גַּם עֵדֹתֶיךָ שַׁעֲשֻׁעָי אַנְשֵׁי עֲצָתִי- עניני דיומא אין די טעגליכע לימודים פון כלל ישראל

שיעורי הקהילות און אנדערע שיעורי תורה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

געבורטסטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

גַּם עֵדֹתֶיךָ שַׁעֲשֻׁעָי אַנְשֵׁי עֲצָתִי- עניני דיומא אין די טעגליכע לימודים פון כלל ישראל

תגובהדורך געבורטסטאג » פרייטאג יוני 12, 2020 12:38 pm

מיטהאלנדיג די נייע מחזור פון דף היומי בסיעתא דשמיא טרעף איך שוין א שיינע פאר מאל די פרשת השבוע אבער יומי דפגרי אינעם דף. וועט זיין אינטרעסאנט צי ווידמען א אשכול צו באצייכענען ווען דאס פאסירט.

סאיז באקאנט די חת"ס אויפן פסוק גַּם עֵדֹתֶיךָ שַׁעֲשֻׁעָי אַנְשֵׁי עֲצָתִי אז ווען א יוד טרעפט די פרשה אינעם לימוד ווייזט דאס אז די רבוש"ע לערנט מיט זיין סדר, על אחת כמה וכמה ווען דאס פאסירט אין א לימוד פון אלופי אלפי ישראל.

ובזה החלי וואס איך געדענק אויפן מינוט: דעם ל"ג בעומר האט מען געלערנט איינע פון די באקאנטסטע מאמרים פון די בעל הילולא "אמר רשב"י כל ישראל בני מלכים הם"

פון אסרו חג שבועות במשך די ז' ימי תשלומין האט מען דורכגעלערנט די איינציגסטע סוגיא אין ש"ס אויף מתן תורה אין שבת פ"ו און ווייטער

נעכטן דאנערשטיג (שבת דף צ"ז) איז געווען פרשת השבוע סיי פאר בני א"י (שלח י"ד פסוק מ"ד ויעפלו) און ביי פאר בני חו"ל (בהעלותך י"ב פסוק ט-י)
צוגעלייגטע
חתם סופר על התורה עמוד קנז.png
חתם סופר על התורה עמוד קנז.png (62.86 KiB) געזעהן 1417 מאל

געבורטסטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: גַּם עֵדֹתֶיךָ שַׁעֲשֻׁעָי אַנְשֵׁי עֲצָתִי- עניני דיומא אין די טעגליכע לימודים פון כלל ישראל

תגובהדורך געבורטסטאג » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 9:41 pm

נישט באזוכט דא אין חדשים לאמיר זעהן צו איך געדענק נאך עפעס
ערב ת"ב האט מען געלערנט א עמוד אין סוף מסכת שבת (קמ"ה ע"ב) איבערן חורבן וואס א רב האט מיר געזאגט אז עס איז מהדברים המותרים
ערב שבת ערב ראש השנה תשפ"א א סוגיא איבער ר"ה ורה שחל בשבת (עירובין מ')
ועוד ועוד

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2860
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

Re: גַּם עֵדֹתֶיךָ שַׁעֲשֻׁעָי אַנְשֵׁי עֲצָתִי- עניני דיומא אין די טעגליכע לימודים פון כלל ישראל

תגובהדורך מקווה איד » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 9:44 pm

אידן וואס לערנען דף היומי יעדן טאג קענען מעיד זיין אז כמעט יעדן טאג וועט מען טרעפען עפעס נוגע
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

היסטאריקער
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: גַּם עֵדֹתֶיךָ שַׁעֲשֻׁעָי אַנְשֵׁי עֲצָתִי- עניני דיומא אין די טעגליכע לימודים פון כלל ישראל

תגובהדורך היסטאריקער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 5:11 pm

אויף קול תורתיך שעשעי וואטסאפפ גרופ טרעפן זיי כמעט יעדע וואך/יומא דפגרא מעניני דיומא

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: גַּם עֵדֹתֶיךָ שַׁעֲשֻׁעָי אַנְשֵׁי עֲצָתִי- עניני דיומא אין די טעגליכע לימודים פון כלל ישראל

תגובהדורך זאג א גוטס » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 5:20 pm

היסטאריקער האט געשריבן:אויף קול תורתיך שעשעי וואטסאפפ גרופ טרעפן זיי כמעט יעדע וואך/יומא דפגרא מעניני דיומא

קען מען עס דא צוברענגן?
דער אויבערשטער טוט נאר גוטס!
מער גוטס ווי א מענטש קען טון פאר זיך אין זיין גאנצע לעבן, טוט דער אויבערשטער יעדע רגע!

מקור


צוריק צו “שיעורי הקהילות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט