בלאט 1 פון 1

גַּם עֵדֹתֶיךָ שַׁעֲשֻׁעָי אַנְשֵׁי עֲצָתִי- עניני דיומא אין די טעגליכע לימודים פון כלל ישראל

געשריבן: פרייטאג יוני 12, 2020 12:38 pm
דורך געבורטסטאג
מיטהאלנדיג די נייע מחזור פון דף היומי בסיעתא דשמיא טרעף איך שוין א שיינע פאר מאל די פרשת השבוע אבער יומי דפגרי אינעם דף. וועט זיין אינטרעסאנט צי ווידמען א אשכול צו באצייכענען ווען דאס פאסירט.

סאיז באקאנט די חת"ס אויפן פסוק גַּם עֵדֹתֶיךָ שַׁעֲשֻׁעָי אַנְשֵׁי עֲצָתִי אז ווען א יוד טרעפט די פרשה אינעם לימוד ווייזט דאס אז די רבוש"ע לערנט מיט זיין סדר, על אחת כמה וכמה ווען דאס פאסירט אין א לימוד פון אלופי אלפי ישראל.

ובזה החלי וואס איך געדענק אויפן מינוט: דעם ל"ג בעומר האט מען געלערנט איינע פון די באקאנטסטע מאמרים פון די בעל הילולא "אמר רשב"י כל ישראל בני מלכים הם"

פון אסרו חג שבועות במשך די ז' ימי תשלומין האט מען דורכגעלערנט די איינציגסטע סוגיא אין ש"ס אויף מתן תורה אין שבת פ"ו און ווייטער

נעכטן דאנערשטיג (שבת דף צ"ז) איז געווען פרשת השבוע סיי פאר בני א"י (שלח י"ד פסוק מ"ד ויעפלו) און ביי פאר בני חו"ל (בהעלותך י"ב פסוק ט-י)