך דיך פאר דיין כבוד וועגן זאלסטו אנטלויפן פון כבוד, כדי אז ווען מען וועט דיר שפעטער זעצן צווישן נבזים ושפלים זאל דאס נישט זיין קיין פחיתות הכבוד פאר דיר. א מענטש וואס איז געוואוינט צו זיצן אויבן-אן, איז א גרויסע בושה ווען ער זיצט צווישן די ארחי-פרחי, אבער א מענטש וואס שטענדיג אנטלויפט ער פון כבוד, וועט זיין כבוד גארנישט ליידן ווען מען זעצט אים צווישן די נידריגע לייט. - אדער קען מען דאס טייטשן אויף לעתיד, אויב דו וועסט נאכלויפן כבוד אויף דער וועלט, וועסטו דורכדעם ליידן בזיונות אויף יענע וועלט ווען מען וועט דיך אריינשטעלן צווישן די נבזים ושפלים. דערפאר איז גוט דו זאלסט נישט נאכלויפן כבוד אויף דער וועלט, אזוי וועסטו כאטש האבן א תקוה טובה לעתיד לבא).

אבער אין ספר חרדים פון תקליטור תורני זעה איך א גירסא "הגם" אתה תרדוף כבוד. לויט דעם איז עס א לשון בתמיה, נעמליך "אזויפיל מענטשן לויפן נאך דעם כבוד, צו וואס טויג עס אז אויך דו זאלסט עס נאכלויפן"? (עס איז דא א גרויס פארלאנג דערויף, און נישט יעדער וועט דאס דערגרייכן, אלזא מוטשע דיך נישט אפ דאס נאכצויאגן).

היינט זיך געמוטשעט אויף דעם שטיקל, נישט געדענקט די הערה פון פאר צוויי יאר.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

א'
איז זקן ואינו לפי כבודו איין זאך אדער צוויי
ד~ה א זקן איז פטור
און אויך אויב עס איז אינו לפי כבודו
ב'
אויף די משנה וועגען אבדת אביו ורבו; וועגען משאוי אביו ורבו; וועגען פדיון אביו ורבו
איז דא א חילוק בלשון ביי אבידה שטייט נאר קודם
משא~כ ביי משאוי און פדיון שטייט את רבו ואח~כ אביו
דער רש~ש איז מעורר אז די דינים ביי משאוי און פדיון גיין נאר אהן אויב ער קען מאכען ביידע
און ער שרייבט
וטעם החילוק פשוט
ואנכי הקטן שאלתי כבר לכמה מן הלומדים מה טעם לחלק בין אבידה לבין משוי ופדיון ולא ידעו להורני בינה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

החילוק הוא פשוט, משום שאבידה אינו אלא מניעת הפסד, משא"כ הנחת משאוי שהוא צער הגוף וכ"ש פדיון שבוים שהוא סכנה
אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2011 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חכמה »

זקן ואינו לפי כבודו דבר א' הוא, דאינו לפי כבודו של זקן. ואע"ג דאינו לפי כבודו פטור גם כשאינו זקן, כל שבשלו הוא מחזיר וכו', כבר האריכו בזה. עי' מהרש"ל ל:, ועי' היטב ל' הרמב"ם פי"א מגזילה ואבדה.

טעם החילוק נראה פשוט כדברי הרב קרעמער, וכדאיתא ברא"ש ושאר פוסקים דלענין פדיון נפשות לא בעינן שקולים. וביותר להמבואר בכריתות כח. דבעינן לטעמא דהוא ואביו חייבין בכבוד רבו, והרי אין אביו חייב כ"א בכבוד בעלמא.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

יום ד' לסדר שמות
אין די משנה וועגען שליחות יד זאגען בית שמאי אז אפילו א מחשבה לשלוח יד איז שוין מחייב
און דער ברטנורא זאגט אז זיי לערנען דאס פון על כל דבר פשע
איז אינטערעסאנט לכאורה קען דאס זיין תלוי מיט דער ענין וועגען דיבור און מחשבה ביי פיגול ותן לחכם ויחכם עוד

נאך א הערה אין מיין דרוק חק לישראל רעדא דער רמב"ם פון עבריינים
איז דער אריגינעלע נישט געווען מומר?

איך האב אמאהל געהערט דער חילוק פארוואס ביי שנים שהפקידו געלט שטייט איינער מנה און צווייטער מאתיים
מה שאין כן ביי א חפץ שטייט ביי איינער מאה און ביים צווייטען אלף
אז דאס איז ווייל רוצה אדם בקב שלו יותר מתשעה קבין של חבירו
נאר אז מען זעהט דער ברטנורא אין היינטיגען פרק זעהט מען אז דער רצון אויף אייגענע
גייט לכאורה אהן דוקא ביי א זאך וואס מען האט אויף דעם געהארעוועט...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אין מיין דרוק (המפואר) שטייט ביים רמב"ם מומר
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

איז אינטערעסאנט אז אין דער המאור דרוק האט ער דאס נישט פאראכטען....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

אין די היינטיגן זוהר איז לכאורה א סתירה מיט די "וישבו לאכול לחם" פון פרשת וישב
להבין שמועות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 24, 2011 6:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להבין שמועות »

צים פינטעל האט געשריבן:אין די היינטיגן זוהר איז לכאורה א סתירה מיט די "וישבו לאכול לחם" פון פרשת וישב


וישבו לאכול לחם פון פרשת וישב?
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

יא, אז מען דארף קודם עסן פאר מען פסק'נט א דין
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דער היינטיגער זוהר שרייבט אז מען טאר נישט עסן איידער מען פסק'נט א דין תורה, סיי ביי דיני ממונות און סיי ביי דיני נפשות (איך האב געזוכט און נישט געפונען אז דאס זאל ווערן גע'פסק'נט להלכה, אדרבה, אין תלמוד בבלי איז משמע [מו"ק] אז נאר נאכדעם וואס בי"ד האט אויסגעפירט א מיתה אויף איינעם טארן זיי נישט עסן ביז סוף טאג, אבער איידער די גמר דין מעגן זיי יא עסן. איך האב מיר פארענטפערט אז דער זוה"ק רעדט בעיקר פון טרונקן וויין, אזא משמעות האב איך געפונען אין ספר חרדים בשם זוה"ק).

אויף עמוד 7 רעדט מען שוין דערפון גראדע:
viewtopic.php?p=198180#p198180
להבין שמועות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 24, 2011 6:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להבין שמועות »

כ'ווייס נאך אלס נישט וואס איר מיינט וישבו לאכול לחם פרשת וישב,
אגב דאס אז מ'טאהר נישט עסען פאר'ן פסק'נען איז א גמ' סנהדרין סג. ועי' ברמב''ם פי''ג מהל' סנהדרין ואפשר דדוקא בדיני נפשות

ה-א-ק-ט
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ער רעדט פונעם אגרא דכלה אויפן פסוק וישבו לאכל לחם, אז זיי האבן פרובירט זיך צו בארוהיגן מיטן עסן ע"ש.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

להבין שמועות האט געשריבן:כ'ווייס נאך אלס נישט וואס איר מיינט וישבו לאכול לחם פרשת וישב,
אגב דאס אז מ'טאהר נישט עסען פאר'ן פסק'נען איז א גמ' סנהדרין סג. ועי' ברמב''ם פי''ג מהל' סנהדרין ואפשר דדוקא בדיני נפשות

ה-א-ק-ט

אין סנהדרין (און אין רמב"ם) רעדט מען נישט 'בעפאר' מען פסק'נט, נאר נאכן הרג'נען:
רבי עקיבא אומר מנין לסנהדרין שהרגו את הנפש שאין טועמין כלום כל אותו היום תלמוד לומר לא תאכלו על הדם
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

קרעמער האט געשריבן:ער רעדט פונעם אגרא דכלה אויפן פסוק וישבו לאכל לחם, אז זיי האבן פרובירט זיך צו בארוהיגן מיטן עסן ע"ש.


איז די אגרא דכלה די ערשטע וואס זאגט דאס?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב געזוכט אויף תקליטור, ביי די מפרשים על התורה האבן זיי גארנישט דערויף, נאר ביי די ספרי חסידות האב איך דאס געטראפן.
להבין שמועות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 24, 2011 6:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להבין שמועות »

קרעמער האט געשריבן:
להבין שמועות האט געשריבן:כ'ווייס נאך אלס נישט וואס איר מיינט וישבו לאכול לחם פרשת וישב,
אגב דאס אז מ'טאהר נישט עסען פאר'ן פסק'נען איז א גמ' סנהדרין סג. ועי' ברמב''ם פי''ג מהל' סנהדרין ואפשר דדוקא בדיני נפשות

ה-א-ק-ט

אין סנהדרין (און אין רמב"ם) רעדט מען נישט 'בעפאר' מען פסק'נט, נאר נאכן הרג'נען:
רבי עקיבא אומר מנין לסנהדרין שהרגו את הנפש שאין טועמין כלום כל אותו היום תלמוד לומר לא תאכלו על הדם


כ'האב אויך אזו געקלערט, אבער וואס טוט מען מיט כל אותו היום?
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”