נייע סדר לימוד הש"ס, אורייתא

שיעורי הקהילות און אנדערע שיעורי תורה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

נייע סדר לימוד הש"ס, אורייתא

תגובהדורך וואס טוט זיך » מוצ"ש ינואר 18, 2020 11:07 pm

זעה איך נישט אן אשכול איבער דעם..

צוזאמען מיט אנפאנג פונ'ם נייע מחזור דף היומי, האט זיך אנגעפאנגען א נייע סדר פון לערנען ש"ס.

אורייתא, פון מפעל 'עמוד וחזרה' ארבעט אזוי


יעדע טאג זונטאג-דאנערשטאג לערנט מען אן עמוד
*
ווי אויך חזר'ט מען איבער דעם נעכטיגן עמוד
*
פרייטאג און שב"ק חזר'ט מען איבער די 2 1/2 בלאט פון די וואך
*
קומט אויס אז מ'לערנט יעדן עמוד דריי מאל א וואך
*
יעדן חודש נעמט מען א בחינה אויף 10 בלאט


זונטאג פאנגט מען אן דף ז.

פאר מער קאנטאקט
855-467-2972 אדער
Info@oraysa.org
אדער באזוכט זייער וועבסייט http://www.oraysa.org
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

עדינו העצני
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 2:15 pm

תגובהדורך עדינו העצני » מוצ"ש ינואר 18, 2020 11:38 pm

עס גפעלט מיר זייער, בפרט אז איך האב שוין לאנג געטראכט פון דעם. דער דף היומי האבן אסאך מענטשן ליב ווייל אין זיבן אהאלב יאר ענדיגט מען שס, אבער למעשה איז זייער שווער מיטצוהאלטן ממש יעדן טאג א בלאט, און אויב מאכט זיך אז מען איז געבליבן אונטערשטעליג איז זייער שווער זיך צוריק צו כאפן. אבער עס איז נאך אסאך שווערער צו חזר'ן.

אבער אזא סיסטעם מאכט עס אסאך גרינגער, סיי מיטצוהאלטן און סיי איבערצוחזרן. דער חסרון איז נאר אז עס נעמט 22 און אהאלב יאר צו ענדיגן שס.

איך וויל נאר וויסן ווער עס שטייט אונטער דעם. ווער איז אורייתא? ווייסט איינער דא ווער דאס איז?

היסטאריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

תגובהדורך היסטאריקער » מוצ"ש ינואר 18, 2020 11:52 pm

יעדע קהלה האט דאך שוין אזא זאך, זכרו, יסודי התורה, והגית, און נאך, וואס האבן זיי מחדש געווען? וואסערע איניציטאוו געבן זיי צונעמן בחינות?
זיי שרייבן אז הגאון ר׳ נח אייזיק אהלבום שליט"א פירט עס

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מוצ"ש ינואר 18, 2020 11:58 pm

זיי האבן איבער פופציג שיעורים/חבורות אין מער פון 25 שטעט.

וואס די אינציאטיוו איז ווייסעך טאקע נישט.

אבער ס'קען זיין גוט געאייגנט, פאר דיע וואס ווילן לערנען מער שטייטער, אבער ווילן אויך קענען נעמען בחינות.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

שרייב-פעדער
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 03, 2019 1:46 pm

תגובהדורך שרייב-פעדער » זונטאג ינואר 19, 2020 12:18 am

האביך נישט געקענט טרעפן אין זייער וועבסייט אויב ס'דא א "מתן שכרה בצידה" פאר די בחינות. געווענליך איז דאס די צוקערל וואס מאכט זיס די ביטערקייט פון "קשה עתיקא מחדתא".
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.

היסטאריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

תגובהדורך היסטאריקער » זונטאג ינואר 19, 2020 8:24 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:זיי האבן איבער פופציג שיעורים/חבורות אין מער פון 25 שטעט.

וואס די אינציאטיוו איז ווייסעך טאקע נישט.

אבער ס'קען זיין גוט געאייגנט, פאר דיע וואס ווילן לערנען מער שטייטער, אבער ווילן אויך קענען נעמען בחינות.


דאס טוען דאך שוין די אלע חבורות

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » זונטאג ינואר 19, 2020 9:11 am

זייער נאריש אנצוהייבן אזא צייט, רוב מענטשן וואס הייבט אן יעצט ווילן ענדיגן ש"ס אין 7 יאר. אפי' זיי גייען עס נישט קענען בעל פה אויפן לשון.

ענדערש זאלן אנהייבן ווען די דף האלט ביי בבא בתרא אדער חולין ווען די 'פרישע אידן' האבן שוין אויפגעגעבן אויף ש"ס מיט תוספות אין 7 יאר...
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » זונטאג ינואר 19, 2020 10:32 am

ענדיגן אדער קענען?

90 פראצענט דף יומי לומדים, הערן דעם דף ביי א שיעור, און שוין.
ס׳איז אוממעגליך צו פארשטיין און אוודאי נישט געדענקן א בלאט גמרא פון הערן א שיעור אדער עס לערנען איין מאל. - אורייתא איז מיט חזרה.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג ינואר 19, 2020 5:10 pm

קיסריה האט געשריבן:ענדיגן אדער קענען?

90 פראצענט דף יומי לומדים, הערן דעם דף ביי א שיעור, און שוין.
ס׳איז אוממעגליך צו פארשטיין און אוודאי נישט געדענקן א בלאט גמרא פון הערן א שיעור אדער עס לערנען איין מאל. - אורייתא איז מיט חזרה.

פאר מלערנט א גמרא פיר מאל איז עס נישט געלערנט (עיין בגמרא עירובין הסדר שלמד משה עם ישראל)
וועגן געדענקען איז שוין אן אנדערע געשעפט. (ווענט זיך ווי קלאר מלערנט ווי אזוי מנעמט עס צוזאם און וויפיל מאל מ'חזרט
איך לערן יעדע בלאט פיר מאל (איין מאל די נעכטיגע דריי מאל די היינטיגע) ווען איך ענדיג דעם פרק לערן מיר איבער נאכאמאל יעדען בלאט זיבען מאל דערנאך דער נעקסער פרק

יוסיף דעת
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

תגובהדורך יוסיף דעת » זונטאג ינואר 19, 2020 6:01 pm

היסטאריקער האט געשריבן:יעדע קהלה האט דאך שוין אזא זאך, זכרו, יסודי התורה, והגית, און נאך, וואס האבן זיי מחדש געווען? וואסערע איניציטאוו געבן זיי צונעמן בחינות?
זיי שרייבן אז הגאון ר׳ נח אייזיק אהלבום שליט"א פירט עס


בדרך אגב ר' נח אייזיק אלבוים האט ביים אנהייבן זיין שיעור פון די נייע מחזור דף היומי געזאגט אז ער הייבט יעצט אן די זיבעטע מחזור.
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן משנה יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג ינואר 19, 2020 7:35 pm

סארקאזי האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:ענדיגן אדער קענען?

90 פראצענט דף יומי לומדים, הערן דעם דף ביי א שיעור, און שוין.
ס׳איז אוממעגליך צו פארשטיין און אוודאי נישט געדענקן א בלאט גמרא פון הערן א שיעור אדער עס לערנען איין מאל. - אורייתא איז מיט חזרה.

פאר מלערנט א גמרא פיר מאל איז עס נישט געלערנט (עיין בגמרא עירובין הסדר שלמד משה עם ישראל)
וועגן געדענקען איז שוין אן אנדערע געשעפט. (ווענט זיך ווי קלאר מלערנט ווי אזוי מנעמט עס צוזאם און וויפיל מאל מ'חזרט
איך לערן יעדע בלאט פיר מאל (איין מאל די נעכטיגע דריי מאל די היינטיגע) ווען איך ענדיג דעם פרק לערן מיר איבער נאכאמאל יעדען בלאט זיבען מאל דערנאך דער נעקסער פרק

איר לערנט א בלאט א טאג???
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג ינואר 19, 2020 8:07 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:ענדיגן אדער קענען?

90 פראצענט דף יומי לומדים, הערן דעם דף ביי א שיעור, און שוין.
ס׳איז אוממעגליך צו פארשטיין און אוודאי נישט געדענקן א בלאט גמרא פון הערן א שיעור אדער עס לערנען איין מאל. - אורייתא איז מיט חזרה.

פאר מלערנט א גמרא פיר מאל איז עס נישט געלערנט (עיין בגמרא עירובין הסדר שלמד משה עם ישראל)
וועגן געדענקען איז שוין אן אנדערע געשעפט. (ווענט זיך ווי קלאר מלערנט ווי אזוי מנעמט עס צוזאם און וויפיל מאל מ'חזרט
איך לערן יעדע בלאט פיר מאל (איין מאל די נעכטיגע דריי מאל די היינטיגע) ווען איך ענדיג דעם פרק לערן מיר איבער נאכאמאל יעדען בלאט זיבען מאל דערנאך דער נעקסער פרק

איר לערנט א בלאט א טאג???

ווענט זיך אין די גמרא. איך פרוביר א בלאט. אבער אויב סגייט נישט איז כאטש א עמוד.
( אבער יעדען טאג מוז מען לערנען מינומום א עמוד כדי די קליינע קינדערלעך זאלען נישט איינשלאפען)

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » זונטאג ינואר 19, 2020 8:58 pm

סארקאזי האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:ענדיגן אדער קענען?

90 פראצענט דף יומי לומדים, הערן דעם דף ביי א שיעור, און שוין.
ס׳איז אוממעגליך צו פארשטיין און אוודאי נישט געדענקן א בלאט גמרא פון הערן א שיעור אדער עס לערנען איין מאל. - אורייתא איז מיט חזרה.

פאר מלערנט א גמרא פיר מאל איז עס נישט געלערנט (עיין בגמרא עירובין הסדר שלמד משה עם ישראל)
וועגן געדענקען איז שוין אן אנדערע געשעפט. (ווענט זיך ווי קלאר מלערנט ווי אזוי מנעמט עס צוזאם און וויפיל מאל מ'חזרט
איך לערן יעדע בלאט פיר מאל (איין מאל די נעכטיגע דריי מאל די היינטיגע) ווען איך ענדיג דעם פרק לערן מיר איבער נאכאמאל יעדען בלאט זיבען מאל דערנאך דער נעקסער פרק


WOW !

ווען דו ענדיגט א פרק, לערנט איר איבער נאכאמאל 7 מאל יעדע בלאט?
ס׳הייסט אז נאכן ענדיגן האשה נקנית, לערנט מען איבער די 40 בלאט נאך 7 מאל?

אדער איר חזרט איבער דעם פרק נאך 3 מאל. צו א סך הכל פןן 7 מאל?

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג ינואר 19, 2020 10:07 pm

שעפעלע איך ווייס נישט וואס איר פלאנטערט. 7 מיינט זיבען נישט דריי
קען זיין איך האב א שוואכען קאפ איך מוז אסאך חזר'ן צו האבען קלארקייט.
אבער די עיקר יסוד איז. אז ווי מער מלערנט עס. נעמט עס ווייניגער צייט.
א בלאט גמרא ווען מען קען עס גיט. קען מען עס לערנען אין פינעף מינוט. מהאט א קליינע גמרא'לע ביי זיך
ווען מהאט צייט אפאר מינוט גיט מען אזא ריק אריין א בלאט.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג ינואר 19, 2020 10:23 pm

נישט געוויזט אז ביי אונז אין וועלטל דרייען זיך געווייקטע שס אידן
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אביונה
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » זונטאג ינואר 19, 2020 11:17 pm

זייער א גוטער פלאן
נאר כ'האב איין קשיא, און אולי וועט עס איינער צישטעלן
ציוואס דארף איך מיך יעצט נעמען לערנען מסכת ברכות, וכן הלאה?
[מילא דער דף היומי איז עפעס אזוי געמאכט אויף א אופן אז 'גאנץ כלל ישראל' זאל לערנען איין בלאט...., אזוי איז דעך געווען די כוונה פונם גרונדער פונם דף...]
אבער אז מען מאכט א סיסטעם פון לערנען און חזר'ן
לאמיך ווייטער לערנען מיין מסכתא וואס כ'האלט יעצט ביים לערנען, [צי אינמיטן לערנען], נאר שטעל מיר אהער א לוח הלימוד וחזרה מכאן ואילך, די זעלבע מסכתא
נאך מער..
עס זאל זיין צי קריגן אזא 'פראגרעם' [סאפטוועיר קאלענדער], וואס כ'לייג אריין סיי וועלכע מסכתא כ'וויל יעצט לערענן אויף דעם 'אורייתא סיסטעם', און כ'זאל קענען פיקן סיי וועלכע טאג כ'וויל אנהויבן [למשל ג' וארא] און דער פראגראם זאל מיר אהער שטעלן א קאלענדער, פון דעם דאטום און ווייטער[ צב"ש פון ג' וארא תש"פ] יעדן טאג ציטיילט די מסכתא וואס כ'וויל יעצט לערנען, חזר'ן און קענען...
די מעלה דערפון איז צוויי פאכיג,
איינס, אז לעולם ילמד אדם מה שלבו חפץ, איז אויב יעצט ציהט מיר צו לערנען א געוויסע מסכתא דארף איך נישט אנהויבן דוקא מסכת ברכות....
ועוד, אז די מציאות איז אז רובא דרובא פון די וועלכע הייבן 'יעצט' אן ביי ברכות...., נו ביי עירובין קען מען זיי שוין זוכן......
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג ינואר 20, 2020 1:03 am

וואס עירובין..
וויאזוי זאגט נאר דער "בא שבת בא מנוחה"...

סיריעס גערעדט, דא ארבעט עס מיט די זעלבע בחינה ווי דרשו, דו ענדיגסט ש"ס, און זיי פארהערן דיר/בחינות.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך


צוריק צו “שיעורי הקהילות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט