בלאט 1 פון 1

איזה חכם הרואה את הנולד - די קימענדיגע וויקענד איז שווער מיט חזרה

געשריבן: זונטאג אוגוסט 07, 2016 5:42 pm
דורך פנחס בן חיים
פאר די וואס לערנען און חזר'ן פאר א פארהער איז כדאי צו נעמען אין חשבון אז די קימענדיגע וויקענד איז שווער מיט חזרה.

שבת וועט כמעט נישט זיין ווען צו חזר'ן ווייל מען דאווענט פריער צילוב די מיליכיגע/פליישיגע סעודת, און מען טאר נישט לערנען נאך חצות, די זעלבע איז זונטאג אגאנצן טאג.

מען דארף עס משלים זיין במשך די וואך.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 07, 2016 6:48 pm
דורך לכאורה
יש אומרים אז מ'טאר נישט לערנען פון פרייטאג בחצות היום, אויסער דברים המותרים בת"ב.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:02 am
דורך לאנגעפאות
ויש אומרים אז ממעג לערנען אין שבת תשעה באב איפילי נאך חצות

מיין דיין האט געפסקענט אז ווי איידער נישט לערנען איז בעסער צו לערנען כרגיל
אויב מען וועט סיי ווי לערנען זאל מען לערנען דברים המותרים בת"ב.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:28 am
דורך אלף בית
פנחס בן חיים האט געשריבן:פאר די וואס לערנען און חזר'ן פאר א פארהער איז כדאי צו נעמען אין חשבון אז די קימענדיגע וויקענד איז שווער מיט חזרה.

שבת וועט כמעט נישט זיין ווען צו חזר'ן ווייל מען דאווענט פריער צילוב די מיליכיגע/פליישיגע סעודת, און מען טאר נישט לערנען נאך חצות, די זעלבע איז זונטאג אגאנצן טאג.

מען דארף עס משלים זיין במשך די וואך.

היות איך פיר מיך צו שלאפן תשעה באב נאכמיטאג.
וועל איך בעז״ה קענען משלים זיין די לימודים מוצאי תשעה באב ביינאכט.