חק לישראל: דיונים ועיונים בשיעור היומי

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

חק לישראל: דיונים ועיונים בשיעור היומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

אזוי ווי דורך א שמועס, אין אן אנדערע אשכול מיט ר' פארשלאפען און ר' יאנאש איז אויסגעקומען, אז עס איז דא מאנכע דא אין קרעטשמע וואס לערנען חק יעדן טאג, איז כדאי צי מאכען פון דעם א שמועס, און ווער עס האט ציצילייגען איז מכובד ותשואת חן לו

דער סדר פון חוק לישראל איז מיוחס צום הייליגען אר"י הק' זי"ע (די עיקור, לכאורה די מוסר וכד' איז שפעטער געווארן ציגעלייגט) עס איז א מייסטערהאפטיגן אויסשטעל אז מ'זאל יעדען טאג לערנען פון אלעם עפעס, און כדאי יוצא זיין די חיוב וואס ליגט אויפען יעדן, אשר בשם ישראל יכונה, און ווי אויך מ'זאל האבען וואס צי ענטפערען ביי די ערשטע שאלות אויבען,

פארשטייט זיך אז אויב מ'מאכט דאס טאקע פאר א חק ולא יעבור, איז דאס גיט געפיל פון דעם, און פארשטייט זיך דער שכר, אין לשער,

עס ערהאלט אין זיך

1) תורה = קומט אוס מלערנט יעדן טאג חו"ר, וואס כידוע האבן אלע צדיקים געהעלטע אז אן חו"ר יעדע טאג איז מען קיין יוד נישט, און כידוע וואס די הייליגע ר"ר מרדכי'לע פון נאדבורנה זי"ע האט געזאגט פארן סאטמאר רבי זצוק"ל, אז ער קען צדיקים וואס אויף די עלטער האבן זיי נישט געוויסט ווי די רבוש"ע איז, ווייל זיי האבן נישט געפילעוועט און חו"ר, (ווי אויך איז אריינגעלייגט אז מ'זאל קענען ענדיגען יעדע וואך די גאנצע סדרה)

2) נביאים = וואס איז געווענדליך אויף די הפטורה פון די וואך

3) כתובים = וואס איז משלי תהילים וכד' וואס איז סייווי כדאי צי לערנען אמאל פאר זיך מיט רש"י

4) משניות = כידוע איז משנה אותיות נשמה און עס לייטערט אויס די נשמה, ווי באקאנט האבן אידן פונעם דור הקדום אסאך געלערענט משניות

5) גמרא = ווער ווייסט דען נישט אז צי זיין א שטיקעל בר הכי מיז מען יעדען טאג לערנען גמרא

6) זוהר הקדוש = איז דאך א ענין צי זאגען אפילו מען פארשטייט נישט, וואס יודען האבען געזאגט א גאנץ יאר (ובפרט טאקע און די יעצטיגע טעג) וואס איז זייער מסוגל פאר די נשמה, ווי אויך ווער וויל דען נישט האבן א שייכות מיטן הייליגן רשב"י נישט נאר ל"ג בעומר (בר יוחאי טאנצט זיך אנדערש אז מ'ווייסט מהאט א שטיקל שייכות, מ'האט יעדען טאג געזאגט חאטש א שטיקעל זוה"ק וכד')

7) הלכה = צוויי הלכות יעדען טאג אריינציגיין אינעם כלל פון כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבה

8) מוסר = וויזוי האבן געזאגט די גרויסע בעלי מוסר, 'א טאג וואס גייט דורך אן מוסר איז קיין טאג נישט'

חוץ דעם האט דאס האט געוואלדיגע סגולות אויף פארשידענע זאכען, איז אויך אויף פרנסה בריוח ווי איך האב געהערט אמאל דעם ווארט "הטריפינו לחם חקי"
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א שיינעם דאנק בשם כל החברים פאר ידידינו החשוב הרב ר' יעקב המכונה יעקל לבית פוקס הי"ו, די שריט פון מחזק זיין דעם שיעור פון חק לישראל הן מיט'ן פארשאפען דעם לאנג געזוכטען לינק פון דעם סדר ה'חק' און יעצט פארן עפענען דעם אשכול אויסצושמועסן די היסטאריע און וויכטיגקייט פון דעם שיעור.

ר' יעקל, זכות הרבים תלוי בך, וכל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו, אינו דומה מרובים העושים את המצוה למועטים העושים.

עס וואלט געווען א שיינע זאך ארויפצוברענגען דאם אין דעם אשכול פון צייט-צו-צייט אן ענין וואס ווערט געלערנט יענע טעג אינעם חק און אויסשמועסן בדיבוק חברים לעורר קנאת סופרים בין החברים שבכחה להרבות חכמה.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ר' יעקל, זכה מלאתו נעשית על ידי אחרים, פארשלאפן מיט מיר האבן שוין געקלערט פון אזא אשכול א לענגערע וויילע צוריק אבער לא אסתייע מילתא, דעריבער שפיר איך א חוב זיך צו עקסטער באדאנקן פאק די הערליכע אריינפיר וואס דו האסט דא אראפגעלייגט.

דאס וואס דו זאגסט אז דער עיקר אויסשטעל איז שפעטער געווארן מיין איך אז דער הייליגער חיד"א האט דאס מסדר געווען.

און ווי מיללער האט געזאגט 'ווען עס איז דא עפעס אינטערסאנט זאל מען דאס ארויפלייגן דאהי' דאס איז דאך דער ציהל פון דעם אשכול און דאס איז די פלאן צו טון.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

יש"כ גדול פאר ידידינו ר' יעקב בער ממשפחת מיללער שי' ווי אויך פאר מיין אונגארישע חבר יאנאש, פאר די חיזוק רייד, און מיר אלע וועלן בע"ה גיין ווייטער

דרך אגב די לימוד חק נעמט נישט לאנג עס קען נעמען 10 מינוט בערך, פארשטייט זיך אויך א שעה ווער עס וויל.

מיין רבי האט מיר פאר 5 יאר צירוק געהייסן לערנן חק יעדן טאג, ער האט מיר געזאגט (פארן האלטן ביי א געוויסע דיעל) אז עס איז א גרויסע סגילה און א שמירה,
קודם האב איך געפילט פאר א נחות דרגא, כאב אלץ געשפירט אס דאס איז פאר אידן וואס קען נישט קיין סאך לערנען, אדער אלטע לייט וכד', נישט פאר אינגעלייט וואס האבן שיעורים כסדרן, ציפרי און ביינאכט שבת יו"ט וכדו', גמרא הלכה מוסר חסידות חו"ר וכו' וכו', אבער א רבי'ן פאלגט מען, האב איך עס אפגעזאגט בערך און אפאר מינוט, מקיים צי זיין מצוה לשמוע, און נישט מער,
יעצט צירוק קיקענדיג א 5 יעריגער בליק זעה איך ווי גערעכט ער איז געווען (זצ"ל) יא יא מיט אלע שיעורים אינאיינעם וויפיל מאכט זיך אז מ'פארט אוועק, אדער מ'איז אפען וועג, א אונס אהער אהין, א שמחה, אמת'דיגע שטערונגען, אבער זייט איך לערן חק ב"ה קען איך זאגען אז איך לערן יעדען טאג טאקע די אלע זאכען וואס מ'דארף, אמאל ציפרי און אמאל באנאכט און אמאל נאך א חתונה 2 פארטאגס וכד', אבער דער טאג איז נישט געגאנגען ממש ליידיג אן א אידישע טעם מיט די תירוצים אינאיינעם, ב"ה היינט צי טאג האב איך גענומען א חברותא צי דעם (חוץ די קרעטשמע חברותות) איך לערן עס א שעה צייט, עס איז ממש אמחיה, מאכט זיך אז איך קען נישט קיין שעה, אדער די אלע אונסים, לערן איך עס אין אפאר מינוט, אבער עכ"פ מ'גייט דורך די אלע אויבענדערמאנטע 8 לימודים, חק ולא יעבור
פאקטיש קומט צי אזוי פיל ידיעות התורה נאר פון חק אליין, וואס איך האב נישט געהאט אלץ 'גרויסער' ת"ח (ווען איך בין געווען כמו באליידיגט אויפן רבי'ן)

און יעצט איז ב"ה די שמחה פילפאכיג גרעסער אז מ'קען דא פון קרעטשמע געבען א קוועטש צים לינק, און מ'האט א שיינעם חק אויף'ן פלאץ, כה לחי
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

די חיד"א זי"ע האט צוגעלייגט היפשע זאכען צום סדר, וואס איז נתקבל געווארן בכל תפוצות ישראל, אויך האט ער גאר שטארק מעודד געווען די לימוד החק.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דאכט זיך מיר אז די סדר הפסוקים איז אויסגעשטעלט צו לערנען אויף די אותיות י-ה-ו-ה, זונטאג 10 פסוקים, מאנטאג 5, דינסטאג 6, מיטוואך 5. בערך אזא חשבון איז דא.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבור ר' יאנאש ור' אלעקסיי שיחיו
ווייסט איר אפשר וועלכע חלק די חיד"א האט ציגעלייגט, און וועלכע איז פון אר"י
(למעשה איז נישט קיין חילוק, ביידע געווען זייער הייליג און עס האט די זעלבע דערהער, סתם לידיעה בעלמה)
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אין די נייע חוקים דפוס א' בלום זענען אריין געדרוקט אנדערע משניות ווי אין די פארעלטערטע דרוק, אבער מ'זאגט נאך משמו פונעם מו''ל, אז ער האט נישט משנה געווען ווייל דאס איז דער אריגינעלער סדר נאר די פריערדיגע דרוקן האבן געהאט משנה געווען, און ער האט עס צוריקגעשטעלט, ווייסט איינער דא מער איבער די נושא?
אויף וואס איז דער סדר פון משניות באזירט, ע''פ קבלה?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

ר' פארשלאפען
איך האב אויך באמערקט די חילוק פון דעם משניות אין די אלטע דריק, און די משניות פון די נייע דריק, דרך אגב דאס איז נאר אין די דברים סדרה'ס און די אלע אנדערע איז יא די זעלבע, אבער כאב הנאה וואס די זאגסט נאך משמו, ווייל ס'האט מיך אויך געקוועטשט היתכן מ'האט משנה געווען,

די סדר המשניות יעדן טאג, גייט לויטן סדר המשניות 'זמ"ן נק"ט', זינטאג איז א פרק אין זרעים, מאנטאג אין מועד, דינסטאג נשים, אא"וו
ווי אויך די אלע לימודים איז מיט א שיינע סדר, ווי א תלמיד האר"י מיטן נאמען ר' יצחק האט עס מסדר געווען לויטן סדר וואס זיין רבי האט אים געלערענט, ווי למשל די סדר פון תורה גייט הוי"ה פסוקים איבערן וואך, און הוי"ה פסוקים פאר ליל שישי, כסדר הזה: זינטאג ו' פסוקים, מאנטאג ד' פסוקים, דינסטאג ה' פסוקים, מיטוואך ו' פסוקים, דאנערשטאג ה' פסוקים, סך הכל כ"ו פסוקים, און די זעלבע איז ליל שישי כ"ו פסוקים, און אויף פרייטאג איז נישטא קיין סדר, ווייל מ'זאל קענען מעביר סדרה זיין די גאנצע כמנהג האר"י ליום שישי בבחינת והיה ביום השישי והכינו את אשר יביאו, אזוי ברענג די תלמיר ר' יצחק ז"ל

דרך אגב איך האב נאכגעקוקט, און די גאנצע סדר איז פון אריה"ק חוץ די הלכה און מוסר האט ציגעלייגט די הלייגע חיד"א ז"ל
טעמו וראו כי טוב השם
חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים »

אין שארית ישראל פון הרה"ק מווילעדניק שטייט מורא'דיגע זאכן אויף לערנען חק לישראל, ער זאגט דארט אז די עיקר תיקון פאר שובבי"ם איז צו מקשר זיין תורה נביאים וכתובים און ווייטער דורך די לימוד פון חק לישראל,
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

יש"כ ר' חיים
איך ווייס טאקע פון א רבי וואס האט געהייסען זיינע בחורים אין ישיבה, לערנען חק אום שובבי"ם, כאב נישט פארשטאנען די שייכות, יעצט מיטן ווילעדניקער זי"ע שטימט עס

כבוד ר' פארשלאפען
בנוגע די צוויי משניות, איז נאר אנדערש און די דברים סדרה'ס "און נאר ביום ד'," וואס אין די אלטע דריק איז דא א פרק אין מדות אדער תמיד וכד', און אין די נייע דריק איז דא א פרק אין מסכת בכורת, וואס ביידע איז אין נזיקין, וואס דאס קימט ווי אויווען געשמועסט ביום ד'.
און יעדען טאג איז דאך די גמרא אויפן חלק המשניות וואס מ'האט געלערענט, און אזוי ווי מדות און תמיד האבען נישט קיין משניות איז דארט דא די גמרא פון בכורות וואס איז אויך אין נזיקין, וואלט געווען מער מסתבר אז דער נייער המאור האט געטוישט און ער האט אריינגעלייגט די משניות וואס קימט צי די גמרא אין בכורות, ווי איידער צי זאגן אז די אלטע דריק האט ארויסגענומען די בכורות משניות, און אנשטאט אריינגעלייגט אנדערע משניות וואס האט נישט די זעלבע גמרא דערויף,
אבער דאס איז נאר א סברה וואס איך טראכט, הגם עס איז זייער שטארק מסתבר, (ווי אויך ליגט מער אויפן שכל צי זאגען אז ער האט משנה געווען, ווי איידער די אלטע דריק וואס פלעגט אלץ זיין ביי אונז, האט משנה געווען), אבער אז די זאגסט אז די האסט געהערט משמו אז די אלטע דריק האט משנה געווען, זאג איך גארנישט (דאס איז שוין נישט געזאגט, שטעל דיר פאר ווען איך זאג ווען יא.....)
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די ווערטער פונעם חיד"א איבער די וויכטיגקייט פון לערנען חק מידי יום ביומו.

פאר ווער סקען מיר מסביר זיין:
1) וואס מיינט ער מיט די מליצה 'קרי"ה נאמנה הזאת נעמי'?
2) וואס טייטש 'ולא יכוין בכונות הכתובים שם'?
3) וואס באדייט 'כי לא יאמר התפלות שבראש הספר'?
אטעטשמענטס
CHOK_KK1_Page_2.jpg
CHOK_KK1_Page_2.jpg (24.6 KiB) געזען 13664 מאל
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

הרב מיללער
גיט א קוק אונעם פרי עץ חיים פון ר' חיים וויטאל, און שער הנהגת הלימוד.
ער האט דארט אן אריכות וועגען פאר שידענע כוונות אונזינען האבען ביים לימוד.
דאכט זיך מיר אז דער חיד"א זאגט, נישט אונזינען האבען יענע כוונות 'הכתובים שם' וואס זענען דארט געשריבען ווייל זיי זענען פארגרייזט.

דא איז א לינק אהון צי דעם בלעטעל וויא ר' חיים וויטאל שטעלט אויס וויפיל צי לערנען יעדען טאג, אוויא יעקעלע האט געברענגט
ע ס הייבט זיך אהן אונעם פארעגרעף 'אמנם מה שתקרא'

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=375
the SCY is the limit
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד הרב מילער שי'
כעל מסביר זיין לפי הבנתי, האפענטליך אז דאס איז טאקע פשט

1) די מליצה איז קרי"ה, א 'רוף' נישט א וואין ארט ווי פשוט פשט, און הזאת נעמי בניחותא און נישט בלשון תימה
2) איז דאך פשוט, נישט אינזין צי האבען די טיפערע כונות, ווייל די כונת איז גרייזיג ווי ער שרייבט, מילא ווי איידער זיי אינזין האבען גרייזיג, בעסער נישט מכון זיין
3)לכאורה גייט עס בענאזאם "ולא יכון בכונת הכתובים שם.... כי לא יאמר התפילות שבראש הספר" ווען ער האט נישט געזאגט די תפילות שבראש הספר, עס איזס געדריקט תפילות אנפאנג, וואס מ'בעט אז מ'זאל זוכה זיין צי מכון זיין לאמיתו של דברים אן א שגיאות, וואס וויבאלד עס איז פארגרייזט וועט נישט טויגען אויב איז מען נישט מקדם די תפילות, (לויט דעם פשט איז מיין פריערדיגע הסבר #2 נישט שייך)
נ.ב. איך האב פארגעסען צי זאגען די תפילות יעצט פאר איך האב ברובירט פארשטיין וואס ער זאגט

כבוד ר' שמחה שי'
יש"כ פאר די פרע"ח וואס האסט מעתיק געווען, הנאה געהאט
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר כח ר' שמחה ור' יעקל פאר די הסברים, אן עקסטערן דאנק פאר די פרע"ח.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קריה נאמנה הזאת נעמי = דאס איז דאך אזא געשמאקע און זיסע לערנען
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:כבוד ר' פארשלאפען
בנוגע די צוויי משניות, איז נאר אנדערש און די דברים סדרה'ס "און נאר ביום ד'," וואס אין די אלטע דריק איז דא א פרק אין מדות אדער תמיד וכד', און אין די נייע דריק איז דא א פרק אין מסכת בכורת, וואס ביידע איז אין נזיקין, וואס דאס קימט ווי אויווען געשמועסט ביום ד'.

נישט ביום ד' נאר ביום ה', און נישט נזיקין נאר קדשים.
יעקעלע פוקס האט געשריבן:אבער דאס איז נאר א סברה וואס איך טראכט, הגם עס איז זייער שטארק מסתבר, (ווי אויך ליגט מער אויפן שכל צי זאגען אז ער האט משנה געווען, ווי איידער די אלטע דריק וואס פלעגט אלץ זיין ביי אונז, האט משנה געווען), אבער אז די זאגסט אז די האסט געהערט משמו אז די אלטע דריק האט משנה געווען, זאג איך גארנישט (דאס איז שוין נישט געזאגט, שטעל דיר פאר ווען איך זאג ווען יא.....)

ער איז געגאנגען פרעגן פון פוסקי וגדולי דורינו און געטאן ווי זיי האבן געהייסן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א דאנק ר' שמחה פארן פרי עץ חיים, און א דאנק פאר ר' יענקעלע פאר די ענינים וואס דו ברענגסט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

וואס איז פשט און דעם ווארט חק?
פארוואס ריפט מען עס אזוי?

אגב איך האב געמאכט א טעות פריערט.
די סדר פון צען פסוקים פינף פסוקים וכו' אוויא ר' חיים וויטאל שרייבט האט קרעמער מעורר געווען
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער האט געשריבן:קריה נאמנה הזאת נעמי = דאס איז דאך אזא געשמאקע און זיסע לערנען


איך וואלט נאך אלץ געשריבען 'קריא"ה נאמנה' אבער ביי די ספרד'ישע גדולים זעהט מען אז מליצות איז אהוב מן הכל.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד ר' קרעמער שי'
דיין פשט געפעלט מיר בעסער פון מיין אייגענס

כבוד ר' פארשלאפען
ביסט גערעכט מיט יום ה' ווי אויך קדשים
און דעס וואס די זאגסט, אז ער זאגט 'הער איך וואס ער זאגט'

כבוד ר' שמחה שי'
חק איז פשט פון חק ולא יעבור, וואס דאס איז די איידיע פון דעם לימוד בספה"ק חק לישראל, אזוי אז יעדען טאג האט די נויטיגע רעצעפטן
און דאס וואס די זאגסט וועגען א טעות פון 10 פסוקים, און ווי ר' קרעמער האט מעורר געווען, האט ער געמאכט א טעות און אויך גערעכט, עס גייט טאקע דרך הוי"ה 10 5 6 5 אבער די ערשטע 10 איז נישט פאר יום א' אליין אס איז ציטיילט 6 ליום א' און 4 ליום ב', וואס דאס איז דער י, און דערנאך ה,ו,ה,
לעצט פארראכטן דורך יעקעלע פוקס אום דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2008 10:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

חק לישנא דמזונא - דאס איז דער מזון רוחני פאר די נשמה.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן: אבער ביי די ספרד'ישע גדולים זעהט מען אז מליצות איז אהוב מן הכל.

איבערהויפט דער חיד"א
the SCY is the limit
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

מיללער האט געשריבן:חק לישנא דמזונא - דאס איז דער מזון רוחני פאר די נשמה.

ווידער אמאל געפעלט מיר בעסער דיין פשט
(יענעמס גראז איז אלץ גרינער)
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:און דאס וואס די זאגסט וועגען א טעות פון 10 פסוקים, און ווי ר' קרעמער האט מעורר געווען...
יעקעלע,
מיין טעות איז געווען וועמען צי געבען דער קרעדיט פון שרייבען דער סדר.
פאר דיר אדער קרעמער..
the SCY is the limit
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”