בלאט 1 פון 1

ניי: "תורתיך באהבה" ווירטואלע חברותא

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 07, 2015 11:42 am
דורך שוועמל
געזען דעם יו"ט א בלעטל איבער א נייע מפעל "תורתיך באהבה" וואו מען שרייבט זיך איין מיט א ניק און מען קען אויסהערן (לשמוע), פארלערנען (ללמד), אחראי (לשמור), סידורי שיעורים אד"ג (לעשות).

יעדער ללמד באקומט א קאנפערענס קעסטל וואו די לשמוע'ס רופן אריין וכו', אזא סארט פראגראם וואס מיר קענען אלס אנליין טשעט רום האבן זיי געמאכט עוועילעבל אויף די פאון.

איך ווייס נישט צי דאס איז מטעם הקהילה צי א יחיד אבער דער צעטיל איז געווען היבש אומקלאר, ספעציעל פאר מענטשן וואס זענען נישט בקי בטעכנאלאגישע סיסטעמען. איך וואונטש אים הצלחה און זאל קענען טאקע אויפטון.

קען איינער ארויפשטעלן זייער אפליקאציע?

געשריבן: זונטאג אוקטובער 25, 2015 8:06 am
דורך פארוואס נישט
געזעהן אין די טריביון די וואך